Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וועלגערן מצות טיפס געזיכט

מאנטאג מרץ 15, 2010 7:41 am

משה קאפויער האט געשריבן:
איינער אין אישית האט געשריבן:גיב א לייכטן וועלגער פון די האלב פון די טייגל אויף ארויס, דאס הייסט נישט צו דיר נאר אוועק פון דיר, גיב א קליינעם דריי דעם טייגל, נאך א וועלגער, נאך א קליינעם דריי, נאך א וועלגער, צוביסלעך ביז עס ווערט א גרעסערן טייגל דאן הייב אן צו דרייען כאילו א פערטל דריי, און וועלגער.

בקיצור: "קודם מאכט עס רינכיג". "וועלגער נישט די גאנצע מצה נאר האלב".

מיר האבן געלערענט "צוועלף, צעהן נאך צוועלף און דאן א 5 דעגרי דריי זייגערווייז א.א.וו." ודפח"ח והמבין יבין.

Advertisement

מאנטאג מרץ 15, 2010 8:16 am

משה, דער איינער אין אישית שרייבט גוט...

אויסארבייטן גוט די טייג איז די יסוד פאר א גוטע מצה.

דערנאך איז וויכטיג צו וויסן, מ'וועלגערט נאר גראד, און אויף ארויס, פון דיר אויף ארויס... נישט אויף אריין...

נישט דריקן אויף איין זייט מער ווי די אנדערע, און נישט אראפפארן פון די טייגל.

מ'וועלגערט גראד, און מ'דרייט די טייגל א טראפקעלע, מ'וועלגערט און מ'דרייט... אזוי קומט בעזרת השם אויס א רינדעכיגע מצה.

מאנטאג מרץ 15, 2010 9:22 am

אלס יונג בחור האב איך געבאקען אין א חבורה,
איך האב דאך געוואלט אז ס'זאל זיין רינדעכיג און דין פארשטייט זיך, האב אזוי געדריקט דא און אביסל דארט,
אוי דא איז מער פיר עקיק, האב איך פראבירט מיטן שטעקן ארויסצווועלגערן אין דען ווינקל וכו' וכו',
קומט צו א עלטערע איד און זאגט מיר:
פרוביר נישט צו מאכן רינדיג לויט ווי דו פארשטייסט, גיי לויט די אנווייזונגען (בדיוק ווי משה און וויכי) און ס'וועט אטאמאטיש ארויסקומען רינדעכיג...

מאנטאג מרץ 15, 2010 9:42 am

יאפ, א קליינע נקודה נאר ווי אזוי מען ארבעט אויס די טייגל. קודם האלט אין איין איינבייגן דעם טייגל פון אונטן ארויף - נישט ממש אין העלפט, בערך א פערטל פונעם טייגל. ארום און ארום.

ווען דו פילסט אז ער טייגל איז אויסגעארבעט מאך עס פאר א באלי, געב א קליינעם קוועטש. אויב ווערט א שפאלט אינעם טייגל איז עס נאכנישט גוט אויסגעארבעט, (א פיצי איז גארנישט, כ'רעד פון א מערקאברע שפאלט), ארבעט גוט ארום ביז ס'בלייבט שיין רונדיג. דיין הייב אן - ווי געשריבן - א קליין וועלגער, נאר פון דיר אויף ארויס, א קליינע דריי און א וועלגער (ווידער נאר פון דיר ארויס, וועלגער קיינמאל נישט אריין). גענוי ווי וויכי שרייבט.

מאנטאג מרץ 15, 2010 11:38 am

איך מיין ס'וואלט געווען כדאי, אזוי ווי עס איז געווען פאר סוכות אין די צייטונגען פונקטליכע קאלירפולע בילדער, וויאזוי מען מאכט די רינגעלעך פאר די ד' מינים, זאל זיך יאווען א בר הכי און אויסלערנען פונקטליך דעם פארטל, מיט קלארע בילדער.
אפגערעדט פון "אורה" זיי וואלטן שוין געמעגט ארויסגעבן א סי די מיט פונקטליכע אנווייזונגען.....

מאנטאג מרץ 15, 2010 11:44 am

איך האב שוין לאנג אויפגעגעבן צו קענען מאכן רינדעכיגע מצות

טראץ די אלע אנווייזונגען פלעגט עס אלעמאל ארויסקומען ווי א טלית קטן "פיר עקיג מיט א לאך אינדערמיט" צומאל האט געהאנגען פעדעמער דערפון

אלזא ערב פסח שרייב איך מיך איין ביי די חבורה פון "בלי מלאכה"

א גאנץ יאר בין איך סתם אזוי (נישט די ניק) בלי מלאכה

מאנטאג מרץ 15, 2010 6:57 pm

דער אישית און וויכי האבן דעם ריכטיגן וועג.
איין ווארט נאר פאר מתחילים. אלעס זאל גיין מיט ישוב הדעת און רואיגקייט. אוודאי דארף מען פרובירן צו ארבעטן דאס שנעלסטע וואס שייך, אבער בעסער אנהייבן אביסל שטייטער און באקומען דעם געפיל. מען טאר זיך בשום אין אופן לאזן פון די א"ג גוטהארציגע אידן וואס שטעלן זיך אויף דיין זייט און נעמען זיך איינטיילן וואס צו טון.

מאנטאג מרץ 15, 2010 8:33 pm

משה קאפויער האט געשריבן:
איינער אין אישית האט געשריבן:גיב א לייכטן וועלגער פון די האלב פון די טייגל אויף ארויס, דאס הייסט נישט צו דיר נאר אוועק פון דיר, גיב א קליינעם דריי דעם טייגל, נאך א וועלגער, נאך א קליינעם דריי, נאך א וועלגער, צוביסלעך ביז עס ווערט א גרעסערן טייגל דאן הייב אן צו דרייען כאילו א פערטל דריי, און וועלגער.

בקיצור: "קודם מאכט עס רינכיג". "וועלגער נישט די גאנצע מצה נאר האלב".
פישל האט געשריבן:"פיר עקיג מיט א לאך אינדערמיט"
דאס אז עס ווערט א לאך אין דער מיט איז א דירעקטע תוצאה פון וועלגערען פון האלב און ארויס, ווייל דאן ווערט כסדר די אינעווייניגסטע טייל אויס געדינט.

דעריבער באדארף מען וועלגערען פון צוויי דריטל און ארויס,
אדער וועלגערט מען נאר די דרויסענדיגסטע דריטל און ארויס, די מיטן וועט סיי וואו סיי זעך מיט שלעפן און אויס ציעהן.

מאנטאג מרץ 15, 2010 8:41 pm

וויכי:

קען איך האבן דיינע ער"פ מצות, עס שמעקט מיר זייער!

מאנטאג מרץ 15, 2010 10:01 pm

גלייב מיר אז מיינע מצות פלעגן אויסקומען שיין, און מ'בעט מיך יעדעס יאר עקסטער אז ערב פסח זאל איך קומען צו עפעס א בעקעריי, אבער כאניש קיין געדולד...

איך האב מיך אויסגעלערענט ביי ר' אנטשיל טירנויער, ער פלעגט מאכן שיינע מצות פארן ברך משה זי"ע...

מצות וועלגערן טיפס געזיכט

דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:44 pm

א גוטן ערב יום טוב! די הכנות זענען שוין אין פולען קראפט – וויש וואש וויש וואש די גאנצע הויז א מיש מאש – און האט הערט מען שוין ווייטער דעם געשריי "וועלגערערס צום טישל". די וועלט זאגט אז א א יעדער יאר ווערן געדרוקט צענדליגער נייע הגדות ווייל די רשע פון פאריאר איז שוין היי-יעריגע חכם, אבער וואס טוט זיך מיט די וועלגערערס? די המן טאשן וועלגערערס פון פאריאר זענען דאס יאר אויך המן טאש וועלגערערס. עס מיז זיין געוויסע טיפס און טעקניקס צו קענען וועלגערן א שיין רינדיכיגע מצה. פארוואזשע זאלען נישט אלע האבן דאס מעגליכגייט צו פראדוסען א שיין שטיקל לכבוד יו"ט? עס ווערט געבעטן אלע פראפעשענעל וועלגערערס פונעם וועלטל ארויף קומען און ארויס געבן די סודות פון חדר.

ייש"כ

דאנערשטאג אפריל 03, 2014 4:34 pm

דעי פראפעסאנאל וועלגערערס דרייען זיך נישט דא יעצט, יעצט איז זייער סיזען !!!!!

קודם דארף מען מאכן זיכער אז דעי מצה איז אייניג געוועלגערט אין סזאל נישט זיין דין פון איין זייט און דיק פון די אנדערע זייט וואס דעיס מאכט אז סזאל זיך פארברענען די דינע זייט ווען סאיז שוין אפגעבאקן און די דיקע זייט איז נאך רוי
איינע פון די עיצות דעיס צו פארמיידן איז אנצוכאפן די וועלגער האלץ אייניג און נישט איין זייט זאל מען אנכאפן מער ביי די עק און די אנדערע זייט מער אינמיטן וואס דעס מאכט אז סזאל דריקן אויף די טייג נישט אייניג
נאך אזאך דארף מען מאכן זיכער צו וועלגערן יעדע זייט די זעלבע מאל ווי די נעקסטע זייט למשל מוועלגערט 2 מאל ארויף אין 2 מאל אראפ אין נאכדעם דרייט מען אויס די טייג און מען וועלגערט די נעקסטע אויך 2 מאל ארויף און 2 מאל אראפ אזוי האלט זיך עס אייניג

מהעמיר אי"ה ממשיך זיין א צווייטע מאל איך דארף שוין גיין

דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:25 pm

פראפעשענעל בינעך נישט, אבער כ'באק אלע יאר אין א חבורה פאר מיר מצות, ווי אויכעט באק איך ערב פסח מצות, און זיי קומען ארויס ב"ה זייער שיין.

מ'דארף טאקע זיכער מאכן נישט צו גיין אויף איין זייט מער ווי דער אנדערער, אבער נישט מאכן קיין האלבע-מצה דרייעס, נאר קליינע דרייעכלעך מיט בערך די זעלבע סכום יעדע מאל.
נישט דריקן אויף אראפ, נאר בלויז זייטוועגס אזויווי ארויפשטיפן די טייג.
יעדע וועלגער זאל זיך אנפאנגען פון לערך האלב אויפן מצה און גיין אויף ארויף.
שרייב א תגובה

Advertisement