בלאט 1 פון 1
אוועקלייגן וויין פונעם ברית אויף די חתונה-וויאזוי?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 8:52 pm
דורך עקבי הצאן
האבנדיג די זכיה מכניס צו זיין בני היקר לבריתו של אברהם אבינו האט מיר איינער אנגעוויזן זייער א שיינע זאך.
אין מדרש קהלת (פרשה ג' אות ד') שטייט א מעשה, איינער פון די גדולי צפורי האט געמאכט א ברית, און זענען די אנשי עין תאנה גיגאנגען צום ברית און איז ר' שמעון בן חלפתא מיטגעגאנגען מיט זיי, בקיצור שטייט דארטן, אזמן למקיימיה מצותא דגזירתא והוה אבוי דמיינוקא משקי לון חמר עתיק ואמר שתון מן הדין חמרא טבא דאנא רחיץ במארי דשמיא דמיניה אנא משקי לכון במשתותיה (ר שמעון בן חלפתא עם אנשי עין תאינה הלכו לקיים מונם מילה והיה אביו של אותו התינוק משקה אותם יין ישן ואמר שתו מן יין הטוב הזה שאני בטוח באדון השמים שממנו אני משקה אתכם ביום משתה הנישואין שלו, מתנות כהונה), וענו בתריה כשם שהכנסתו לברית כן תכניסהו לתורה ולחופה.
זעהט מען פון דא עפעס אן ענין אוועקצולייגן דעם וויין פונעם סעודת ברית אויף די חתונה פון דעם קינד, אויך האב איך שוין אמאהל געהערט אן עלטערער מוהל זאגט דאס פאר איינעם ביי א סעודת ברית.
ע"כ האב איך טאקע פארדעם געקויפט א גוטן פלאש קארבאנע (חמרא טבא) און אריינגעטראפט אין דעם פונעם כוס של ברכה פונעם סעדות ברית.
היצטערט וויאזוי קען מען דאס פרעזערווירן אז כ'זאל דאס קענען אוועקלייגן אויך 18-19 יאהר (ווער ווייסט ... אפשר וועט מען זיך שוין רייסן נאך עהם ביי די 17?), וויאזוי שעפט מען ארוס די לופט פונעם אפענעם פלאש וכו', כ'דארף נישט דייקא א מהלך אז ס'זאל זיך עלטערן, נא בעיקר ס'זאל בלייבן מיט איצטיגן געשמאק און פרישקיייט.
יישר כח, אי"ה ביי ענק אלע אויף שמחות.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 8:57 pm
דורך להגדיל שמו
וויין האלט זיך פאר וויפיל יאר די ווילסט, אויב האסטי נישט אריין געגאסען גרעיפ דזשאס.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 9:27 pm
דורך מייקראסאפט
די עצה איז יעדע שטיק צייט אריינציגיסען אביסל פין די וויין אין א צווייט באטל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 9:39 pm
דורך פלעכטער
להגדיל שמו האט געשריבן:וויין האלט זיך פאר וויפיל יאר די ווילסט, אויב האסטי נישט אריין געגאסען גרעיפ דזשאס.
איך בין נישט זעכער אז ס'וועט האלטן אזוי.
מייקראסאפט האט געשריבן:די עצה איז יעדע שטיק צייט אריינציגיסען אביסל פין די וויין אין א צווייט באטל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 9:41 pm
דורך להגדיל שמו
פארוואס נישט?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 9:44 pm
דורך green
סלוינט זיך עס איבערצוגיסן אין א גליינע באטעלע און עס האלט אין רום טעמפוטאר
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 9:53 pm
דורך חזקיהו המלך
ניץ "עכטע וויין" אן גארנישט ציגעלייגט, די קאמפאניס לייגען צי א קעמיקעל צי די וויין כדי ס'זאל סטאפען קאכען, אבער דאס מיינט מייניך אז ס'עלטערט זיך מער נישט אין פריידען, נאר ס'ווערט אלט אין ס'ווערט פעכי,
אבער ארגינעלע וויין אן די קעמיקאלען דאס עלטערט זיך אין פריידען, קענסטעס אוועק לייגען אויף יארען, סאו אדער מאך אליינס די וויין אדער קויף וויין פין א היימישען וויין מאכער אין זאג אים אן אז די ווילסט וויין אן קיין ציגעלייגטע זאכען,
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 10:49 pm
דורך לכאורה
ביי אונז איז איינגעפירט אוועקצולייגן פסח'יגע ברוינפן, דאס האלט זיך זייער פיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 12:44 am
דורך ווארד
וויין דארף מען האלטן אין מאני דפחרא, דאס איז א בפירוש'ע גמרא, אין מאני דדהבא ווערט עס עסיג, די פראגע איז נאר צו גלאז וועט עס אויך האלטן פאר אזוי לאנג, די אלע וואס לייגן אוועק וויינען אויף יארן האלטן עס אין ספעציעלע פעסלעך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 12:55 am
דורך זאל ער קומען
איך האב געליינט אין די שיינע בוך וואס איז נישט לאנג ארויסגעקומען פון די קליין משפחה ( בערי ומשפ') וואס איז זייער א שיין ביכל ביי די וועי, שרייבט זי דארט אז פאר יעדן קינד אינגעלך און מיידלעך האט מער אוועקגעלייגט א פאס וויין אין קעלער ווען די קינד איז געבוירן פאר די חתונה און דאס איז געווען א גרויסער פארט פון די שמחה ביי די חתונה ווען מ'האט ארויף געברענגט איר פאס פון קעלער.
עכ"פ אין א פאס אין קעלער איז נישט געווען קיין שום פראבלעם אבער דא ביי אנזערע הייזער ווייס איך נישט וואס צו צוזאגן, מ'דארף א גוט פלעשל, א גוט פלאץ און אפהיטן פון די גויעטע פארשטייזיך און אזוי ווייטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 9:01 am
דורך maybeeynot
קודם א הערצליכע מזל טוב השי"ת זאל העלפן אז די מיט דיין ב"ב זאלן אים אין אויך דיינע מיידלעך מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעש"ט מתוך נחת והרחבת הדעת
אין לגבי די וויין איך האב עס אריינגעלייגט 2 יאר צוריק אין א פלעסטיג באטל אין פריזער אין ס'איז געווארן סלאשי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 1:28 pm
דורך עקבי הצאן
maybeeynot האט געשריבן:קודם א הערצליכע מזל טוב השי"ת זאל העלפן אז די מיט דיין ב"ב זאלן אים אין אויך דיינע מיידלעך מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעש"ט מתוך נחת והרחבת הדעת
אין לגבי די וויין איך האב עס אריינגעלייגט 2 יאר צוריק אין א פלעסטיג באטל אין פריזער אין ס'איז געווארן סלאשי
ברוכים תהיו.
וואס הייסט סלאשי? און וואסערען טעם האט עס נאכן זיך אויפלאזן?
כ'האב געגאגעלט איבער דעם ענין, למעשה זעה איך נישט ס'זאל זיין אן עכטן פראפעשענאל וועג, אז ס'זאל בלייבן געשמאק און פריש אין טעם פאר יאהרן.
בפרט אז כ'האב נישט א קאנטראלירטן טעמפעראטור צימער, אז ס'זאל זיך האלטן קיל אויפן ריכטיגן לעוועל, כ'האב נאר געטראכט פון עפעס אן עצה ארויצופאמפן די לופט פונעם פלאש און עס סיעלען, למעשה זאגן דארטן די מומחים אז דאס ציעט נאר ארויס 70 פראצענט פון די לופט, און דאס העלפט נאר אויף עטליכע טעג, אבער אויף מער ווי א וואך האבן זיי עס אויסגעטרייט און ס'איז קלאר שוואכער געווארן.
לכאורה-די עצה פון פסח'דיגע ברוינפען איז אן איידיע, (און לכאורה אלץ דעם מדרש אויס דארף עס נישט זיין דייקא פון כוס של ברכה, ווייל מ'רעדט דארט נאר אז מ'האט געטרינקן דערפון), אפשר פאר קומענדיגס מאהל בעזהשי"ת.
חזקיה-איך גיי דאך אבער בעזהשי"ת וואקסינירן דאס קינד, איז מה בצע נישט צו נוצן וויין מיט קעמיקאלן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 1:38 pm
דורך להגדיל שמו
אויב די האסט נישט קיין פראבלעים מיט מבושל, טראכט איך אז די קענסט עס וועקיאם פעקן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:07 pm
דורך עקבי הצאן
להגדיל שמו האט געשריבן:אויב די האסט נישט קיין פראבלעים מיט מבושל, טראכט איך אז די קענסט עס וועקיאם פעקן.
יא ס'איז מבושל, וואס הייסט עס וועקיומען ווער און וואו מאך איך דאס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:12 pm
דורך להגדיל שמו
ווער: דו
וויאזוי: מען קאכט עס אויף און ווען עס איז זייער הייס גיסט מען עס אריין אין א דזשאר, מען לאזט נישט קיין ליפט, און מען מאכט דאס צי זייער טייט. און שוין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:14 pm
דורך עקבי הצאן
ביי קאמפאוט האב איך עס שוין געהערט, אבער ביי וויין? העלמיר פרעגן די מומחים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:14 pm
דורך להגדיל שמו
כזה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:16 pm
דורך להגדיל שמו
עקבי הצאן האט געשריבן:העלמיר פרעגן די מומחים.
לאז אינז וויסען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:48 pm
דורך שוועמל
פון רבי איציקל ז"ל איז דא היינט וויין וואס מען עדווערטייזט צומאל אין די הגרלות. דארף מען וויסן וויזוי עס האלט זיך שוין 45 יאר.
לעצטענס איז אויך אפירגעקומען האניג פון רבי איציקל...
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 14, 2014 6:07 am
דורך רב טקסט
עס איז כדאי צו וויסן נישט נאר אויף אוועקצולייגען פאר גאר לאנג, דער זאך וואס מאכט בעיקר קאליע וויין איז לופט.
און ביי וויינען אהן סולפייטס נאך אסאך שנעלער.
דערפאר דארף מען אלעמאל אנפילן די פעסער און באטלעך וויפיל מעגליך, ממש ביזן שטאפער (ביי א באטעל איז נישט מעגליך ממש ביזן שטאפער אבער וויפיל מען קען, ווי ר' לכתחילה האט געשריבן), און ווי עס זענען דא מפרשים די גמרא אין שבת מכאן ואילך כזורק אבן לחמת אז עס העלפט כאטש סזאל נישט זיין ליידיג.
וואס טוט מען מיט א אנגעפאנגענע פלאש וואס איז שוין האלב ליידיג? פאר דעם איז ארויסגעקומען לעצטענס א סארט שטאפער מיט א וועקיום פאמפ וואס ציעט ארויס די לופט שוין נאכן פארמאכן די באטל.
http://www.amazon.co.uk/Vacu-Saver-Vacu ... p+stoppers
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 14, 2014 1:06 pm
דורך עקבי הצאן
דאס איז אמת אז אנפילן דעם פלאש איז די וויכטיגסטע זאך.
אבער בנוגע דעם פאמפ ארויסצושעפן די לופט האב איך שוין געשריבן אויבן, אז כ'האב געזעהן שרייבן אז די פאמפ איז נישט גענוג שטארק פארן לאנגן טערמין, העכסטענס פאר אפאר טעג.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 4:43 pm
דורך יינן
דאס איז די איינציגסטע וועג ארויסצונעמען וויין פון א באטל, און די באטל וועט בלייבן ממש פארמאכט.
די פראבלעם איז אבער אז רוב וויינען קענען זיך נישט האלטן אזוי לאנג, אפילו פארמאכטערהייט, חוץ גאר חשובע און טייערע וויינען.
א נאטורלעך שטארק זיסע וויין ווי למשל א עכטע סאטערון (80$) אדער טאקיי, האט א גרעסערע שאנס זיך צו האלטן ווי א טריקענע וויין
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 6:03 pm
דורך היימישער איד
טערסאנט קיינער האט נישט אנגעמערקט - אבער ווי כ'האב געהערט איז די סגולה צו נוצן די וויין פונעם ברית [אויך] ביים בר מצוה פונעם רך הנימול.
הארה בעלמא.