עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג פבואר 16, 2014 10:26 pm
לעצטענס האט וועיז געכאפט א ערענסטע ירידה, עס האט אויפגעהערט זאגן סטריט נעימס, אנשטאט זאגט עס טורן רייט טורן לעפט. (די סעטינגס איז גוט איינגעשטעלט) עס לאזט אויס וויכטיגע אינפאו וואס עס זאגט בכלל נישט! עס דערמאנט זיך שפעיט, בקיצור, עס איז געשעהן אין דעם זעלבן זמן ווען גוגל נעוויגעישאן האט אנגעהויבן פלוידערן ווי א פראפעשאנעל...
נאך איינער האט דאס באמערקט אדער בין איך דער איינציגער?
ווער רעדט נאך פונעם שיגעון אז עס נעמט 20 מינוט ער זאל כאפן ווי איך בין!
Advertisement
זונטאג פבואר 16, 2014 10:48 pm
איך האב עס געדראפט נאך דעם וואס איך האב געזען אז עס פרעסט בעטערי,
פלאס עס האט אויפגעהערט געבן די ליסט פון דירעקשענס, עס ווייזט נאר די מייל אבער עס זאגט נישט די סטריט נעמען... זייט גוגל האט עס אפגעקויפט גייט עס מטה מטה
מאנטאג פבואר 17, 2014 7:43 am
מילין, האסטו געטוישט די voice?
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:06 am
Alien האט געשריבן:מילין, האסטו געטוישט די voice?
פונקט דאס געוואלט פרעגן, ווייל אסאך שטימעס האבן נישט די סטריט נעמען
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:17 am
ביי מיר האט עס אויך אנגעהויבן רעדן שפעט נאכן טוישן וואויס.
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:40 am
ביי מיר זאגט ער אז ער האט נישט קיין גיפיעס רעסעפציע, בעת אלע אנדערע אפליקאציעס האבן פיין, אויך זייט איינע פון די לעצטערע אפדעיטס
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:48 am
עס זעיט אויס ווי גוגל גייט נעמען אלע גיטע חלקים פון וועיז און עס ארויף לייגען אויף גוגל מעפס.
זיי האבען שוין אנגעפאנגען ארויף צילייגען עקסעדענטס.
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:52 am
אבער פון וואנעט נעמען זיי די איפארמאציע? זיי נעמען עס פון וועיז, אן וועיז האבן זיי נישט די אינפארמאציע דאטא
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:53 am
היינט צוטאג איז עס איין קאמפעני.
מאנטאג פבואר 17, 2014 9:01 am
להגדיל שמו האט געשריבן:עס זעיט אויס ווי גוגל גייט נעמען אלע גיטע חלקים פון וועיז און עס ארויף לייגען אויף גוגל מעפס.
זיי האבען שוין אנגעפאנגען ארויף צילייגען עקסעדענטס.
עטליכע מאהל באמערקט אז גוגל האט די אויבערהאנט ווען ס׳קומט צו דרייווינג דירעקשאנס, וועיז טראגט דיך אריין אין די הרי חושך.
זעהט אויס אז ״להגדיל שמו״ ניצט זיי גוגל אויס ביזן ביין.
לעצט פאראכטן דורך
goldman אום מאנטאג פבואר 17, 2014 9:38 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג פבואר 17, 2014 9:03 am
אויב נעמען זיי ארויס וועיז פון דינסט וועלן זיי נישט פארמאגן קיין דאטא פון עקסידענטס וכד׳
מאנטאג פבואר 17, 2014 9:04 am
יא יא.
איך האב געדאנלאוד וועיז, אבער חיץ פין פארדרייען מיין קאפ, האבען זיי מיר אייביג געגעבען דירעקשען וואס האט גענימען אפאר מוניט לענגער ווי גוגל.
מאנטאג פבואר 17, 2014 10:57 am
אלע סעטינגס זענען ווי עס באדארף צו זיין. בינעך נישט נעכטן געבוירן...
מאנטאג פבואר 17, 2014 8:15 pm
איך נוץ "וועיז" (אויף אן אייפאַד) און עס ארבעט ווי א פידל! לענ"ד פאקט דאס איין "גוגל מעפס"
מיטוואך פבואר 19, 2014 9:59 pm
ביזדערווייל האט וועיז אלץ געסקארט איבער גוגל, סיי מיט שנעלערע וועגן, און סיי מיט לייוו טרעפיק.
איך ניץ אבער רוב מאל ביידע אויף איינמאל.
מיטוואך מאי 28, 2014 11:52 pm
נעכטן בין איך געפארן מיט א חבר אויף א וועג, איך האב גענוצט גוגל מעפס און ער האט מיר געזאגט איך גיי אונקומען 6:48, איך פאר אזוי פיין, פלוצלינג טוישט ער און ער לייגט מיר צו נאך צען מינוט, און דריי מינוט שפעטער לייגט ער מיר צו נאך פינף מינוט.
רופט זיך אן מיין חבר איך האב אויף מיין טעלעפאן וועיז, לאמיך אים אנשטעלן, ער שטעלט אים אן און וועיז שרייט חי וקיים אז איך גיי אנקומען 6:48, אבער גוגל מעפס האלט שוין ביי 7:03. זאג איך פיין, עמער פארן לויט וועיז, נאך אפאר מינוט זעה איך שוין וואס גייט פאר, איך קום אן אויף א הייוועי, און עס איז דא טרעפיק ממצרים ועד הנה, גוגל שיקט מיך ארויסצוגיין ביי צוויי עקזיטס ווייטער, איבער צוויי מייל ווייטער, אבער וועיז זאגט מיר גייט שוין ארויס דא, פאלג איך וועיז און איך גיי, אבער גוגל האט נאך צוויי מאל געדארפט טוישן זיין וועג פאר ער האט מיר געגעבן דעם וועג וואס וועיז האט געגעבן, און פאקטיש בין איך אנגעקומען 6:49. איך וועיז געווען גערעכט.
האב איך היינט געדאונלאדט וועיז, עס האט מיר געגעבן א שטאך אין הארץ ווייל עס איז זייער א גרויסער עפפ, עפעס א 20 mb אבער איך האב עס אראפגעלאנדעט אין דעם ענדרויד אריין. אבער איך ווייס נישט וויאזוי אים צו נוצן. וואס איז דער טראפ אויף די רעכטע זיין און וואס איז דער וועיז סיבאל אויף די לינקע זייט. וויאזוי לייג איך אריין פון איין פלאץ צום צווייטן, (נישט פון ווי איך בין יעצט, נאר פון פוינט עי צו פוינט בי) קען מען דאס בכלל טון? וויאזוי לייג איך אריין אן אינטערסעקשאן אויב איך ווייס נישט קיין פונקטליכן אדרעס. וויאזוי לייג איך אריין צוויי אדרעססן, למשל קודם וויל איך גיין צו בעדפארד קארנער ראדני און נאך דעם וויל איך גיין קיין דיוויזשאן קארנער דריגס אדער קיין 25687 העוועמייער סטריט.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:33 am
טהור-עיניים האט געשריבן:האב איך היינט געדאונלאדט וועיז, עס האט מיר געגעבן א שטאך אין הארץ ווייל עס איז זייער א גרויסער עפפ, עפעס א 20 mb אבער איך האב עס אראפגעלאנדעט אין דעם ענדרויד אריין.
ס'ווערט די 20 מב
אבער איך ווייס נישט וויאזוי אים צו נוצן.
וועסטיך שנעל אויסלערנען.העלמיר אבער טרייען דיר ציהעלפען
וואס איז דער טראפ אויף די רעכטע זיין
די טראפ (ווי די ריפסט עס) איז געמאכט צו ריפארטען עפעס, למשל טרעפיק, אן אפגעשפארטע גאס, פאליציי, וכדומה.
און וואס איז דער וועיז סיבאל אויף די לינקע זייט
פאר סעטינגס, אנצישטעלן די אדרעס, אויסוועלען א וועג (למשל שנעלער אין צייט, צו ווייניגער מייל, וכדומה)
. וויאזוי לייג איך אריין פון איין פלאץ צום צווייטן, (נישט פון ווי איך בין יעצט, נאר פון פוינט עי צו פוינט בי) קען מען דאס בכלל טון?
כ'מיין אז נישט. עפטיר אלל איז עס נאר א GPS.
וויאזוי לייג איך אריין אן אינטערסעקשאן אויב איך ווייס נישט קיין פונקטליכן אדרעס.
וואס איך טי אזא צייט (אינגאנצען אויסגעקימען איין מאהל אפשר) איך זיך אויף די פלאץ אויף די מעפ אין איך דרוק אויף די פלאץ.
וויאזוי לייג איך אריין צוויי אדרעססן, למשל קודם וויל איך גיין צו בעדפארד קארנער ראדני און נאך דעם וויל איך גיין קיין דיוויזשאן קארנער דריגס אדער קיין 25687 העוועמייער סטריט
לייג אריין די פיינעל דעסטינעשין, נאכדעם דרוק דעם וועיז סימבל קנעפל אין דרוק אויף נעוויגעיט, לייג אריין די אדרעס פינעם סטאפ, וועט ער דיך פרעגן צו ס'איז א נייע דעסטינעשין אדער נאר א סטאפ
.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:44 am
אלל דע וועי מיט מיני ווען. וועיז איז די בעסטע.
איין זאך וואס מען דארף זיכער מאכן. ווען די פאוין האט א שוואכע דעטע קאנעקשען, כאפט נישט וועיז אייביג אויף די טרעפיק.
אויב ווען די צינדסט עס אן האסטו א גוטע און שנעלע דעטע קאנעקשען, יו אר גוט טא גאוי.
א גרינגע רייזע.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:50 am
מילין, וואסערע פאון האסטו? געלעקסי? אויב יא האט עס נישט מיט וועיז נאר מיטן פאון.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:17 am
זייט קיט קעט אפדעיט איז עס געווארן וואויל.
מעינן לענין לאותה ענין...
דאס איז א פאקט אז א פאון האט א שוואכערע דשי פי עס רעסיווער, ווייל דאס שפארט בעטערי.
אויב איינער וויל האבן א קנאקעדיגע קאנעקשאן אפילו ווען סאיז דא א שווערע ווערטער מיט העווי וואלקענעס, זאל ער קויפן א עקסטרע דשי פי עס רעסיווער וואס ארבייט אויף בלו טוט און עס שיקט אריין דורך א עפפ די לאוקעישאן צום פאון
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:22 am
נאך א וויכטיגע נקודה, דער האט גאר שטארק ליב בעטערי סא מאך זיכער צי קאנעקטן עס צים טשארזשער. אדער ווייז איז עס די בעסטע צי נוצען. איך האב שוין אוועקגעלייגט מיין GPS
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:42 am
The best part is, it saved a lot of tickets
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:43 am
עס הייסט
GARMIN GLO
עס קאסט א הינטערטער
- עטעטשמענטס
-
