בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 1:33 pm
דורך שעפעלע
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:ואיין זאך וואס מען טוט יא, מען פרובירט אז יעדע מענטש וואס מען טראכט נאר אז ער קען קומען זאל באקומען זייער א פערעזענליכע קאל וואס דאס נישט גארנישט נאר כח און געדולד, אין די טאג פון די דינער שיקט מען א רימיינדער אויף וואיס און אויף טעקסט וואס קאסט פעני'ס
דעיס איז א שטארקע איידיע איך האף דו האסט נישט קיין קאפי רייט דערויף
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 2:10 pm
דורך פישל
וואלוועלע-קרעטשמע, איך האב הנאה צו ליינען דיינע דברים של טעם, ואין חכם כבר נסיון.
איך בין נישט קיין נביא צו וויסן פון וועלכן מוסד דו רעדסט, אבער אויבנאויף פארשטיי איך אז די רעדע איז פון א דינער פאר א ת"ת/ישיבה וואס האט אסאך תלמידים אדער ידידים וואס זענען משועבד אלס הכרת הטוב צו קומען אנטייל נעמען אין דעם יערליכן דינער, און די איינציגסטע זאך וואס פעלט אויס זיי צו האבן ביים דינער איז א פערזענליכן דערמאנונג דורכ'ן טעלעפאון. ווען די רעדע איז פון א צדקה ארגאנעזאציע צב"ש רופא חולים, בוני עולם וכדו', איז זיכער נישט במציאות צו שלעפן סתם מענטשן צו יענעם דינער דורכ'ן ספענדן בלויז 20 אלפים.
די סיבה איז פשוט. אויב יענער קומט צו דיין דינער ווייל ער מוז קומען, ער שפירט א התחייבות כלפי דעם מוסד/צוועק מחמת איזה סיבה, פעלט טאקע נישט אויס אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר איבריגע הוצאות פון דינגען 30 גוים צו מאכן אייערשפייז פאר'ן עולם אדער באצאלן פאר די דריי וועלטס גרעסטע זינגערס פון איטאליע צו זינגען א שטיקל חזנות. דער פראבלעם ווערט ווען די באטייליגטע ביים דינער האבן נישט קיין שום סיבה צו קומען, וואס דערפאר מוז מען אויפקומען מיט מאדנע טייערע איידיעס צו ציען דעם עולם, און וואס עס פאסירט איז אז דער עולם קומט בכלל נישט צום מוסד נאר צום זינגער שפילער אדער ילד הפלא און דאס איז א דאפלטער חסרון, איינס, ווען דער עולם קומט נישט צום מוסד נאר צו דעם פראגראם מאכט מען נישט קיין געלט, ווייל עס קומען טאקע אסאך מענטשן אבער קיינער איז זיי נישט מחייב. והשנית, עס קאסט זייער אסאך און מ'מוז יעדעס יאר אויפקומען מיט טייערע און מאדנע איידיעס מער פון א יאר פריער, און מ'מוז איבערשטייגן אלע קאמפעטישאנס, אזוי ווי שעפעלע האט געשריבן אנהייב אשכול "א דינער וואס יעדער וועט וויסן אז צו די דינער איז אינטערסאנט צו קומען" און דאס האט נישט קיין שיעור ווייל דער סטאנדארט הייבט זיך מיט יעדן דינער און די ריזיגע הוצאות דעקן זיך נישט.
שעפעלע האט געשריבן:וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:ואיין זאך וואס מען טוט יא, מען פרובירט אז יעדע מענטש וואס מען טראכט נאר אז ער קען קומען זאל באקומען זייער א פערעזענליכע קאל וואס דאס נישט גארנישט נאר כח און געדולד, אין די טאג פון די דינער שיקט מען א רימיינדער אויף וואיס און אויף טעקסט וואס קאסט פעני'ס
דעיס איז א שטארקע איידיע איך האף דו האסט נישט קיין קאפי רייט דערויף
ער האט נישט קיין קאפירייט דערויף, אבער דער מיטל נוצט בלויז ווען יענער איז פארפליכטעט צו קומען צו דיר, כ'וועל דיר געבן א משל. ווען סתם א מוסד לדוגמא 'ביקור חולים' וועט מיך רופן 'פערזענליך' צו א מסיבה און זיי וועלן אפי' זאגן מיין ערשטע נאמען, מיינט דאס נאך אלס נישט אז איך בין מחויב צו גיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 2:50 pm
דורך זאל ער קומען
דער עולם האט שוין דערמאנט כמעט אלעס וואס איך האט געטראכט צו דערמאנען.
אבער די שאלה פונעם קעפל פון דעם אשכול איז "איידיעס פאר א דינער", וואס דאס מיינט לכאורה אז דאס צי מ'זאל בכלל מאכן א דינער איז שוין באשלאסן. און ס'געבליבן אז מ'גייט עס מאכן. יעץ איז נאר די שאלה… איידיעס?
איך וואלט געוואלט בעטן אנצוהייבן א טריט צוויי פריער. פארוואס איז באשלאסן געווארן צו מאכן א דינער? וואס איז דער תכלית וואס איז ערווארטעט פון דעם?
אויב איז עס ריין פאנד-רעיזינג, פארוואס איז מען אנגעקומען צו די מסקנא פון א דינער? מ'קען מאכן אסאך געלט פון אסאך אנדערע וועגן, ביליגע און טייערע, אבער דער אר או איי, דער ריטורן אן אינוועסטמענט איז סאך העכער אדער שנעלער.
אויב איז די מסקנא געווען אז כדי די עסקנים זאלן האבן א פתח ביים נדבן איז עס ביסודו א גאר שוואכע סיבה. ווייל א דינער דערציילט בסך הכל דעם עושר איז דו עקזיסטירסט - א זאך וואס ער וואלט אפשר נישט געוואוסט. און יעץ… ווייסט ער שוין. נו וואס האסטו פון דעם? פארוואס אויב ער ווייסט שוין מוז ער אדער וויל ער דיר געבן געלט דערפאר?
דארפן מיר צוריק טרעטן נאך א טריט אויף ריקוועגס, און פרעגן קודם "פארוואס ארויף זאל דיר א נדבן בכלל געבן געלט?"
ווייל דער בודזשעט קאווערט זיך נישט,
די מלמדים האבן נישט באקומען זייער געהאלט,
ווייל די מצוה איז זייער גרויס,
ווייל די שכר מצוה איז נאך גרעסער,
יששכר-זבולון שותפות,
יום לשנה,
שבוע לחודש,
תמכין דאורייתא - רגלי השכינה,
משיח עט ווייזן מיט'ן פינגער,
כוח התורה,
עמוד החסד,
הבל פיהם של תשב"ר,
תורה ועבודה וגמ"ח יר"ש און מידות טובות,
יתומים און אלמנות,
צעבראכענע שטובער,
פלייש אויף יו"ט,
מילכיגס אויף די ניין טעג,
לייג צי וואס אימער ס'געפעלט דיר (דו ביסטעך אין די ליין).
די "אלע" תירוצים זענען נישט מחייב דעם נדבן צו געבן פאר "דיר" און "יעץ".
ועוד, מ'קען אויף די אלע סיבות ארויפקלעפן דעם נאמען פון סיי וועלכן מוסד אין די וועלט, וא"כ אויב געט שוין דער נדבן פון איין אנדערע מוסד האט ער שוין געקאווערט זיין התחייבות'ער פאר די תורה, משיח, חסד, וכו'. און ווידער דיין ספעציפישער פראבלעם, און דיין פראבלעם נישט זיין. פארוואס עפעס זאל ער דיר געבן?
דעריבער דארפסטו זיך קודם מסדר זיין מיט א גוטע סיבה פארוואס דו בעטסט. תלמיד, חבר, ווארעם צו די זאך, ציונות, גיוס בני ישיבות, וואטעווער. נאכדעם וואס דו האסט שוין א סיבה פארוואס יענער זאל דיר דארפן/וועלן געבן, איז די שאלה וויאזוי קומט דער מעסעדזש אן צו אלע מענטשן וואס פאלן אריין אין די קאטעגאריע, אז זאלן שפירן היעט פון דיין מצב.
נאכדעם איז די שאלה צי פאר דיינע נדבנים גייט פי אר (עמפעסיס אויף די פי - פובליק) בכלל אויסמאכן. דהיינו אויב גלייבסטו אז די סיבה פארוואס דיינע נדבנים געבן דיר נישט ווייל זיי ווייסן פשוט נישט פון דיר, אבער זיי גייען געוואויר ווערן, גייען זיי זיך אידענטיפיצירן מיט דיין מטרה, דעמאלט האלט מען שוין ביי דעם אז מ'מוז בכלל מאכן פי אר.
