נשמה האט געשריבן:ווי עלטער מ'ווערט אלץ מער איז דא צייטן פון כעס. און מ'ארבעט עס אויס. ניין?
יונגערהייט רעגט מען זיך נישט אזויפיל.
ווי עלטער אלץ מער ווערן די קפדנות צייטן מער.
ווי אחריות'דיגע אלץ מער א געלעגענהייט פאר כעס.
כעס פאסירט יעדע מאל ווען דער מענטש פילט אז עס גייט נישט וויאזוי ער וויל - ריין גאוה, ווי ר"ח וויטאל שרייבט אין שערי קדושה, 'כי מפני הגאוה מתכעס האדם כשאין עושים רצונו'. אסאך קליינע קינדער רעגן זיך ווען סגייט נישט וויאזוי זיי ווילן, היות זיי זענען נאך נישט רייף גענוג צו פארשטיין אז 'די וועלט גייט נישט וויאזוי איך וויל', און זיי ווילן צווינגען אלעס זאל גיין וויאזוי זיי ווילן. עס זענען אויך דא אסאך רוהיגע קינדער וואס פאלגען מער גרינגער און סאיז נישט אזוי געפערליך אויב סגייט נישט וויאזוי איך וויל.
דאס זעלבע איז דא ביי עלעטערע וואס לעבן נאך אלטס אונטער זייער קינדערישע וועג פון לעבן אז אלעס דארף גיין וויאזו זיי ווילן, און אויב א קינד פירט זיך נישט אויף לויט זייער געשמאק, רעגן זיי זיך. דאס איז בנוגע סיי א טאטע צו א קינד, און סיי א רבי צו זיין תלמיד. עס ווערט א געפעך צווישן קינד און טאטע/רבי, יעדער וויל סזאל גיין וויאזוי ער וויל. ווער געווינט? געווענליך דער וואס האט דער אויבערהאנט און איז שטערקער. איז ווען מענטשן ווער עלטער און זיי בויען זיך נייע פרינציפן אין לעבן, וואס פארשטייט זיך אז יעדער איינער האט ליב סזאל גיין וויאזוי ער וויל און סאיז איהם געשמאק, און ס'איז דא דארעפעלער, און נישט יעדעם געפעלט וואס ער וויל, רעגט מען זיך.
א מענטש דארף ארבעטן שטארק אויף זיך, און איינזעהן מיט א קלארע ידיעה, אז ווי שטארק איך וויל סזאל גיין וויאזוי איך וויל, קען איך בלייבן ביים וועלן. אונז דארפן אביסל אויפוואקסען. דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון כעס - זיך מכניע זיין צום אויבערשטען. ווען א טאטע קען זיך מכניע זיין צו זיין קינד און פארשטיין אז קינדער ווערן נערוועז ווען סגייט נישט וויאזוי זיי ווילן, וועט דער טאטע נישט ווערן אזוי נערוועז און בכעס ווען דער קינד פארלגט נישט גלייך. ענדערשער קען דער טאטע צוגיין מיט ישוב הדעת מיט פארשטאנד אז דער קינד לערנט זיך נאך וויאזוי די וועלט ארבעט, און סדויערט צייט, און איהם אנכאפן שיינערהייט ביים האנט און צופירן וואס ער דארף טון על אף זיין התנגדות.
אזוי קען א ערוואקסענע ארבעטן אויף כעס מיט אלע נייע אחריות'ן וואס ער האט. אויב נישט, בלייבט ער א קינד.