זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 9:40 pm

מדריך האט געשריבן:
נשמה... עמוק עמוק, כמים קרים... יישר כח



יע. פלא והפלא! שכוח נשמה (על) שנתת בי!
א *שטילער בחור כצ"ל

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 9:43 pm

וכאשר האדם שוקט על שמריו במנוחה ובמתינות ובישוב הדעת, אזי יש לו רוח נמוכה וארכה ושפלה -- כמעט שלא נשמע הנשימה ממנו. בזמן שיש לאדם רוח קצרה ומהירה וברעש, אז כל חלקי הרוח שיש לו בריאה נשאר בפנים ומתקלקלים מן סביבות דמו העולה מגופו, ומתרבה רוח החונק בריאה. רק למעלה נתחלף ומתחדש, מעט מעט בכל רגע ורגע מן הרוח החדש. ושאר החלקים של רוח החונק נשאר בתוכו בפנים בלי שום חלוף מן הרוח המחיה. וזה גורם לו יגיעות ועיפות, וגם מכריחו לישן או לישב במנוחה. בזמן שהאדם יושב במנוחה או ששוכב על משכבו, אזי הוא שואף את הרוח החיוני יותר באריכות ובמתינות ובכמיות גדולות, כמעט שנתחלף ונתחדש שני שליש חלקים מהריח החונק שבכלי הריאה. (מנחת יהודה)
א *שטילער בחור כצ"ל

בליץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » זונטאג פאברואר 02, 2014 3:43 am

שיינע סאבטשעקט.. שיין צולייגט

די חלק הארילעקסאציע האב איך פארשטאנען, פראבירט, געטון, בארואיגט. אבער די חלק העבודה לא זכיתי להבין.

קאן זיין מען דארף אראפשרייבן בעפאר פינקטליך וואס מען וויל טון און אויפטון און דאן פאלגען וואס עס שטייט אין צעטיל.

לכל הדעות איז עס א זאך וואס עס גייט נישט די ערשטע מאל עס נעמט אביסעלע ביז מען דערלערנט זיך.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 02, 2014 1:49 pm

זייער א ברייטע סגיא, ישר כח פארן אביסל באשרייבן.

עס איז אויך זייער הייקל, אסאך אסאך "איזרעליס" זענען שוין געפארן קיין אינדיע אויסצופראבירן ר"ל. און אגב עס איז יא געהעריג עבודה זרה ביי די אינדייאנער, ווייל איינע פון זייער טויזענטער אפגעטער, איז די מענטש אליין, און די עבודה ווערט געטאן מיט מידיטעשאן. ואכמ"ל כמובן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

שלא להמשיך אלא לה'

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 02, 2014 5:58 pm

ווענט זיך וואס מ'טוט דערמיט. אויב גייט מען מיט די מעדיטעשען ארויף צו זייערע כוחות דארט איז עס פרעמדע כוחות. וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס פונקטליך די כאקראס זענען. אבער אויב גייט מען דערמיט סתם אריין אויף פלעצער ווי מ'מעג אדער מ'דארף. איז עס דען א פראבלעם. מעדיטעשען מיינט מעמיק זיין די מחשבה 'פארטיג' איך האב געזען פון ר' שלום מאסקאוויטש זצוקללה"ה אז ער האט איינמאל זייער לאנג מאריך געווען ביי אהבה רבה. נאכן פרעגן האט ער געזאגט אז ער האט זיך פארגעשטעלט מעמד הר סיני. און רבי ר' אלימלך אין צעטיל קטן רעדט אויך פון 'ידמה במחשבתו' מעדיטעשען מיינט העמקת המחשבה. פארטיג. מ'קען מיט די מחשבה טון שלא לשם שמים און מ'קען דערמיט טון לשם שמים. מיט ברוינפן איז דא רוסישע שיכורים ווערזעס חסידישע פארברענג. מוזיק איז דא געמיינע טענץ ווערזעס זיך הייבן א טפח פון דער ערד לשם שמים. מוזיק איז פונקט אזוי הייקל. טייערע יודן 'מוזיק איז פונקט אזוי הייקל. נאכאמאל 'מוזיק איז פונקט אזוי הייקל'. איז לאמיר נעמען דאס ווארט מעדיטעשען עס גוט אפוואשען און רייניגען ביז ס'וועט ארויסקומען איר ריכטיגער גלאנץ. שיינט דען נישט דאס ווארט מעדיטעשען ווען מ'נוצט עס לשם שמים.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 02, 2014 6:03 pm

און מוזיק האט שוין טאקע געברענגט אומגעהויערע שאדן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג פאברואר 02, 2014 6:55 pm

נשמה איין קליינע הערה.
דאכציך אז וואס דו ביזט מדמה מידיטעישען צו דעם בריוו פון פיאסעצנע אין דרך המלך, דאכציך אז זיין כוונה איז מער צו 'הפינוסיס' (אדער, הפיניזיה, אין אידיש). סאיז דא א דינע ליניע צווישן זיי ביידע.
מעדיטעישען, איז וואס 'זיי' האבן אנגענומען צו זיצען מיט זיך פאר שעות ארוכות און אפילו גאנצעטע חדשים, צו ווערן קאנעקטעד מיט די 'העכערע זיך', די נשמה. אונז ווייסן, און אפילו אסאך אין די גויעשע וועלט האט שוין אנערקענט אין דעם, אז צו זיין מקושר צום נשמה, קען מען דאס טון אינטער א מינוט. נאר וואס דו שרייבסט וועגן, איז מער ס 'סעלף היפנאסיס' פראגראם, און צו דעם האט דער פיאסעצנע מכוון געווען, אז ווען די מוח איז שטיל, קען מען גרינגער אריינלייגען אינפארמאציע.
ממילא דאס קען אביסל פארעפערן טייל פון די שרייבערס ספיקות און קיריטיק, צו דאס איז עבודה זרה צו נישט. ודי בזה כעת.
זיי געזונט נשמה, און שטייג מעלה מעלה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » זונטאג פאברואר 02, 2014 9:31 pm

איך בין נישט גענוג באהאוונט אין די נושא, אבער דאכט זיך אז מיר רעדן טאקע מער פון הפניזיה. הרב חנוך רז"ב'ס CD איז לכאורה דאס.
א *שטילער בחור כצ"ל

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » זונטאג פאברואר 02, 2014 9:46 pm

איך האב דאס יעצט צום ערשטן מאל גוט דורכגעליינט, יישר כח נשמה, ס'איז גענוג קלאר צו קענען מאכן מיט זיך אליין די מעדיטאציע, אבער אבער איך שפיר אז ס'פעלט נאך דא גאר אסאך, און בפרט מיט'ן קלאר מסביר זיין דעם חילוק צווישן מעדיטעישן און היפאנאזיע
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

בריוו וואס א חסיד פון פיעסעצנער זצוקללה״ה הי״ד האט געשריבן

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:12 pm

ענין השקטה

בשנת תרצ"ו או צ"ז בעת שהייתי בחברותא אחת עם ידידי האברך היקר כמר יששכר נחמן זאב הי"ד זכינו בעשי"ת להקרא אל הקודש פנימה בזכותו של האברך הנ"ל כי כנראה היה אדמו"ר מאוד מסכים לחברותנו. ובעת שהיה קורא אותו גם אני נקראתי. בפעם הראשונה שמעתי אז את הענין השקטה. אבל חבל על דאבדין שאיני זוכר כל הענין רק מה שאזכור הנני כותב למזכרת.

(איך וואונדער מיך. אזוי שווער איז געווען אריינצוגיין אז ער זאל זיך אזוי פרייען. עפעס דארף מען וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען איך גלייב אז יעדער וואס האט געוואלט רעדן האט געקענט רעדן)

אדמו"ר זצללהה התחיל אז בהמאמר חז"ל (ברכות נז:) חלום אחד מששים בנבואה. כנודע דרכו של אדמו"ר בספריו כי הישות של האדם הוא המתנגד להשראה ממרום, ואם דעתו ומחשבותיו ערים אז קשה שתשרה עליו השראה ממרום, ובעת שהאדם ישן ודעתו ומחשבותיו שוקטים אז דוקא כיון שאין לו אז דעת לעצמו אפשר שתשרה עליו השראה ממרום, וזה הענין חלום אחד וכו', כנודע גם מאמרו של אדמור"ר על מה שיותר מתעוררים בתפלה מאשר בתורה כי בתורה משתמשים יותר עם האנוכיות היינו איך לערן, איך קלער, אבל בתפלה להיפך העיקר הוא הביטול בה. אבל בעת שהאיש ישן אז אי אפשר לו לרצות דבר מה כי הלא ישן הוא, ובכן העיקר לבוא בהקיץ בעת שאפשר לו לרצות למצב של שינה, היינו בהשקטת מחשבותיו ורצונותיו השוטפים באדם לבלי קץ כי כך דרכה של המחשבה שמסתבכת זו בזו וקשה לו להאדם לפרוש מהן (כמו שזכיתי פעם לשמוע מכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א שבאם יסתכל איש על מחשבותיו הנובעות אף של יום אחד אז יראה שכמעט אין חילוק בינו לבין משוגע רק בזה שהמשוגע עושה ומביא מחשבותיו לפועל אבל מחשבותיו לעצמו הם אצלו ממש כמו אצל משוגע) ונתן בזה עצות ממשיות איך להשקיט מחשבותיו.
ודיבר אז שיתחיל האיש להביט על מחשבותיו שעה קלה לערך איזה רגעים היינו מה אני חושב. אז ירגיש לאט לאט שראשו מתרוקן ומחשבותיו עמדו משטפן הרגיל, (און דאס איז טאקע וויאזוי מ'מאכט דאס. און זיי זאגען אלע אז אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף, איז די בעסטע צייט צו מאכן מעדיטעשען. ווייל דאן איז נאך די מח אין די 'אלפא' מצב. און מ'קען דאס זעהן אסאך מאל ווען מ'שטייט אויף צופרי פארן די מחשבות אסאך מער אין דמיון. אריין און ארויס. מ'גיט איין קליינע מאך צו די אויגן און שוין נעמט זיך די קוים אויסגעטשוכעטע מחשבה טראכטן עפעס כמעט ווי א חלום. עפעס אזוינע נאנ-סענז זאכן. ווי א חלום. מ'איז נאך אביסל אין א חלום מצב. דאס איז ווייל די מח איז נאך דאן אין אלפא. און ווער רעדט נאך אז מ'שטייט אויף פארטאגס און מ'איז נאך אביסל מיד. און דער מח רייסט ארום. אנשטאט זיך רעגן און עסן פארוואס מ'איז נישט געהעריג אויסגערוהט קען מען דאס אויסנוצן צום ענין פון מעדיטעשען. דהיינו אז מ'גייט מיט מיט די מחשבה און מ'שלאפט כמו איין. און מ'זינקט איין אין די געדאנקען מ'גיט אכטונג זיך צו האלטן גענוג אויף צו קאנטראלירן וואס מ'טראכט. מ'קען דאן אזויפיל אויפטון מיט די מח. געדענקט וואס מ'פראגראמירט אין די מח בשעת מ'איז אין אזא מצב. אין אן אלפא מצב. האט א געוואלדיגער כח. מ'פראגראמירט. און דערפאר א זאך וואס מ'לערנט פארטאגס גייט בעסער אריין אין קאפ. מ'דארף אבער האלטן קאפ אז אפילו ווען מ'זינקט אין די מחשבה זאל מען נישט אריינפאלן אין א חלום. און דאס קען מען זיך אויסלערנען) ואז יתחיל לאמר פסוק אחד כגון ד' אלקים אמת כדי לקשר עכשיו ראשו החלל משאר מחשבות למחשבה אחת של קדושה. (אטע דאס איז מעדיטעשען) ואחר כך כבר יכול הוא לבקש צרכיו באיזה מדה שהוא צריך להתתקן בחיזוק אמונה או אהבה ויראה. וזכיתי לשמוע אז ממנו אופן השקטה בחיזוק אמונה. (דא גייט ער זאגן דברים נוראים ממש. וואס מ'טוט מיט מעדיטעשען.) ואמר בלשונו הק' איך בין מאמין באמונה שלימה אז דער אייבערשטער איז דער איינציגער נמצא אויף דער וועלט. אין אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות חוץ דעם אייבערשטען אין די גאנצע וועלט. אין אלץ וואס עס איז דא אין איר איז נאר הארת ה'. וכך שינן איזה פעמים אבל לא שיאמר זאת בחזקה כי כל הענין הוא רק להשקיט מחשבותיו ובאמירת בתוקף יכול הוא רק לעורר את האנכיות שלו רק אדרבה באופן קל מאוד. (און דאס איז א געוואלדיגער ענין מ'זאל פארגעסן פונעם קערפער, פון צייט, פון ארומיגע,) גם זכיתי לשמוע בענין אהבה וזה היה לשונו הק' איך וואלט געוואלט זיין אזוי נאנט צום הייליגען באשעפער. איך וואלט געוואלט פילען התקרבות צום גרויסען באשעפער. ואמר אז שיכולים זאת ההשקטה לשמש לכל תיקוני המדות גרועות אבל לא באופן שלילי רק באופן חיובי באופן היפך המדה הרעה, כגון מי שנלקה במדת העצלות לא ידבר בענין הרחקת העצלות רק בענין קניית הזריזות. (און טאקע דאס דארף מען טון. טראכטן פונעם אידיאל. טראכטן וויאזוי וואלט איך ווען געוואלט פילן. נאכאמאל וויאזוי וואלט איך ווען געוואלט פילן.) והסביר זאת בזה שרואים בחוש אצל תינוק שבאם בוכה ואומרים לו שלא יבכה כל מה שמוסיפים לדבר לו הוא יותר בוכה. גם אפשר להשתמש להשקטה בהבטה על שעון על המחוג הקטן שכמעט אינו זז משך איזה זמן, כי גם זה משקיט רצוניו ומחשבותיו, לאחר השקטה שזה צריך להביא לאיזה מין השראה ממרום צוה לאמר הפסוק הורני ד' דרכיך בניגונו המיוחד של אדמו"ר. כמה נעים ונורא ביחד היה אז המחזה אשר זכיתי לראות ולשמוע בזכות חברי ידידי הנ"ל, ומאוד הפליג אדמור"ר אז בענין הזה ואמר כי בטוח לו שיועיל הרבה, (דא קען מען זעהן וויאזוי די ענין פון מעדיטעשען קען אויפטון צום גוטן) ודיבר כגון לענין אמונה לאחר ההשתמשות איזה שבועות בהשקטה אז כשיאמר זה א-לי ואנוהו יהי' בחינת מראין באצבע כמו שאיתא כל זה במדרש. בפעם הראשונה לא זכינו לעמוד על תחילת דעתו של אדמו"ר זצללה"ה ואחר איזה משל זמן זיכנו השם שנית לשמוע מפי קדשו הדברים בתוספעת ביאור ומאוד הזהיר לנו לעשות הענין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:20 pm

דו ביזט מעתיק דעם פונקטליכן לשון פון דעם בריוו?

ווער איז דער כותב, און וואו איז דער מקור צו דעם בריוו?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

תגובהדורך כרמי » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:01 pm

תודה רבה, נשמה
כל הנשמה, אויף יעדער שורה וואס דו שרייבסט, תהלל קה, דאנק איך גאט ב"ה
ווייל, איך האב זייער הנאה.
האסט מיר פיין צולייגט, קלאר ארויסגעברענגט און איך וועל פרובירן צו ארבעטן דערויף.
כ'האב שוין געפרעגט, איז דא א סכום צייט וויפיל עס פעלט זיך אויס צו זעהן א שינוי אין זיך?

איך ווארט צו הערן נאך איבער די נושא.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:20 pm

תמהואומר האט געשריבן:דו ביזט מעתיק דעם פונקטליכן לשון פון דעם בריוו?

ווער איז דער כותב, און וואו איז דער מקור צו דעם בריוו?


ספר דרך המלך על התורה
פון אדמו״ר מפיעסעצנא
צום סוף איז דא בריוו
יא די איינגערינגעלטע
איז מיינע הערות
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:38 pm

פיעסעצנער רעדט פון מעדיטעשען.
מיט מעדיטעשען קענסטו אנקומען צו די אלע זאכן וואס דער חכם גדול מפיעסצנער שרייבט אין זיינע ספרים.
און נאכאמאל מעדיטעשען איז יעדע זאך וואס מ׳טוט מעמיק זיין די מחשבה. היפנאזיע איז ווען איינער רעדט צו דיר בשעת׳ן זיין אין א טיפע מצב. אדער דו הערסט א פרי-ריקארדינג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:43 pm

אויבן אויף זעט מיר אויס אז סיי מעדיטעישן און סיי היפאנאזיע קומען אן צום זעלבן פלאץ, ביידע שפארן צו (לאַק"ן בלע"ז) די קאנטשע"ס [די לאגישע חלק המח] אזוי אז נאר דער סו"ב קאנטשע"ס ארבעט, אנצוקומען צום סוב קאנטשע"ס איז דא אסאך וועגן, און מעדיטעישן, און היפאנזיע זענען איינע פון זיי, ביידע טוען ריפראגערעמען די סו"ב קאנטשע"ס וואס פירט בעצם דעם גאנצן מענטש
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:48 pm

מעדיטעשען שפארט נישט צו דעם לאגישן חלק. ביידע האסטו צוטריט צום סאבקאנשעס מיינד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:57 pm

נשמה האט געשריבן:מעדיטעשען שפארט נישט צו דעם לאגישן חלק. ביידע האסטו צוטריט צום סאבקאנשעס מיינד.



דיין תגובה איז מיר נישט אזוי מובן

און בכלל בין איך נאכנישט איבערצייגט אז דער פיאסצענער מיינט דאס וואס די וועלט רופט מעדיטעישן
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:58 pm

מוזט נישט זיין איבערצייגט וואס מיינט ׳השראה ממרום׳
און נאכאמאל די ווארט מעדיטעשען מיינט מעמיק זיין די מחשבה באופן ידוע. ס׳דא אסאך וועלטן
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:00 pm

כנ"ל
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:07 pm

מעדיטעשען מיינט ׳מעמיק זיין די מחשבה׳ ביסט גערעכט טייערער תמהואומר אז ווען דו טראכסט פון די ווארט מעדיטעשען קומט דיר ארויף מענטשן מיט צאמגעלייגטע פיס.
מעדיטעשען מיינט ׳גיין מיט די מחשבה ערגעץ!
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:10 pm

פיין און וואויל ונחזור לעניננו,

סיי מעדיטעישן, סיי היפאנאזיע, האבן איין ציל, ריסעטן דעם סוב קאונטשטעס, דאס איז דער שפיץ
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:20 pm

טייערער תמהואומר שלום לך ושלום לנו
היפנאזעס מיינט טוישן דעם סאבקאונשעס. מעדיטעשען מיינט ׳מעמיק זיין די מחשבה׳ גיין מיט די מחשבה. דערפאר האב איך געשריבן זיך טוישן מיט מעדיטעשען. מעדיטעשען אליין איז סתם ווען איינער גייט מיט זיינע געדאנקען.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:32 pm

מ'קען גיין מיט די מחשבה
א מענטש חוץ פון דעם וואס ער זעהט און הערט און שמעקט און שפירט. האט ער א מחשבה וואס דערמיט קען ער זיך פארבינדען. ס'איז ביי מיר ברור כשמש. יעדע מענטש אפילו אזא אפגעפליקטער און אפגעריסענער ווי מיר קען. מ'דארף זיך נאר דערלערנען וויאזוי מ'מאכט עס. דער הייליגער פיאסעצנער רעדט דערפון אסאך וויאזוי מ'קען באקומען א 'מחשבה זכה וצלולה טהורה פשוטה וחזקה'

איך האב פשוט מורא אז מענטשן מיינען אז מ'מעג זיך מקשר זיין מיט פרעמדע עולמות מיט מעדיטעשען. און דערפאר שרייב איך אז אויב ס'איז יא דא אזא זאך ווי 'קשר'. וואלט איך קיינמאל נישט געקראכן אהין דארט. ווייל אפשר טאר מען נישט. איך ווייס נישט.
איך שרייב נאר דא וויאזוי מ'קען מיט מעדיטעשען טוישן די אייגענער סאבקאנשעס מיינד
ביטע נישט שרייבן יעצט וועגן דעם ענין פון ענערגיע. ס'דא אנדערע אשכולות פאר די ענין.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:54 pm

בעצם זאגן מיר די זעלבע זאך, איך בין דיר נאר מסביר אז דאס וואס דו רעדסט א גאנצע צייט פון מחשבה, דאס איז דער סו"ב קאנטשע"ס פון דעם מענטש, וואס דורך השקטה, רילעקסן, מעדיטעישן, שלאפן, וכל שום וחניכא דאית לי', ווערט אראפגעסלאו"ט און פארשטאטערט דער געלויף פון דער געוענליכער מח וואס דער מענטש טראכט, און דער סוב קאנטעס נעמט איבער, און דעמאלטס פאקט מען אריין אין דעם סוב קאנטשעס אלעס וואס מען וויל

און דאס איז בעצם וואס מען טוט אין היפאנאזיע
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

די סוב קאנשעס

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 03, 2014 6:01 pm

די סוב קאנשעס מיינד מיינט די פראגרעמס וואס לויפן אין די בעגראונד

א מענטש לערנט זיך פון די רגע יצירותו. איז ווען איך האב מיך געלערנט טייפן האט עס מיר גענומען מחשבה צו טראכטן ווי צו לייגן יעצט די פינגער און ווי יעצט. אפ... נישט גוט... נאכאמאל א פ' איז דארט און א ' איז דארט. און א א' איז דארט און אזוי ווייטער
אבער היינט ארבעט עס אן טראכטן. דאס הייסט סובקאנשעס מיינד
א מענטש דרייט זיך אין ביהמ"ד און דערזעהט זיין שווער שטיין אין א זייט. אפילו ער מיינט אז ס'גייט איהם נישט אן זיין אנוועזענהייט וועט ער דאך דאווענען אביסעלע אנדערש. המשך יבוא
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט