בלאט 1 פון 1
הילף מיט וואש מאשין
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 1:31 am
דורך שוועמל
לעצטענס מיין מעיטעג וואש מאשין מאכט קונצן.
ביים סטארטן א לאוד ווען די וואסער רינט אריין (סאך בעפאר קאאל דאון אדער פירסט-רינס), גיט זיך די וואסער א שטעל אפ און די מאשין נעמט זיך מאכן א גאנץ הויכע סאונד ווי עפעס איז סטאק, די סאונד הערט זיך כאילו איינער דרייט דעם דייעל נאן-סטאפ. איך מוז עס ארויפשלעפן און רוקן אביסל ווייטער עס זאל זיך נעמען וואשן און רינסן.
בעיקר געשעט עס ביי זשענטל אבער אויך ביי אנדערע.
עני איידיע?
כטראכט יעצט אפשר איז עפעס ראנג מיט די וואסער אינטעיק, פארשטאפט אדער וואז?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 6:39 am
דורך קהת
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 12:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
וואס פארלאנגסטו?
צו וויייסטו ווער זענען די אפיציעלע ווארטזוגער\ריפיערמאן פאר מעיטעג?
דא האסטו! די רעכטע זייט איז די היינטיגע, די אנדערע צוויי זענען די אמאליגע (זע לעבן שוין נישט.)
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 12:13 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 12:15 pm
דורך Alien
הממממ... אפשר די בעלט?
לייג ארויף א ריקארדינג פון די נויז, וועל איך עס אפשר קענען דייעגנויזען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 2:02 pm
דורך שוועמל
דעס האב איך געוואלט, וואס איז די נאמען פון די סאונד?
עס הערט זיך ווי איינער זאל דרייען דעם דייעל נאן סטאפ.
אפשר Rattle sound?
איין מאל איך ווייס די נאמען פון די סאונד וואלט איך געמאכט א זוכעניש אויף דער סאונד.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 17, 2014 10:24 pm
דורך שוועמל
אופדייט:
למעשה האב איך דיסקאנעקטעד די וואסער סופליי ליינס און אויסגעקלינט דעם "נעט" וואס איז געווען דארט צווישן די האוז און דעם אינטעיק.
עס האט געארבעט גוט אויף 1-2 סייקלס אבער דערנאך האט עס ווידער אנגעהויבן מאכן קונצן ווי אמאל, סטאפט, מאכט נויז וכו.
איז דא נאך ערגעץ וואו מדארף קלינען?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 17, 2014 10:49 pm
דורך Alien
אפשר איז די tub, מאטאר אדער בעלט ארויס פון פלאץ?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 18, 2014 4:17 pm
דורך שוועמל
מאכט נישט קיין סענס ווייל די פראבלעמען זענען בשעת filling up, איין מאל עס סייקלט שוין פארט עס פיין ב"ה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 12:44 am
דורך Alien
געשעט ביי די זעלבע וואש סייקעל? נאר ביי פערמענענט פרעס אדער ביי אלע?
פראבלעם מיט וואשמאשין
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2015 6:59 pm
דורך מר. גרין
מיין וואשמאשין האט א פראבלעם
א יעדער שווארצע לאוד קומט ארויס פול מיט שטויב און מיט אנגעלייגטער מאטריאל
נאך א יעדער וואש דארף מען מיט א בראש אראפנעמען אלע שטויב ווילאנג די קליידער זענען נאס - שוין באלד גרינגער צו וואשן ביין טייך..
ביי די ווייסע לאודס האב איך נישט געמערקט די פראבלעם - קען זיין אז עס איז נישט מערקבאר וצ"ע.
ווער האט אן איידיע??
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 11:52 pm
דורך שוועמל
מר גרין,
וואסערע מאשין?
פרוביר צו שטעלן א סייקל אנע וועש און זיי בודק די וואסער, אפשר איז דא ערגעץ פארהאנקערט לינט ביים עגיטעטאר און עס קומט ארויס ביים וואשן.