און ערשט יעץ קומט די פראגע צו די בעסטע פי אר פאר דיין סיטואציע איז א דינער.
און וואס ספעציפיש גייסטו פארדינען מיט'ן מאכן א דינער?
אז זיי גייען אלע קומען, און דער זאל עט זיין פיל?
דו ווילסט באקומען דאס געלט אויפ'ן פלאץ?
גייען זיי דיר דארט געבן?
אדער ווילסטו זיי זאלן בלייבן מיט א גוטע געפיל פאר א צוועק וואס איז זיי סייווי נאנט צום הארץ, און דו זוכסט מיט וואס זיי צופרידן צו שטעלן. דעמאלט איז די שאלה געבעיסט אויף די דעמאגראפיע פון דיין געצילטן עולם, פון וואס גייען זיין הנאה האבן?
אז זיי גייען זיך טרעפן מיט זייערע חברים פון אמאל?
בני איש אחד מיט איין מיינונג?
ווייל זיי אלע האבן ליב אלטע חזנות?
מעשיות פון די אמאליגע צדיקים?
מעשיות פון רבי'ן זי"ע?
דראמאטישע סליידס?
והשקות בכלי זהב וכלים וכלים שונים?
שמארגעסבאורדס פון אלערליי פרעס למיניהם?
פליישיג? ביליג אבער גוטע פינגער פודס?
נישט אין מויל צו נעמען אבער טייער היי קואיזיען דעליקאטעסינס?
פישיג? סושי?
מילכיג? פיל אריין אלעס וואס גייט דא...
יעץ וועט די ערשטע שאלה זיין אסאך גרינגער פאר דיר צו ענטפערן. ווייל…
דו ווייסט שוין מיט וואס דו גייסט שטופן דיין אישו/מוסד/צוועק.
דו ווייסט שוין וועמען דו צילסט אריינצוכאפן/אנווארעמען,
דו ווייסט שוין אז די בעסטע וועג דאס צו טון איז דורך מאכן א דינער,
דו ווייסט שוין וואס דו ערווארטסט ארויסנעמען פון דעם דינער,
דו קענסט שוין האבן א באגריף בערך וואס די חברה גייען גלייכן,
בלייבט נאר איבער די פראגע "וועלכע פון די צוויי דריי איידיעס וואלטן די אייוועלט באזוכער (וואס קענען יא אדער נישט זיין אין די קאטעגאריע) געהאלטן איז די בעסטע.
--------------------------------
שוין געגעבן אומזיסטע ראט פאר די אייוועלט פריקווענטער.
אומזיסט געצאלט איז ווערד אומזיסט בעיקר ווייל דער וואס באקומט די עצות טריעט עס אלץ אומזיסט, און געט די מאס אויפמערקזאמקייט דערויף ווי פאר אן אומזיסטע זאך. און דעריבער איז עס וועגן דעם למפרע באמת גארנישט ווערד. משא"כ אז מ'צאלט, געט מען זיך די מיה איז די עצה זאל ברענגען כאטש וויפיל מ'האט געספענט דערויף, ווערט עס באמת אזויפיל ווערד וויפיל דו האסט געספענט דערויף…
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:18 pm
דורך ווייסעך וואס
זאלסטו מיר זיין געזונט! אפגע'שחט'ן א גוט פארענדיגער אשכול.
ווארט איך שוין אזוי לאנג צו קענען אויסשמועסן און דעבאטירן דעם נושא, מיט דיין תגובה האסטו פארקנאקט די זאך, נישטא מער אפי' וואס צו טראכטן פון א דינער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:29 pm
דורך זאל ער קומען
ווייסעך וואס האט געשריבן:זאלסטו מיר זיין געזונט! אפגע'שחט'ן א גוט פארענדיגער אשכול.
ווארט איך שוין אזוי לאנג צו קענען אויסשמועסן און דעבאטירן דעם נושא, מיט דיין תגובה האסטו פארקנאקט די זאך, נישטא מער אפי' וואס צו טראכטן פון א דינער.
על מה ולמה, אויב האסטו שוין לאנג געוואלט אויסשמועסן די נושא, נו לייגט אראפ אלע צדדים לכאן ולכאן, אפשר האב איך עפעס פארפאסט.
ובכלל האב איך נישט פארהאקט די טיר אויף דינערס. פארקערט, ס'דא געוויסע פעלער וואס דייקא א דינער וועט עס מאכן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 4:13 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
פישל עס איז אמת א מוסדות קען בעסער רופן, און יא איך ארבייט פאר א מוסדות, אבער יעדע ארגענאזאציע האט אויך די וועג פון רופן, יא אמת זיי מוזן ספענדן אביסל מער פאר פי אר, אבער זאל יעדער נאנטער עסקן, אדער יעדער פארדינער פון די ארגענאזאציע וואס איז גרייט פאר הכרת הטוב צו וואלאנטירן פאר די ארגענאזאציע נעמען די טעלעפאון און אנרופן זיינע נאנטע
איך ארבייט טאקע פאר א מוסדות וואס די צענטעראלע דינער איז טאקע נאר גיווידמעט פאר ידידים און מעריצים, אבער איך מאך אויך איטליכע קלענערע מסיבות וואס אין א זאל צו איינע פון די עלטערן אינדערהיים, מען פראבירט עס אויפצוארבייטן די מערסטע וואס מעגליך, מען ארבייט אז די עלטערן זאלן רופן זייער "גאר" נאנטע, איך דריק "גאר" נאנטע ווייל ווען איך זאג זיי רוף דיינע חברים מיינט עס נישט גארנישט, אבער ווען מען בעט נאר גאר נאנטע רופן די עלטערן ענדערשט, און אויך פילן די גאר נאנטע מער א חיוב צו קומען, און ב"ה ביי יעדע קליינע מסיבה האבן מיר געהאט הצלחה יותר מן המשוער, איך געדענק נאך ביי איין מסיבה, איז צו מיר צוגעקומען א גרויס עסקן און געזאגט אויב מאכסטו מער וואו אכט טויזט דאללער ביסטו א געוואלדיגע סוקסעסער, איך האב יענע נאכט אליינס געמאכט אויפן טיש 16000 און די נעקסטע וואך וואס איז אריינגעקומען אויף פאסט, און וואס מען האט קאלעקד אין ביהמ"ד נאך צבערך 10 טויזנט דאללער, און דאס איז נאך וואס מיר האבן שוין יענע פלאץ געקאווערד גייענדיג נאך געלט מילא די נאנטע תלמידים און ידידים האבן שוין געהאט געגעבן ווען מען איז צו זיי געגאנגען פערעזענליך, די נדבות זענען בעיסיקלי געווען א פלאס, די מסיבה אליינס האט געקאסט בערף 5 טויזנט דאללער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:00 am
דורך קהת
בוני עולם, פיינע איידיע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:01 am
דורך קהת
.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:03 am
דורך שוועמל
דאס העלפט קעגן באאט-לאקס?
#קאפירייט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2014 12:16 pm
דורך ווייסעך וואס
שעפעלע האט געשריבן:זיי דארפען איידיעס פאר א אינטערסאנטע פראגראם אז מענטשען זאלען געדעינקען אז פאר די דינער לוינט זיך צו קומען איז אויב איינער קען מיך דא העלפען וואלט איך עס געוועין א גרויסע טובה פאר מיך!
שעפעלע דארפסט נאך איידיעס?
נאדיר איידיעס.
א קארפעט אראפ געלייגט אין די שולן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:12 am
דורך ggg
.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:28 am
דורך שעבאשנוט
עס טוט וויי צו זעהן פזרענען ממון הקדש אין גארביטש
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:39 am
דורך ענדע צדיק!
גראדע האט "רופא חולים" געספענדט זייער ווייניג געלט פאר די קאמפיין, דאס אזי געווען די איינציגסטע נארמאלע חדשות וואס זאל ציען א אויג, און מען זאל אנהייבן טראכטען פון א דינער
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:01 pm
דורך ggg
שעבאשנוט האט געשריבן:עס טוט וויי צו זעהן פזרענען ממון הקדש אין גארביטש
אבי גערעדט זיי האבן געהאט א נדבן דעראויף פון עפעס א אינשרענס עגענט וואס איז זייער א גיטע אדווערטייזמענט פון זיין זייט יעדער וואס דארף נעבען צוקימען צו די הילף פון די מוסד וועט קענען באשטיין צו העלפן איינעם וואס העלפט די מוסד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:13 pm
דורך שעפעלע
א גיטע פראגראם פאר א מוסד צו האלטען חשבן אויף נדבות האט איינער? עס זאל אויך קענען טשארטשען קרעדיט קארדס חודשליך
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:20 pm
דורך נישט געדאגה'ט
שעפעלע האט געשריבן:א גיטע פראגראם פאר א מוסד צו האלטען חשבן אויף נדבות האט איינער? עס זאל אויך קענען טשארטשען קרעדיט קארדס חודשליך
JL Computers Inc
718.305.6762
פון עקספעריענס קען איך זאגן זיי זענען די בעסטע וואס איז דא פאר א היימישע מוסד... סאיז ווערט יעדע פעני.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:53 pm
דורך דובי
מה יקר??????
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:55 pm
דורך שעפעלע
דובי האט געשריבן:מה יקר??????
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:19 pm
דורך אַבּערוואַס
קהת האט געשריבן:בוני עולם, פיינע איידיע
כדאי צו וויסן אז ס'נישט קיין חכמה דאס, די לעכער אינעם רים זענען נישט דארט אלס דיזיין (דער דיזיין איז נאר א וועג עס שיין צו מאכן), דאס האט א פונקטליכע חשבון וויפיל לופט זאל דורכגיין דארט ס'זאל נישט ווערן צו הייס), און דאס קען ח"ו אווערהיעטן די רעדער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:48 pm
דורך ווייסעך וואס
ענדע צדיק! האט געשריבן:גראדע האט "רופא חולים" געספענדט זייער ווייניג געלט פאר די קאמפיין, דאס אזי געווען די איינציגסטע נארמאלע חדשות וואס זאל ציען א אויג, און מען זאל אנהייבן טראכטען פון א דינער
דו ווייסט דאס פאר א פאקט, אדער דו שטעלסט דיך נאר פאר?
די אלע טעוועלעך אין אלע ווינקלעך פון די שטאט, די ליטעראטור אין די שולן, מעילינגס און די פאסטערס, קאסט נישט קיין געלט?
המזמרים מיט פינקי וועבער זענען געקומען אימזינסט?
עקספרעס-איט-אדווערטייזונג ארבעט פאר בחנם?
קאם אן!....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:16 pm
דורך אבי.גערעדט
ווייסעך וואס האט געשריבן:ענדע צדיק! האט געשריבן:גראדע האט "רופא חולים" געספענדט זייער ווייניג געלט פאר די קאמפיין, דאס אזי געווען די איינציגסטע נארמאלע חדשות וואס זאל ציען א אויג, און מען זאל אנהייבן טראכטען פון א דינער
דו ווייסט דאס פאר א פאקט, אדער דו שטעלסט דיך נאר פאר?
די אלע טעוועלעך אין אלע ווינקלעך פון די שטאט, די ליטעראטור אין די שולן, מעילינגס און די פאסטערס, קאסט נישט קיין געלט?
המזמרים מיט פינקי וועבער זענען געקומען אימזינסט?
עקספרעס-איט-אדווערטייזונג ארבעט פאר בחנם?
קאם אן!....
שכועך, מ'רעדט נישט דא פונעם בעיסיק היינטיגע קאמפיין, ער רעדט פון די איבערגעטריבענע אוט אף קאנטראל עקסעסיוו מארקעטינג, ווי קארפעטס און רימס וכו' דאס איז רופא חולים געווען זייער איינגעהאלטן ביים יעצטיגן קרית יואל'ן קאמפיין
מזכרת פאר דינער
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 5:54 pm
דורך שוויצער
איך זיך אן איידיע וואס צו טיילן ביי א מענער דיננער פאר יודן וואס לאזן זיך קאסטן שענערע סכומים - אבער לכתכילה זאל עס זיין עפעס יוספול און דיפרענט (נישט קיין טיפיקעל חלה דעקל, זאלץ מעסטל אדער לייכטער)
עני איידיע?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 6:50 pm
דורך א גראם מיט טעם
פאר די המון עם נדבנים אדער די צוויי דריי געהאנארטע נדבנים?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 11:10 am
דורך שוויצער
פאר די המון עם.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 12:14 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד
עפעס מיט'ן נאמען אריינגעקריצט. נישט קיין חילוק וואס, ספר, פלעק, תעודה, גלאוב, אבער אז יעדער האט עס מיט זיין נאמען דערויף, איז עס זייער יוניק און מען שעצט עס אויף לאנגע יארן מיט א גוטן זכרון. און עס וועט אויך זיין א שטארקע סורפרייז פאר'ן עולם, אז מען האט עפעס אנגעגרייט אויף דעי לעוועל פאר יעדן איינציגן משתתף.
#נישטביליג