Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זיין א קא-סיינער אויף א חבר'ס\קרוב'ס דירה

מיטוואך אפריל 02, 2014 12:44 pm

מיינס א נאטער ידיד האלט יעצט פארן קויפן א דירה, אבער היות ער האט נישט געונג קרעדיט\אינקאם צו קענען באקומען א מארטעגעדש אויף זיין נאמען, האט ער מיך זייער געבעטן אז איך זאל זיין א קא-סיינער אויפן מארטעגעדש.

פון איין זייט וויל איך אים זייער העלפן זיך צו זעהן אין זיין אייגענע דירה, אבער פון די צווייטע זייט בין איך אבער עטוואס באזארגט מפקיר צו זיין מיין נאמען\קרעדיט, מען קען דאך קיינמאל נישט וויסן וואס עס קען זיך אלס אפשפילן אין די 30 יאר ביז מען צאלט אפ דעם מארטעגעדש.

קען מיר איינער ראטן וואספארא תנאים איך זאל מיך אויס נעמען מיט אים על כל צרה שלא תבוא, איך זאל נישט בלייבן אנגעזעצט?

בתודה מראש

Advertisement

מיטוואך אפריל 02, 2014 3:59 pm

החכם עיניו בראשו. קיין שום תנאים וועט נישט העלפן אבער וואס טוט מען נישט פאר א צווייטן. די דארפסט וויסן ווי א שטארקע בעל אחריות יענער איז און אויב די ביזט גרייט אויף א ספק אנזעץ. לגבי די זאכן כאפט א גרויס חילוק ווי נאנט די ביזט מיט יענעם און וואס מיינט א קרוב טאטע/זון/ ברודער פעטער/נעפיו קאזין וכדומה

דער עיקר אז עס איז נישט זה נהנה וזה לא חסר ממילא איז נישט מידת סדום

מיטוואך אפריל 02, 2014 4:15 pm

ער איז גרייט צו גיין מיט מיר צו א דיין און שרייבן א הלכה-בינדענד שטר, זיך פארפליכטענדיג צו דעקן סיי וועלכע שאדן עס קען ארויס קומען פון דעם געשעפט.

און דער אמת איז א מיין פראבלעם איז נישט טראסט, איך טראסט אים, מיין פראבלעם איז נאר, וואס וועל איך טוען אויב ער פארלירט ח"ו זיין זשאב, אדער סיי וואס עס קען נאר געשעהן, ס'זאל נישט אויס גערעדט זיין, וואס זיין טראסט וועט מיר קיין סאך נישט העלפן.

מיין שאלה וואס זאל איך מיך אויסנעמען מיט אים, וועלכע תנאים זאל איך מיך אויסנעמען מיט אים.

מיטוואך אפריל 02, 2014 4:22 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:ער איז גרייט צו גיין מיט מיר צו א דיין און שרייבן א הלכה-בינדענד שטר, זיך פארפליכטענדיג צו דעקן סיי וועלכע שאדן עס קען ארויס קומען פון דעם געשעפט.

און דער אמת איז א מיין פראבלעם איז נישט טראסט, איך טראסט אים, מיין פראבלעם איז נאר, וואס וועל איך טוען אויב ער פארלירט ח"ו זיין זשאב, אדער סיי וואס עס קען נאר געשעהן, ס'זאל נישט אויס גערעדט זיין, וואס זיין טראסט וועט מיר קיין סאך נישט העלפן.

מיין שאלה וואס זאל איך מיך אויסנעמען מיט אים, וועלכע תנאים זאל איך מיך אויסנעמען מיט אים.

וואס איז שייך תנאים אויב קען ער נישט צאלען ח"ו וואספארא תנאים קענסטו מאכען?

מיטוואך אפריל 02, 2014 4:45 pm

אפשר נעמען עטליכע ערבים גענוי ווי ביי א הלוואה.

מיטוואך אפריל 02, 2014 4:56 pm

אויב די האסט טראסט און אים, נאר דיין פראבליעם אז ער וועט טאקע נישט קענען באצאלען, קענסטי נעמען א סכום געלט וואס ווערט אוועק געלייגט על כל צרה שלא תבא

מיטוואך אפריל 02, 2014 4:58 pm

סאיז זיכער מען דארף העלפן א יוד מען דארף אבער שוקל זיין די צדדים
די ערשטע שאלה איז אויף וועמען'ס נאמען גייט זיין די דירה?
אויב אויף דיין'ס דעמאלט וואס געשעט אויב די זעצט אן

בכלל אויב ער צאלט נישט (יעדער קען ווערן ארים) , איז אויב די פילסט אז די וועסט אים קענען ארויס ווארפען וואלט איך עס גענומען און באטראכט אויב קענסטו נישט נעם עס נישט
איך האב אפגעזאגט מיין קרוב ווייל איך קען אים נישט ארויס ווארפען

מען דארף האבן א וועג ארויס, ווי לאנג נאכדעם וואס די לאזט וויסן אז די ווילסט פטור מיז ער רוספאנדן, אין וואס געשעט אויב ער רוספאנד נישט
פון די אנדערע פראבלעמען וואס קען ארוף קומען איז טעקסעס ווען מען פארקופט די דירה אין אויב די דארפסט צוקימען צי א מארטגעטש

מען דארף אויך מאכן א שטר היתר עיסקה

מיטוואך אפריל 02, 2014 4:59 pm

בעל דעת האט געשריבן:אויב די האסט טראסט און אים, נאר דיין פראבליעם אז ער וועט טאקע נישט קענען באצאלען, קענסטי נעמען א סכום געלט וואס ווערט אוועק געלייגט על כל צרה שלא תבא

פעימענטס פאר 2-3 חדשים? וואס וועט עס צופיל העלפן?
פעימענטס פאר אפאר יאר? האט ער דען?

מיטוואך אפריל 02, 2014 5:01 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אפשר נעמען עטליכע ערבים גענוי ווי ביי א הלוואה.


לאמיר זאגען ער וועט טרעפען עריבים פאר 10000 דאלער יעדע איינער (ווער סנעמט זיך אינטער מער מיינט עס נישט ערענסט און מען קען זיך נישט פארלאזען אויף אים)
וויפעל עריבים דארף ער האבע צי דעקען די גאנצע?

מיטוואך אפריל 02, 2014 5:04 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:החכם עיניו בראשו. קיין שום תנאים וועט נישט העלפן אבער וואס טוט מען נישט פאר א צווייטן. די דארפסט וויסן ווי א שטארקע בעל אחריות יענער איז און אויב די ביזט גרייט אויף א ספק אנזעץ. לגבי די זאכן כאפט א גרויס חילוק ווי נאנט די ביזט מיט יענעם און וואס מיינט א קרוב טאטע/זון/ ברודער פעטער/נעפיו קאזין וכדומה


ווי נענטער אלץ א גרעסערע צרה, למשל אויב דאס איז דיין טאטע איז פון ווען ער מאכט חתונה די נעקסטע קינד מוזט די האבן אחריות אפן מארטגעטש, אין אפילו לאחר מאה ועשרים עס אוועק געבן פאר דיינע ברידער

מיטוואך אפריל 02, 2014 5:42 pm

ווייסעך וואס, קוק אין פישי.
שרייב א תגובה

Advertisement