משנכנס אדר מרבים בשמחה - ווילסט זיין בשמחה???

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

משנכנס אדר מרבים בשמחה - ווילסט זיין בשמחה???

תגובהדורך שלום ואחדות » מיטוואך פאברואר 12, 2014 1:06 pm

בס"ד

לעב די פינעף און זיי פארזיכערט מיט שמחה

1. זיי בשמחה יעצט! מיר זענען געוואוינט אז שמחה איז עפעס וואס גייט קומען, ס'איז עפעס וואס גייט פאסירן, ווען איך וועל האבן געלט, ווען איך וועל האבן א קינד, א ווייב, א הויז, פרנסה וכו' דעמאלטס... די אמת איז אבער נישט אזוי ווי מיר זעהן אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס האבן די אלע זאכן און אעפ"כ איז ביי שמחה נישט פארהאן... שמחה איז א מידה, ס'איז א מהות, ס'איז א לעבנסשטייגער, א וועג ווי דער מענטש קוקט אן איעדע מינוט פון זיין לעבן, ס'איז יעצט...

2. האב נישט קיין חרטה! איך וואלט ווען... איך וואלט געדארפט... איך האב געקענט... איך האב נישט געדארפט וכדומה... פארוואס האב איך עס געטוען... די מחלה מיז זיך אויפהערן... און פארטוישט ווערן צו איך קען, איך גיי, איך וועל, פון יעצט און ווייטער וכדומה, יא פון א טעות דארף מען זיך לערנען אבער זיך נישט אפשטעלן נאר גלייך גיין ווייטער, זאגן צו זיך איך האב אלע מעגליכקייטן אין די וועלט צו טוען און טוישן... געדענק אז די קענסט יעצט טוען ס'ליגט אין דיינע הענט...

3. זיי גוט צו אנדערע! מאך אנדערע פילן גוט, מאך אנדערע פילן נומבער איינס אויף די וועלט, צו דאס איז א ווייב, א קינד, טאטע מאמע, ברידער שוועסטער חבירים וכו' מאך זיי פילן גוט א שמייכל א גוט ווארט וכו' דריק אויס דיין נאנטשאפט און דאנקבארקייט... כמים פנים אל פנים די אליין וועסט פלוצלינג ווערן איבערגעפילט מיט צופרידנקייט און שמחה..!

4. גיי ארויס פון דיין וועג! שטרענג זיך אן... שווערע ארבעט ברענגט צופרידנקייט, גיי ארויס פון דיין "קאמפארט זאון", יגיעה און שווערע ארבעט פילט אן די הארץ מיט שמחה און געשמאק, דער מענטש ווערט ארום גענומען מיט א געפיל פון הצלחה, נסיונות מאכט אונז שטערקער און פרייליכער, שטרענג דיך איבער, געדענק אז די קענסט יא.

5. שפיר און לעב אז די ביסט א געבענטשטער! א - מיר זענען געוואונט צו באמערקן און קוקן אויף אלעס וואס מיר האבן נישט, ס'איז צייט זיך אפצושטעלן און באטראכטן וואס מיר האבן יא וואס מיר זענען יא זוכה ב"ה צו האבן... ב – בשבילי נברא אלעס שטייט און ווארט פאר מיר, איך בין דער בן יחיד פון הקב"ה ג – איעדע קלייניגקייט מאכט א גרויסע חילוק ווי די וועלט זאגט א שטארקע שלום בית ווערט נישט געבויעט פון איין גרויסע אונטערנעמונג ס'בויעט זיך פון אסאך קליינע...

ווען דער מענטש לעבט די פינעף ווערט דאס הארץ איבערגעפולט מיט שמחה און צופרידנקייט!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך פאברואר 12, 2014 1:25 pm

שכוח זייער שיין

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך פאברואר 12, 2014 1:48 pm

שלום ואחדות האט געשריבן:
1. זיי בשמחה יעצט! מיר זענען געוואוינט אז שמחה איז עפעס וואס גייט קומען, ס'איז עפעס וואס גייט פאסירן, ווען איך וועל האבן געלט, ווען איך וועל האבן א קינד, א ווייב, א הויז, פרנסה וכו' דעמאלטס... די אמת איז אבער נישט אזוי ווי מיר זעהן אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס האבן די אלע זאכן און אעפ"כ איז ביי שמחה נישט פארהאן... שמחה איז א מידה, ס'איז א מהות, ס'איז א לעבנסשטייגער, א וועג ווי דער מענטש קוקט אן איעדע מינוט פון זיין לעבן, ס'איז יעצט...


ייש"כ הרב 'שלום ואחדות', זייער שיינע און וויכטיגע נקודות!
איך האב לעצנטס געהערט א געוואלדיגע יסודות'דיגע דרשה פון ר' בערל טויבער ווי ער צולייגט מורא'דיג דעם דאזיגן ענין אז שמחה איז נישט קיין תוצאה פון עפעס, נאר עס איז אריינגעבויעט אינעם נפש פון א איד און עס ווערט כסדר פארדעקט מיט פארשידענע פראבלעמען וכו'. ער איז שיין מסביר אויף א קלארן אופן פשט פון די באוויסטע מאמרים ווי 'אין שמחה אלא בבשר' 'ויין ישמח לבב אנוש' אז נישט אז די זאכן מאכן פרייליך א מענטש באופן פשוט ווייל קיין איין זאך אויף דער וועלט קען דאך נישט פרייליך מאכן א מענטש, נאר אז די אלע זאכן וואס פארדעקן דעם אמת'ן שמחה זענען דאך בעצם קלייניגקייטן רעלאטיוו צו וואס די זאכן מיינען אמת'דיג אויבן אין הימל, דערפאר איז א גוטע עצה זיך צו זעטיגן מיט א גוט געבראטן שטיקל פלייש, אדער מיט א גלעזל וויין, וואס דאס זענען דאך בעצם אויך שטותים והבלים, און דאס העלפט פשוט אוועקצונעמען די אנדערע שטותים וואס באהאלטן דעם מענטשנ'ס אינערליכע שמחה וכו' וכו'...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך פאברואר 12, 2014 8:06 pm

תודה שלום ואחדות שיינע זאכן דא.

כ'וועל נאר פרעגן בדרך הלצה אויף'ן סעיף "זיי גוט צו אנדערע"
פאסט עס דען אזוי אויסנוצן א צווייטן ווייל איך וויל זיין בשמחה?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

abr
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:42 pm

ארויפגעברענגט לכבוד ראש חדש אדר

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:17 pm

שלום ואחדות האט געשריבן:בס"ד

לעב די פינעף און זיי פארזיכערט מיט שמחה
...

ווען דער מענטש לעבט די פינעף ווערט דאס הארץ איבערגעפולט מיט שמחה און צופרידנקייט!


זייער שטארקע און וויכטיגע נקודות, (ובפרט די ערשטע און די לעצטע).

יישר כוח


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט