עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מרץ 26, 2014 12:26 pm
היינט איז קנאפע דריי וואכען פאר פסח , וויל איך וויסען צו עס איז נאך דא גענוג צייט צו מאכן פאטעטא סטארדש און וויאזוי מאכט מען דאס.. וואס קען מען טוהען אז די קינדער וואקסן אויף און זיי פאדערן... י
Advertisement
מיטוואך מרץ 26, 2014 1:02 pm
שוין יארן לאנג ווי איך האב צוגעזעהן ווי מיין מאמע זאל זיין געזונט מאכט פאטעיטע סטארטש, וועל איך פראבירן מסביר זיין עד כמה שידי מגעת.
משיילט אפ פאטעיטעס גענוג און נאך. מצומאלט עס אין א ספעציעלע מאלן מאשין (פארגעסן פונקסטליך וויאזוי עס הייסט, אבער אזא מאשין וואס צומאלט עפעלך, טרויבן וכדו'). וואס פאסירט איז, אז די וואסער פון די פאטעיטעס טיילט זיך אפ פון די עצם פאטעיטע. די פאטעיטעס וואס בלייבן איבער קען מען מאכן קיגל אדער כרעמזלעך, און די וואסער פאנגט מען אויסצוארבעטן פאר סטארטש.
מגיסט אריין די וואסער – עס וועט האבן אזא גאנץ היבש ברוינע קאליר, אין א קאנטעינער. נעם אזא גרויסע קאנטעינער – די גרעסטע סייז (די 1 גאלאן סייז), און פיל עס אן מיט די פאטעיטע וואסער בערך א פערטל פון די קאנטעינער, אפילו ווייניגער. די איבריגע קאנטעינער פילט מען אן מיט וואסער ביז אויבן, און ממישט גוט אויס די אינטערשטע חלק מיט די איבריגע וואסער. מלאזט עס זיצן ביז מזעהט אז די סטארטש האט זיך באזעצט אינטן אונעם קאנטעינער. עס דויערט די ערשטע מאל בערך א האלבע שעה אדער אביסל ווייניגער.
דערנאך, איינמאל מזעהט אז סאיז שוין דא אונטען א גרויסע הארטע שטיקל סטארטש, גיסט מען אויס די וואסער, און מפילט עס נאכאמאהל אן מיט וואסער ביזט אויבן. ממישט 'גוט' אויס די סטארטש מיט די וואסער ביזט עס בלייבט גארנישט איבער אונטען עפעס הארט. מלאזט עס שטיין ביז עס זעצט זיך נאכאמאל אראפ די סטארטש אונטן. דויערט נאכאמל בערך 20 מינוט. איינמאל עס איז נאכאמהל באזעצט אונטען, גיסט מען נאכאמאהל אויס די וואסער, און אודך, מפילט עס צירוק אן מיט נייע וואסער און ממישט גוט אויס די סטארטש מיט די נייע וואסער. יעדעס מאל מטוט אזא פראצעדור ווערט די סטארטש מער ווייס, און מוועט זעהן אז די וואסער בלייבט מער קלאר און סווערט נישט אזוי ברוין. דאס איז א סימן א די סטארטש ווערט טאקע מער אויסגעוואשן.
נאכן אזוי טון אפאר מאל (קען דויערן א גוטע 2-3 שעה) שפרייט מען אויס די סטארטש אויף פארטשמענט פעיפער (כשר לפסח), און מצוברעקעלט עס, און מלאזט עס אזוי שטיין איבער נאכט אז סזאל זיך אויסטריקענען.
אויף צומארגענס האסטו טריקענע סטארטש גרייט צו באקן א קעיק.
ווי מער סטארטש מוויל מאכן, דארף מען מער קאנטעינערס. די סיבה פארוואס מלייגט נישט אריין אלע סטארטש אין איין קאנטעינער, איז ווייל עס וועט זיין זיער שווער עס אויסצומושען מיט די וואסער אויב עס איז דא צופיל (עס וועט זיין צו א גרויסע שטיקל הארטע סטארטש וואס איז זייער שווער און זייער אומפראקטיש אויסצמושען). ממילא לייגט מען אריין די מינומום אין יעדע קאנטעינער.
פון א גאנצע באקס 100 פאטעיטעס, קען מען ארויסנעמען בערך צוויי 32 אנצעס קאנטעינערס.
חג כשר ושמח, און מאך פיינע קעיקס. לאז וויסן פאר די ליינער וויאזוי די קעיקס זענען געלאנגען.
מיטוואך מרץ 26, 2014 1:20 pm
א דאנק מתבונן פאר די קלארע אנווייזונגען.
איז מעגליך אז דו מיינסט דעם מאשין?
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך מרץ 26, 2014 1:26 pm
תרנגול האט געשריבן:איז מעגליך אז דו מיינסט דעם מאשין?
נישט אזא מאשין האט מיין מאמע. עפעס ענליכס. אבער קען זיין אז דאס איז אויך גוט. כווייס נישט. מסתמא יא פארוואס נישט. די מאשין וואס מיין מאמע האט מער פלאץ ווי די פאטעיטעס קענען אריין גיין. און דער מאשין איז נישטא פשוט אזויפיל פלאץ, און מוועט זיין מער ביזי אויסליידיגען די מאשין פון די פאטעיטעס.
מיטוואך מרץ 26, 2014 4:37 pm
ישר כח פאר אזוי שיין מסביר זיין... איך וויל נאר קלארער פארשטיין , מען צעמאלט די פאטעטאס אין דערנאך לייגט מען עס אויף א זייער און עס רינט אראפ די זאפט און פון די זאפט מאכט מען די גאנצע סטארטש? האב איך גיט פארשטאנען? י
מיטוואך מרץ 26, 2014 4:38 pm
באס דרייווער האט געשריבן:ישר כח פאר אזוי שיין מסביר זיין...
מיטוואך מרץ 26, 2014 4:43 pm
באס דרייווער האט געשריבן:מען צעמאלט די פאטעטאס אין דערנאך לייגט מען עס אויף א זייער און עס רינט אראפ די זאפט
די זאפט רינט גלייך ארויס פון די מאשין (קענסט עס אויך זעהן אויף די מאשין וואס תרנגול האט עטעטשט) אין א שיסל (וואס דו דארפטס אונטערלייגן). מדארף גארנישט עקסטער זייען די וואסער. די וואסער וואס קומט ארויס לייגט מען אריין אין די גרויסע גאלאן קאנטעינערס, און די סטארטש אין די וואסער זעצט זיך אראפ צו אונטען פון זיך אליין.
באס דרייווער האט געשריבן:און פון די זאפט מאכט מען די גאנצע סטארטש?
יא פון די זאפט מאכט מען די גאנצע סטארטש.
באס דרייווער האט געשריבן:האב איך גיט פארשטאנען?
איך האף אזוי. עני נאך שאלות?
מיטוואך מרץ 26, 2014 6:26 pm
איך גיי נישט קויפן קיין נייע מאשין נאר ווייל איך האב געהאט א נארישן חלום פון מאכן סטארטש אויף פסח, די מערסטע וואס איך קען טוהען איז אהיים גיין, זאגן פארן שמש הנקרא בני בית אז זי זאל מיר בלענדען אדער צימאלען מיטן פוד פראסעסער א באקס פאטעטאס און איך וועל איבערנעמען פון דארט און ווייטער
מיטוואך מרץ 26, 2014 7:47 pm
באס דרייווער האט געשריבן:איך גיי נישט קויפן קיין נייע מאשין נאר ווייל איך האב געהאט א נארישן חלום פון מאכן סטארטש אויף פסח, די מערסטע וואס איך קען טוהען איז אהיים גיין, זאגן פארן שמש הנקרא בני בית אז זי זאל מיר בלענדען אדער צימאלען מיטן פוד פראסעסער א באקס פאטעטאס און איך וועל איבערנעמען פון דארט און ווייטער
איך גלייב נישט אז סאיז פראקטיש צו צומאלן מיטן פוד פראסעסער, ווייל דעמאלטס וועסטו זיכער מוזן קודם זייען די וואסער עס אפצוטיילען פון די פאטעיטעס. און נישט נאר דו וועסט עס מוזן זייען, נאר דו וועסט מוזן שטיין דארט און 'גוט' אויסקוועטשן דו זאפט אזוי ווי דו קוועטשט אויס א שמאטע. עס וועט דוירען צו לאנג און דיינע נערווען וועלן קראכען (געוואנדען לויט וואספארא נערווען דו האסט...).
מיטוואך מרץ 26, 2014 7:48 pm
ביינונז צומאלט מען די פאטעטאס מיט א מייערן דזשוסער און די "פאטעטא דזשוס " לייגט מען אין שיסלעך ביז עס זעצט זיך און טריקנט זיך אויס
מיטוואך מרץ 26, 2014 9:21 pm
מתבונן האט געשריבן: עס וועט דוירען צו לאנג און דיינע נערווען וועלן קראכען (געוואנדען לויט וואספארא נערווען דו האסט...).
א באס דרייווער האט געווענליך אייזערנע נערוון
דאנערשטאג מרץ 27, 2014 6:00 pm
קודם כל שכוח רב תרנגול פאר די קאמפלעמענט, כהאב גראדע געהאט א שווערע טאג מיט די קינדער אופן באס, יעצט א קוועשין וועגן די סטארטש, נאכדעם וואס די זאפט איז שוין אפגעטיילט קען מען צוגיסען וואסער צי די טריקענע פאטעטאס און גיט אויסמישען און דאן נאכאמאל זייען ? י
פרייטאג מרץ 28, 2014 10:21 am
באס דרייווער האט געשריבן:יעצט א קוועשין וועגן די סטארטש, נאכדעם וואס די זאפט איז שוין אפגעטיילט קען מען צוגיסען וואסער צי די טריקענע פאטעטאס און גיט אויסמישען און דאן נאכאמאל זייען ? י
אויב האסטו עס קודם געמאכט מיט א געהעריגע מאשין (נישט קיין פוד פראסעסער), וועט לכאורה נישט זיין וואס אויסצוקוועטשן נאכאמאהל. אויב מאכסטו עס מיט א פראסעסער, קען זיין וועט יא זיין וואס צו קוועטשען.
און נאכאמאהל, געוואנדען אויף דיינע ערב פסח נערווען. זעהט אויס אז דו האסט טאקע פיינע אייזערנע נערווען...