שבת אין שפיטאל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

שבת אין שפיטאל

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 7:48 pm

אזוי ווי עס מאכט זיך אז מען דארף זיין און שפיטאל שבת און מען ווערט זייער פארלוירען וואס ווי ווען, האב איך אפגעשריבען מיין עקספיריענס, אפשר גייט עס איינעם העלפן.

ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין און Cornell hospital אויף שבת, איין זאך קעניכענק זאגען סאיז געוועהן א שבת צו געדענקן!

די הכנות האבן זיך אנגעהויבען א וואך פריער זיך געזארגט וואס איך גיי טוהן דארט, ווי גיי איך עסן, שלאפן, דאווענען, פארברענגען, איך האב געגולט און זיך נאכגעפרעגט און געקאלט. אבער די דאגות זענען געוועהן אומזיסט.

ס'ווייב האט מיר אנגעגרייט אלע סעודות כיד המלך, ווייל איך גיי זיין שבת און די ווייטע מאנהעטען וואס סאיז נישט דא קיין אידישקייט און כשר'ס צו עסן. אזוי האבען אונז געמיינט.

אנקומענדיג און שפיטאל בין איך געגאנגען גלייך זיכען די ביקור חולים צימער אראפצולייגען די קאלטע זאכען און פרידז און די ווארעמע זאכען און אויבן, אנקומענדיג אונטען אזוי זיכענדיג רופט זיך אן א נורס א גויטע די זיכסט זיכער די ביקור חולים צימער גיי דארט רעכטס און אופן לינקע זייט גייסטו עס טרעפן.

כהאב אויפגעמאכט די טיר שטייציך זייער שטייט ווער ווייסט וואס איך גיי דא יעצט טרעפן, איך האב נישט געגלייבט וואס מיין אויגען זעהן די פרידז און די אויבן מיט די שאפערס זענען געוועהן אנגעפאקט מיט זאכען, גרעיפ דזוס, אלע מינע טרינקען, געפילטע פיש, סעלמאן, 5 מינע דיפס, חריין, זיפ, קניידלעך, לאקשען, ארבעס, פלייש פערפעל, זיסע מייערען, קאמפאט, דזעלא, אייער, לעבער, צוויבעל, טשולענט, אפאר מינע קיגלען, אייס קאפוטשינא, מילך, חלות, סיריעל, ספרעדס, טרעוול מיעלס, לעכט, סידורים, זמירות, אלע מינע צייטאנגען, קענדיס, ניס, סנעקס, פירות, ירקות, קעיק, קוקיס, אין נאך אסאך מער.

ענק מיינען זיכער אז איך בין מגזים, אויב עפעס דארף איך איבערבעטען סאטמערע ביקור חולים און סקווירא ביקור חולים פארן נישט ארויס שרייבן אלעס וואס זיי שטעלן נאר צו.

סאיז אנבעליפעבעל וואס זיי האבען אונזינען, כ'האב געמוזט אויסשרייען אפאר מאל במשך די שבת מי כעמך ישראל!!!!

מנחה מעריב האב איך געהאט מנין און שפיטאל, שחרית האב איך געפלאנט אויפצושטיין פרי צו דאווענען און א סמעדריש לעבן שפיטאל אבער שטייציך איך בין אויפגעשטאנען צו שפעט, דארטן שטעלט מען זיך דאווענען זייער פרי, גיי פרעג זיי ווי זיי יאגען זיך.

די סעודות האב איך געגעסן און ביקור חולים צימער, איך האב געמיינט אז איך גיי זיצען אליין אויף א טישא באקס בענקל און סגייט זיין טישעבאב אבער איך האב מיר ערנצט טועה געוועהן ס'זענען אריין געקומען נאך און נאך מענטשען. איינער האט אנגעהויבען הויעך אויפן קול אוי שלום עליכם מלאכי... ס'האט אויסגעזעהן ווי ער איז שוין א תושב דא די לעצטע פאר וואכען.

נאכען עסן בין איך געגאנגען שלאפן, ניין איך בין נישט געשלאפען אויף א באנק, איך בין געשלאפען און א הערליכע האטעל 10 מינוט פון שפיטאל בחונם, צוגעשטעלט דורך א ביקור חולים ארגיניזאציע, איך בין אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג צום האטעל צו איינטשעקן איך האב זיי געגעבן ס'נאמען און כ'האב געווארט אויף א צימער, איין מינוט שפעטער הער איך ווי זיי רופן אן איינעם א היימישע פרוי און זיי רעדן וועגן די געסט מען דארף צוויי דריי צימערן, נאכדעים האב איך געהערט ווי ער געט א פרייז אפאר הינדערט טאלער איך געב אזא טראכט ביי מיר וווווואאאאאאססססס????? איינער צאלט פאר מיר אפאר הינדערט דאלער און ער קען מער אפי' נישט ער גייט מיר נישט קענען, איך האב מיך נישט געקענט בארואיגען אפאר מינוט. ארויפגייענדיג און צימער האב איך געזעהן 4 בעטן הערליך אנגעגרייט איך בין געוועהן ס'ערשטע די אנדערע 3 מענטשען זענען אנגעקומען פארן זמן, שמיסענדיג מיט איינעם זאגט ער מיר אז ער קומט שוין דא זעקס וואכען און א ציה ווייל זיין ווייב ליגט און שפיטאל און ס'קאסט עהם נישט קיים פריטה אחת ער לייגט נאך צו שפעטער איך האב אפי' נישט קיין אנונג ווער די ארגיניזאציע איז אויב נישט זיי וואלט עס מיר אפגעקאסט טויזענטערס. לאמיר ארויסברענגען איין נקודה פאר איך פארגעס, די האטעל איז און א פארנומענע געגנט און מנהעטען און די האטעלס זענען מוגזם'דיג טייער א וויקענד און זיי קוקן אפי' נישט אויף די פרייז צו העלפן א איד.
די האטעל איינגעשטעלטע האבען פינקטליך געוויסט וואס עס מיינט שבת אלע הלכות האבן זיי געוויסט בעסער ווי מיר, שבת האבען זיי מיר אויפגעמאכט די טיר פון די האטעל זיי זענען ארויף געקומען מיט מיר ביזן צימער אויפצומאכען די טיר מיט ס'קארטעל, די לעקטער האבען זיי פינקטליך געוויסט וואס אין ווען צו פארמאכען. לאמיר אלע צוזאמען שרייען מי כעמך ישראל.

במשך די שבת האב איך געהאט צוויי מאל די זכיה צו משלים זיין מנין פאר א פטירה, ס'האט מיר אביסל דערמאנט די יום המיתה.

גלייך מוצאי שבת האב איך געגעבן א שיינע סכום פאר ביקור חולים.

דעיס גיי איך געדענקען לעולם דוד.

די אייבערשטער זאל העלפן אז קיינער זאל נישט דארפן אנקומען און שפיטאל אויף שבת אבער אויב סמאכט זיך שוין יא פאר א שמחה זאל מען זעהן עס אויסצוניצן
לעצט פאראכטן דורך קהת אום דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 7:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Normal is just a setting on the washing machine

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 7:54 pm

Wow
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 8:19 pm

וואי אזא באשרייבונג! עס שרייט ארויס מי כעמך ישראל... דאס חסד וואס אידן טוהן איניש צו באגרייפן

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 8:20 pm

יא יא, מען זאל זיי נישט דארפען אבער דיין תגובה קאוסט א טרער. מי כעמך ישראל.

כלל ישראל איז מעכטיג!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11878
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 8:45 pm

איך פראביר צו געבן פאר ביקור חולים ווען איך קען. ועכשיו ביותר אי"ה. נישט געוואוסט אז זיי טוען אזוי סך.

שיינע באשריבן קהת

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 8:48 pm

די רעדסט פון נוי יארק קארנעל אויף די 68סטע גאס?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 8:56 pm

דערמאנסט מיך נישט מער געדאכט.
געווען איז עס אפאר יאר צוריק, ווען איך האב פיינעלי דיסיידעט אז דאס יאר בויט מען א סוכה, און מען גייט זיין א גאנץ סוכות אינדערהיים, איך האב געקויפט א נייע סוכה, וכ"ו וכ"ו, למעשה האט דער אייבישטער געלאכט, איך בין געווען גאנץ סוכות אין שפיטאל, נאכען זיין אנגעצויגען וואס גייט זיין מיט עסען שלאפען האב איך אריין געוואקט אין די ביקור חולים שטיב אין nyu מען קען זיך נישט גלייבען וואס מען שטעלט דארט צו.
קצרתי
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 9:00 pm

יא און וווי א יהודא ועוד, יעדעס ווארט איז אמת ויציב און ווי דו אליינסט שרייבסט, אז נאך אלס נישט אלס געשריבן!!

בך חותמין! במידת אברהם - חסד - בזכות דעם וועלמער ארויס פון גלות ב"ב אמן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 10:25 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:די רעדסט פון נוי יארק קארנעל אויף די 68סטע גאס?


יא
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:31 am

מוראדיג נורא נוראות!
ווי דו זאגסט, מען זאל עס נישט ברויכן נוצן נאר אויף שמחות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
העקער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 9:11 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך העקער » פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:38 am

קהת א דאנק פארן אפשרייבן

איך האב די וואך מוצאי שבת געהערט פון א אינגערמאן וואס האט צענדליגער מאל געטראגן די משפחה און חברים פון ר' אברהם כ"ץ ע"ה צו די שפיטאל אין קאנעקטיקוט, די לעצטע צוויי וואכן האט ער מער נישט געקענט טראגן האט ער זיך שטארק אנטשולדיגט פאר די משפחה אז ער האט א נייע דזאב און ער קען מער נישט

מי כעמך ישראל!!

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » פרייטאג פאברואר 28, 2014 3:11 am

איך בין לעצטענס געוועהן שבת אין תל השומר שפיטאל, איז דא דארט אן ארגענעזאציע וואס הייסט "רחשי לב" וואס שטעלט פשוט צו בעטן פארן עולם צו שלאפען, אבער דו הויכפונקט איז די ארגענעזאציע "אתה עמדי" פון הרב זולדן וואס שטעלט פשוט צו עסן א גאנצע וואך יעדע שעה פון טאג און שבת איז הב זולדן געוועהן מיט א שטאב פון בערך מעהן בחורים וואס שטעלן צו סעודות כיד המלך וואו עס דארף צו זיין...
דא קענט איהר זעהן וויזניצע רבי האט באזוכט א בחור אין שפיטאל און געגעאנגען זעהן די ארגענעזאציע...
האדמו"ר מוזיניץ ב"אתה עמדי"

קהת שיין געשריבען!

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג פאברואר 28, 2014 5:08 pm

גיט געשריבן קהת
איך בין געווען לעצטענס אין מאונט סיני אויף א שבת
זיי האבן א בית מדרש אין שפיטאל ווי כ'האב געדאווענט אלע 3 תפילת מיט מנין ממש א געשמאק
און די עסן איז ממש נישט צום באשרייבן
מכל טוב וטוב

נאר דער אויברשטער קען אין וועט זיי באצאלן
איך מיין אז סאיז געווען די ערשטע מאל וואס איך בין געווען באמת פראוד צי זיין א סאטמארער

גיט שבת נאו
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » פרייטאג פאברואר 28, 2014 5:11 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:גיט געשריבן קהת
איך בין געווען לעצטענס אין מאונט סיני אויף א שבת
זיי האבן א בית מדרש אין שפיטאל ווי כ'האב געדאווענט אלע 3 תפילת מיט מנין ממש א געשמאק
און די עסן איז ממש נישט צום באשרייבן
מכל טוב וטוב

נאר דער אויברשטער קען אין וועט זיי באצאלן
איך מיין אז סאיז געווען די ערשטע מאל וואס איך בין געווען באמת פראוד צי זיין א סאטמארער

גיט שבת נאו

אמן.

who cares
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 2:12 pm

תגובהדורך who cares » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:35 am

ווי איז די נענסטע מקוה שבת צופרי פין קארנעל? איז דא א מנין on-premises?

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג פאברואר 09, 2018 10:29 am

דא האסטו אביסל אינפארמאציע און טעלעפון נאמבערס וועם דו קענסט רופן.
צוגעלייגטע
cornell2.JPG
cornell2.JPG (45.38 KiB) געזעהן 1858 מאל
cornell3.JPG
cornell3.JPG (22.86 KiB) געזעהן 1858 מאל
cornell.JPG
cornell.JPG (40.31 KiB) געזעהן 1858 מאל

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:56 am

who cares האט געשריבן:ווי איז די נענסטע מקוה שבת צופרי פין קארנעל? איז דא א מנין on-premises?

???

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:57 am

און וואס טוט זיך מיט פארקינג נעבן קארנעל?

שלום הצינורות
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 1:26 pm

תגובהדורך שלום הצינורות » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 9:53 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט פארקינג נעבן קארנעל?

פארקן קען מען אדער אויף Lexington פאר פריי ווען די טרעפסט א ספאט אדער איז garages בערך א מאה אדער ווייניגער ווענצעך ווי ווייט, איך בין געווען פאריגע וואך געצאךט 65 נאר 7 מינוט צו וואקען

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:26 am

דאס איז די ערשטער שבת
נאך א שבת
נאך א שבת
איך האב פארברענג דעם ווינטער יעדע 2טע שבת אין שפיטאל
די פעולות פון ביקור חולים איז אין לשער
אבער נאך יעדע באזוך בינעך געווארן מער צושוידערט
זיך באקענט מיט אידן וואס וואוינען ליידער אין שפיטאל
אנגעהויבן אריין צוגיין צו אנדערע אידן
צוגעזעען וואס חולי ישראל מיט זייער משפחות ליידן זיך צאם
דאס הארץ טראפט בלוט
מיטגעהאלטן פטירות פון אינגע טאטעס אין מאמעס וואס האבן איבער געלאזט קליינע יתומים

א קלייניקייט נאך עטליכע שבתים אין שפיטאל האב איך צוריק אנגעהויבן ברענגן היימישע עסן
מיין הארץ איז פשוט אויסגעגאנגן פארן אינגערמאן וואס די לעצטע פאר וואכן עסט ער עפעס פון שפיטאל פרידזש ער האט זיך מחי' געווען מיט א טשאלענט מיט אביסל בקר דערין אדער א קאלט גלעזל ביר, א געשמאקער וויין

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:53 am

שלום הצינורות האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט פארקינג נעבן קארנעל?

פארקן קען מען אדער אויף Lexington פאר פריי ווען די טרעפסט א ספאט אדער איז garages בערך א מאה אדער ווייניגער ווענצעך ווי ווייט, איך בין געווען פאריגע וואך געצאךט 65 נאר 7 מינוט צו וואקען

וועלעכע גאראדזש?

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:39 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
who cares האט געשריבן:ווי איז די נענסטע מקוה שבת צופרי פין קארנעל? איז דא א מנין on-premises?

???

איינער ווייסט ?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 3:12 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
who cares האט געשריבן:ווי איז די נענסטע מקוה שבת צופרי פין קארנעל? איז דא א מנין on-premises?

???

איינער ווייסט ?

מקוה ווייס איך נישט, אבער א מנין דארף יא צו זיין דארט, דריי דיך אביסל ביים חסד שטוב עש"ק נאכמיטאג און וועסט ליידער טרעפן צענדליגע אידישע קינדער זיי וועלן זיכער וויסן
איין זאך קענען מיר אייך וואונטשן פון טיפן הארצן איר זאלט זיך ארויסזען פון דארט געזונט און פריש ווי אמשנעלסטן
גוט שבת

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 3:30 pm

איז געווען א שטיק צייט וואס מ'המיר זיך געדרייט אין די שפיטאל קארידארען. וויל איך אייך זאגען עפעס.
אויב ווייסט איר פון פראנויס אז איר גייט זיין אין שפיטאל, ברענגט מיט עפעס עקסטער (פארשטייט זיך אויב איר האט אויך פאר זיך זעלבסט) איך קאן אייך צוזאגען אז קיין בל תשחית וועט נישט זיין.
איך האב מיטגעברענגט אז סעודה כיד המלך, ממש אוואו ביי מיר אינדערהיים און זיך געזעצט צו מיין סעודה אין דעם ביקור חולים צימער. האט זיך א סקווירא'ר איד צוגעשארט צו מיין טיש און געפרעגט וואו ליגט דאס די עסן וואס איך עס, דאן עפעס א איד פון פלעטבוש, גראדע גערעדט א היימישן אידיש. איך האב זיי אנגעצייגט אז איך האב געברענגט אסאך, זעהר אסאך עסן. ער האט זיך מחי' געווען און נישט פערשטאנען וויאזוי איינער וואס קומט אין שפיטאל צו א האלב טויט'ן מענטש האט אינזין אנדערע. נו, גיי זיי מסביר אז דאס איז סאטמאר (איך מאך נישט אוועק אנדערע חסידות דערמיט)
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:27 pm

איך האב דאס ערשטע מאל געוויילט אין מאונט-סיני שפיטאל אויף א חלק שבת אויף א שמחה ב"ה, איך בין אנגעקומען אין שפיטאל בערך 9:30 צופרי, און בערך 6:00 נאכמיטאג האב איך הערשט געקענט צוגיין צום חסד שטוב. איך בין געווען אויסגעהונגערט ווי א וואלף... [עפעס האב איך מיר מיטגענומען צו קענען קידוש מאכן אבער נישט מער...]
בקיצור איך שפאציר אריבער צום גוגענהיים בנין איך האב מיר נישט פארגעשטעלט אין טיפסטן חלום אז איך וועל נאך עפעס טרעפן דארט... איך קום ארויף צום צווייטן שטאק איך קוק אריין אינעם חסד שטוב... געפאקט מיט היימישע אידן.. חולים ומשמשיהם... איך קום אריין שעמעוודיגערהייט... איך קוק מיר אום צו עס איז נאך עפעס דא אין מויל צו נעמען... איך בין געבליבן שאקירט צו זען אז אויב וויל איך דווקא קען איך מיר צוזעצן און אנהייבן פון שלום עליכם... אלעס איז דא ברווח גדול! און דאס איז שוין נאכדעם וואס די אלע אידן פלאס נאך צענדליגע האבן שוין געפראוועט דא די סעודות שבת קודש... רוב זאכן זענען געווען פון חסד פון סקווירא - וואס אויף זייער חסד שטובער אליין קען מען שרייבן און רעדן און שרייבן און רעדן און נישט אויפהערן... - און די אינטערעסאנטע זאך איז געווען אז עס איז געווען צוגעשטעלט לויט יעדנס מנהגים און ענינים פון די צוויבל קוגל פאר סקווירא ביז די רעטעך און פארפל און אלעס אינצווישן...
איבריג צו זאגן אז איך האב מיר מחי' געווען און זיך געזעטיגט, און געשמאק פארברענגט מיט נאך אידן דארטן, און נאך שבת נאכן רופן די עלטערן וואונטשן מזל טוב האב איך גערופן חסד פון סקווירא און געגעבן א שיינע נתינה...
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ...
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט