Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אלעס ארום פרייזן פון פראדוקטן

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:01 pm

עס מאכט זיך פיל מאל ווען איך קויף א געוויסע פראדוקט און עס זעהט מיר אויס אז די פרייז דערפון איז זייער טייער און איבערגעצאלט, צוליב דעם עפען איך דעם אשכול צו קענען אויסשמועסן די אלע פראדוקטן.

ובזה החלי, איך וויל פארשטיין פארוואס א שיך פאר א קליין 3 יעריג קינד קאסט 80 דאלער?, א טאטישע שיך קען מען טרעפן פאר די זעלבע פרייז פארוואס קען מען נישט טרעפן א קינדערישע שיך וואס ליגט ווייניגער פון העלפט די שטאף וואס ליגט אין א טאטישע שיך און עס קאסט די אומגעהויערע סומע.

Advertisement

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:20 pm

ווייל זיי קענען.

די אומגעהויערער פרייזען פון פרויען קליידער פארשטייסטו יא?

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:22 pm

צו מאכן גוטע שיך איז א קונץ. אזויווי ווייניג קענען דאס, וועט דער וואס קען דאס יא מאכן, בעטן וויפיל געלט ער האלט אז מענטשן וועלן גרייט זיין צו צאלן.

כ'גלייב אז די מאטריאל זעלבסט קאסט אפאר נישטיגע דאלארן.

אגב, שכוח פארן גרינדען דעם אשכול, א פרייזן דעבאטע קען זיין היבש אינטערסאנט.

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:25 pm

ביי טאטע שיך איז אויך נישט א חילוק אין פרייז פון סייז 6 ביז סייז 13

ביי די וועי ווי זעהט מען בעבי שיך פאר 80 טאלער
עוועריזש מיין איך איז 50

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:26 pm

וועלכע קאמפאניס שיך ווערן בעיקר פארקויפט ביי אונז היימישע אידן פאר קליינע קינדער?

אדרבא לאמיר זיך איבערצייגן צו די זעלבע שיך וואס ווערט ביי אונז פארקויפט פאר 80 טאלער איז ערגעץ אנדערש פיל ביליגער.

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:27 pm

די פראדוקטען מארקעט לויפט אויף סאפפליי און דעמענד פלאסס סטייל דערפאר די אלע פראדוקטען וואס איז געבינדען צו א סטייל קאסטן אסאך געלט דא האט איר דוגמאות

פרויען קליידער און אלע פרויען זאכן
קינדער שיך
קינדער אנצוג
די אלע זאכן זענען געבינדען צו א סטייל

משא"כ מענער אנצוג און שיך איז בכלל נישט געבינדען צו א סטייל

קענסט זעהן למשל די בעסערע העמעדער קאסטן און די לבנה אריין טאקע ווייל ס'האט מיטן סטייל

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:31 pm

אייטעמ'ס וואס גייט מיט א סטייל קען מען פאבריצירן צו סאך ווייל די סטייל טוישט זיך שנעל דערפאר קאסט דאס מער ביי יעדן שטאנדפונקט

משא"כ זאכן וואס איז נישט געבינדען צו א סטייל קען מען מאכן פראדוקטיאן ממילא איז עס ביליגער

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:38 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וועלכע קאמפאניס שיך ווערן בעיקר פארקויפט ביי אונז היימישע אידן פאר קליינע קינדער?

אדרבא לאמיר זיך איבערצייגן צו די זעלבע שיך וואס ווערט ביי אונז פארקויפט פאר 80 טאלער איז ערגעץ אנדערש פיל ביליגער.


היינט איז venettini מן הסתם די שטערקסטע קאמפאני ביי אונז היימישע עולם און די פרייזן זענען בערך $84.

http://www.venettini.com/children.html

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:38 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:ביי די וועי ווי זעהט מען בעבי שיך פאר 80 טאלער
עוועריזש מיין איך איז 50


אנפאנג סעזאן ווען מען גייט אריין אין א אידישע געשעפט קאסט אן עווריזש שיך 75-80

green האט געשריבן:קינדער שיך
קינדער אנצוג
די אלע זאכן זענען געבינדען צו א סטייל


אז איך וויל קויפן א פשוטע'ר שיך נישט סטייליש קאסט עס אויך דאס זעלביגע, און מיין בני בית זאגט מיר אז אפילו אין די גוי'אישע סטארס קאסט עס נישט ביליגער.

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:39 pm

אנליין קענסטו טרעפן זייער ביליג. טריי 6PM.com

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:40 pm

לייגט דעם מייזל אויפן בילד צו זעהן גרעסער

http://www.vitaminsbaby.com/navy-bow-ma ... 7Aod-TYA1g

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:43 pm

פריי זיך האט געשריבן:אנליין קענסטו טרעפן זייער ביליג. טריי 6PM.com


איך מיין אז קינדערישע שיך איז זייער שווער צו קויפן אנליין ווייל עס דארף האבן א גוטע פיט.

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:43 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לייגט דעם מייזל אויפן בילד צו זעהן גרעסער

http://www.vitaminsbaby.com/navy-bow-ma ... 7Aod-TYA1g


וואס ווילסטו זאגען מיט דעיע בילד? סאיז נישט קיין שיך, סאיז פאפיר אין די שעיפ פון א שיך פאר ניי געבוירענע.

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:46 pm

מצב כללי האט געשריבן:
פריי זיך האט געשריבן:אנליין קענסטו טרעפן זייער ביליג. טריי 6PM.com


איך מיין אז קינדערישע שיך איז זייער שווער צו קויפן אנליין ווייל עס דארף האבן א גוטע פיט.

קויפט מען 5 שטיק און משיקט צוריק דאס איבריגע. עמעזאון און ZAPPOS האבן פרייע שיפפינג און רעטוירנס (מסתם דא נאך)

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:53 pm

איך האב יעצט געקויפט 4 פאר שיך ביי shoes.Com און צוריק געשיקט 3. איך האב זיי גראדע געפרעגט אויב איך זאל קאמביינען אלע דריי באקסעס און איין ריטורן און זיי האבען מיר געענטפערט שיק עס צוריק עקסטער. איך גלייב זיי האבען א גוטע דיעל מיט פעדעקס

מיטוואך מרץ 19, 2014 7:58 pm

ס'אמחיה!

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 9:22 am

די וועג פון שאצן פרייזן איז בכלל נישט וויפיל עס קאסט צי מאכן נאר וויפיל די ביזט גרייט צי באצאלן

די מיזט פארשטיין אז דער מוכר איז בכלל נישט דא דיר צי העלפן אדער דיר צי געבן סערוויס - ער איז דא בלויז צי מאכן געלט!! אין ווער ער מאכט א סעיל אדער ווען ער זאגט אז ער איז די ביליגסטע איז עס נישט ווייל ער וויל דיר געבן פאר ביליג - די סיבה איז נאר צי מאכן געלט אין וועגן דעם וועלן זיי בעטן די טייערסטע פרייז וואס זיי קענען בעטן ווילאנג מען קויפט עס

שילדיך זענען דיע וואס קויפן איין פאר טייער געלט -
אגב עס איז דא צי קויפן שיך פאר 15 20 דאלער וואס איז נישט ממש 100 פראצענט סטייליש
אויב וויל מען האבן די שענסטע סטייל מיז מען צאלן טייער - (אין אז די קויפסט עס פאר די טייערער פרייז ביסטו שילדיג)

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 9:26 am

עס איז א לעצטיגע בייפאל פון געוויסע וועב סטארס צו מאכן די טריי-אן-שיק-צוריק-די-איבריגע פאר א אפיציעלע סערוויס, א לייוו טשעט העלפט דיר אויסקלויבן וואס צו אהיימנעמען.
א ביישפיל דא און דא
דא קען מען זען נאך בעסערע איידיע פאר ברילן

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 4:34 pm

איך זעה מען האט אוועקגעפירט דעם אשכול צום "ולאחיו יאמר חזק" אפטיילונג, לכאורה האט מען נישט פארשטאנען די מטרה פונעם אשכול.

די ציל פונעם אשכול איז נישט צו העלפן דעם עולם טרעפן פראדוקטן פאר ביליג (אזא אשכול וואלט גראדע געווען א גוטע געדאנק) איך האב פשוט געזיכט א פלאץ צו דעבאטירן פרייזן פון פראדוקטן וואס עס זעהט מיר אויס טייער און אויסשמועסן די פשט דערפון צי עס איז אויסגעהאלטן צי נישט און אלע אספעקטן ארום דעם.

(עס איז נישט קיין נפק"מ ווי עס ליגט איך האב פשוט געוואלט קלארשטעלן מה המטרה הזאת?)

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 6:25 pm

געגאנגען ווייטער, פארוואס קאסט א באגעבו וויגעלע שש מאות?

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 6:29 pm

ווייל אז נישט וואלט מען עס נישט געקויפט. אויב זאל עס קאסטן נאר 3-200 וואס שלאמצטע יענטע דוואשע קויפט וואלטעכעס נישט גוט געווען פאר דיין אריסטראקאטישע ווייב.

דאנערשטאג מרץ 20, 2014 6:44 pm

די זעלבע סיבה פארוואס ראולס רויז בעט א געשוואלענע פרייז, זיי האבען א פיינע און שיינע פראדוקט און איעדער איז שטאלץ ארום צו גיין מיט דעים. היינט איז שוין טאקע דא א שטארקע קאמפעטישען אפע בעבי און מען דארף נישט צאלען אזוי סאך.

פרייטאג מרץ 21, 2014 7:58 am

אלס איינער וואס האט שוין געהאט אין באזיס קערידזשעס פון אלע סארטן, דאס בעסטע איז ביי מיר געוועזן איינס וואס האט מיר געקאסט בימים ההם (14 יאר צוריק) עטליכע און זעכציג דאללער.

פרייטאג מרץ 21, 2014 1:00 pm

גאלדען פךוי מילך איז דע וואך ארויף צו 3$ א פלעשעל
א רציחה

שבת מרץ 22, 2014 9:55 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:גאלדען פךוי מילך איז דע וואך ארויף צו 3$ א פלעשעל
א רציחה

דאס איז צוליב די לעצטערע מאנגל אין פךויען, עס גייט לויט סופליי און דימענד
שרייב א תגובה

Advertisement