בלאט 1 פון 2
אינפאו וועגן מיאמי פלארידא געזיכט
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:55 am
דורך מילין_יקירין
אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס וועגן עסן...
ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט?
קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה?
וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג?
קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער?
ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך?
איז דא דארט געהעריג מנין?
וויאזוי קען מען מאכן דעם איינדריק אז מיר זענען א מולטיי ביליאנער און אזוי איינהאנדלן דעם שישי?
אויב כאפט מען זיך אריבער צו ארלאנדאו, איז דארט אויך דא כשר'ס?
ביידעוועי, גיימער פליען דאס ערשטע מאל מיט א רוח פון א ערליין הנקרא spirit..
וויבאלד ס'איז דאס ערשטע מאל, האמער זיך איינגעהאנדעלט א זיץ אינעם ערשטן קלאס... אקעי זיי האבן נישט ממש אן ערשטע קלאס, אבער סאיז דאס בעסטע זיץ אויפן פליגער נאכן פיילאטס זיץ...
ווייסט איינער אויב זיי האבן וויי פיי? אויב יא, ווילעך טרענסמיטן לייוו דעם פליגערס לאקאציע, ח"ו אויב דער פיילאט באשליסט צו כאפן א שפאציר נעבן אינדיע...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:56 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
נאך נישט געווען א אשכול דערוועגן בעפאר?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:02 am
דורך מילין_יקירין
כהאב נישט גיין אאאאאאאאאנונג...
דו ווייסט צו ענטפערן אויף מיינע פראגעס?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:17 am
דורך פער בריסטאו
מילין_יקירין האט געשריבן:כהאב נישט גיין אאאאאאאאאנונג...
דו ווייסט צו ענטפערן אויף מיינע פראגעס?
Just טיט וואס איך הייסט אייך
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:54 am
דורך מילין_יקירין
וואס הייסטו?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 11:53 am
דורך שוועמל
מילין_יקירין האט געשריבן:אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס וועגן עסן...
ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט? חוץ צידה לדרך איז גוט צו שלעפן אביסל, די גייענדע עסן למשל מהדרין שוקולאד טשיפ קוקיס
קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה? די השגחות דארט זענען MK מיאמי כשר, נאך אזוי כשר ווי סאכדעס מיין איך
וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג? עס איז דא טעיק אוטס דארטן אויף 41'סטע סטריט
קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער? לייג צו 20-30 פערצענט
ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך? אויב בלייבסטו איבער שבת, יא
איז דא דארט געהעריג מנין? דורכאויס דעס ווינטער סעזאן איז דא צענדליגער מנינים, יעצט איז שוין נישט די סיזאן אבער מנין איז אלעמאל דא
וויאזוי קען מען מאכן דעם איינדריק אז מיר זענען א מולטיי ביליאנער און אזוי איינהאנדלן דעם שישי? וועסטו קויפן עסטו האבן אפילו שמיני
ווייסט איינער אויב זיי האבן וויי פיי? רוב פליגערס שטעלן צו ווייפיי אבער נישט אומזיסט, קאסט אפאר דאלאר א מינוט...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:45 pm
דורך מילין_יקירין
אה, שוועמל פיינעלי רעדט איינער צום זאך...
אקעי,מיר איז נאר שווער געווען די שבת'דיגע סעודה. אויב קען מען האבן פיינע ראפאגאש מיט סעלמאן און א פיינע טשולענט שטייט מען גוט.
מיאמי פלארידע אינפא
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 2:33 pm
דורך שרייבטאראפ
מיין באקאנטשאפט איז בעיקר פון ווינטער, אבער לכאורה דארף דאס זיין אקטואעל
ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט?
ניין, עס איז דארט דא א געשעפט "קאסטנערס" מיט אלע היימישע פראדוקטן
קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה?
די טעיקאוט און רעסטוראנטן האבן - ווי שוין דערמאנט - MK מיאמי כשר אדער ORC ארלאנדא כשר, כ'קען נישט די הכשרים פונדערנאנט, אבער ר'עולם איז מקיים יאכלו... וישבעו - עכ"פ פאר מילכיגס און פארווע
וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג?
אויך ביי קאסטנער, די פלייש איז פון מיעל-מארט, ווינטער איז געווען אין נארט-מיאמי צו באשטעלן ביי א היימישע פרוי דעם גאנצן שבת פאר 200$ א קאפל, ארינגערעכענט גרעיפדזשוס חלות חריף א.ד.ג. וואס איז א גוטע דיעל, בפרט לויט די דארטיגע פרייזן, אבער מ'דארף מברר זיין צו דאס איז יעצט אויך.
קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער?
אביסל טייערער - ווי שוין געענטפערט
ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך?
אז דו ווילסט קענסטו גיין מיט פידזשאמעס... עס ווענדט זיך אין דיר, אבער עס איז דאס גענוג נארמאלע מענטשן צו גיין 'נארמאל' ודו"ק
איז דא דארט געהעריג מנין?
יא מערערע, און עטליכע בתי מדרשים, קערעסטיר, דעעש, און נאך, ווינטער איז דאס מנינים אין עטליכע בילדינגס אויך ווי למשל טאוער-41 אדער די מאסאדא, כ'ווייס נישט צו דאס גייט אן יעצט.
אויב כאפט מען זיך אריבער צו ארלאנדאו, איז דארט אויך דא כשר'ס?
עס פלעגט זיין אדווערטייזט, אז דו גוגלסט "kosher in Orlando" וועסטו טרעפן מער אינפא
וויי פיי אויפ'ן פליגער?
אויב יא, מסתמא פאר א טשראדזש - ווי דערמאנט.
פרעג זיך נאך איבער נארט-מיאמי, דארט קענסטו האבן א פריוואטע הויז מיט א שוויים-באסיין, פאר די פרייז - אדער ביליגער - וואו עס קאסט א האטעל-צימער אדער קליינע דירה'לע אין סאוט-מיאמי
דארט איז די חסידישע ביהמ"ד "קהל חסידים" און עס איז אויך דא אנדערע בתי מדרשים, כשר'ע געשעפטן, א.ד.ג.
פארגעס נישט איבערצוגעבן א באריכט פון די נסיעה.
צאתכם ובואכם לחיים ולשלו'
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:14 pm
דורך שוועמל
מילין,
פארגעס נישט צו וויזיטן די אייוועלט לאקעשאן אין מיאמי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:47 pm
דורך מילין_יקירין
איי וועלט אין מיאמי... וודאי וועט קומען באריכטן...
ווייסט אאיינער ווי מען קען קענ'ען עסן? אזוי ברויך מען עס נישט לייגן אין פריזער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:52 pm
דורך green
מילין_יקירין האט געשריבן:איי וועלט אין מיאמי... וודאי וועט קומען באריכטן...
ווייסט אאיינער ווי מען קען קענ'ען עסן? אזוי ברויך מען עס נישט לייגן אין פריזער.
טאמער קויפסטע ביי 82 זיי האבן א סערוויס פון וועקיום פעקן אויפן פלאץ אלסדינג
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:57 pm
דורך מילין_יקירין
green האט געשריבן:מילין_יקירין האט געשריבן:איי וועלט אין מיאמי... וודאי וועט קומען באריכטן...
ווייסט אאיינער ווי מען קען קענ'ען עסן? אזוי ברויך מען עס נישט לייגן אין פריזער.
טאמער קויפסטע ביי 82 זיי האבן א סערוויס פון וועקיום פעקן אויפן פלאץ אלסדינג
שלום לאנדא האט א מאשין וואס קענד עסן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:27 pm
דורך מאנ-יימער
שלום לאנדא האט דעך שוין נישט קיין געשעפט בכלל, ער קענד עס ביי זיך אינדערהיים?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 5:06 pm
דורך שרייבטאראפ
מילין_יקירין האט געשריבן:אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס ..
מיר ווארטן נאך אויף א באריכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 8:46 pm
דורך א נייע מעשה
וועלכע האטעל אין מיאמי איז רעקאמאנדירט; נאנט צו א שול (וואלקינג דיסטענס), שיין און זויבער ברוחניות ובגשמיות?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 9:59 pm
דורך home
שרייבטאראפ האט געשריבן:פרעג זיך נאך איבער נארט-מיאמי, דארט קענסטו האבן א פריוואטע הויז מיט א שוויים-באסיין, פאר די פרייז - אדער ביליגער - וואו עס קאסט א האטעל-צימער אדער קליינע דירה'לע אין סאוט-מיאמי
דארט איז די חסידישע ביהמ"ד "קהל חסידים" און עס איז אויך דא אנדערע בתי מדרשים, כשר'ע געשעפטן, א.ד.ג.
פארגעס נישט איבערצוגעבן א באריכט פון די נסיעה.
צאתכם ובואכם לחיים ולשלו'
איינער האט די אדרעס פין קהל חסידים?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:23 pm
דורך derech eretz
קארנער 172st און 10ave
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:30 pm
דורך Bishlachish
K'hal Chasidim is on 172 nd St between 10th & 9th ave
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:34 pm
דורך Bishlachish
When is the Satmar Rebbe going to N.MIAMI ?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:58 pm
דורך עקבי הצאן
Bishlachish האט געשריבן:When is the Satmar Rebbe going to N.MIAMI ?
וועלכע?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 11:26 pm
דורך Bishlachish
ONLY one,,,
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 11:42 pm
דורך מי חכם
ער איז שוין דארט געווען
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 11:47 pm
דורך מילין_יקירין
לויט מיין ידיעה, גייט די רבי פין מאנרא צו פאלם ספרינגס אין קאליפארניע, און די רבי פון וויליאמסבורג גייט קיין מיאמי פלארידא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 7:17 am
דורך שכל טוב
Bishlachish האט געשריבן:When is the Satmar Rebbe going to N.MIAMI ?
געהערט אז ערגעץ אין ינואר סוי אין די נעקסטע צווי דריי וואכן
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 11:48 pm
דורך זאכליך
ווי קען מען פארברענגען דורכן טאג אין מיאמי/נארט מיאמי, וועלכע פלעצער לוינט זיך צו גיין באזיכן?