תרנגול האט געשריבן:איך האב נישט ארויס גענוי וואס דער 'מנוחה כי טוב' סידי איז פונקטליך. איז פאראן ערגעץ א פריוויא דערפון?
דא האט איר אויסצוגן פונם רייכן צוגאבע-ביכל וואס קומט מיט דעם מנוחה כי טוב CD:
"וואס איז רילעקסעישן?
רילעקסעישן איז ברייט אנגענומען און ווערט אסאך פראקטיצירט אין דער אלגעמיינער וועלט. דער מעטאד איז באשטעטיגט און רעקאמענדירט דורך עקספערטן אלס געזונטער מיטל זיך צו באפרייען פון סטרעס – נאכלאזן די אנגעצויגנקייט און אריינפירן דעם מוח אין א רואיגער שטימונג.
א רילעקסעישן סעסיע נעמט נישט מער ווי עטליכע און צוואנציג מינוט. אין אנהויב איז ראטזאם עס צו טאן אין דער באגלייטונג פון א רעקארדירונג, וואס דינט אלס א וועגווייזער צו די געוואונטשענע געדאנקען און פעולות. מיט דער צייט קען מען זיך אבער לערנען עס צו טון אליין.
דער ציל פון דער סעסיע איז צו בארואיגן דעם מענטש, סיי פיזיש און סיי גייסטיג. דורכאויס דעם רילעקסעישן איז דער מענטש דעריבער מצמצם זיין קאנצענטראציע אויף די צוויי געביטן: דער אטעם (פיזיש) און די געדאנקען (גייסטיג).
דער אטעם שפילט א וויכטיגע ראלע אין דער רואיגקייט פון דעם מענטש. דער קערפער דארף האבן קראפט צו פונקציאנירן, און די דאזיגע קראפט איז אקסיגען (oxygen). דאס גייט אויך ארויף אויפן מוח, וואס איז א פיזישער ארגאן, כאטש עס פירט אויס א גייסטיגע פונקציע.
פון וואו באקומט דער קערפער אקסיגען? ווען דער מענטש אטעמט איין, שעפט ער דערביי אקסיגען פון דער לופט. דער אקסיגען גייט אריין אין די לונגען, וואס פירן עס אריין אין דעם בלוטשטראם. דאס בלוט ווערט דורך די אדערן צעשפרייט צו אלע טיילן פון קערפער, אריינגערעכנט דער מוח.
ווען דער גוף און דער מוח באקומען נישט גענוג לופט, האבן זיי נישט גענוג אקסיגען אויף וואס צו פארן, און זיי קענען דעריבער נישט פונקציאנירן געהעריג. אוודאי וועלן דער גוף און מוח נאך דינען דעם מענטש מיט זיינע סאמע וויכטיגסטע געברויכן, אבער עס וועט זיין ווי א סעלפאן אין א געגנט פון שוואכע סערוויס. דער מוח וועט פשוט נישט קענען צושטעלן קיין "סערוויס" מיט דער פולסטער קראפט, און וועט נישט קענען טראכטן מיושב'דיג; דער גוף וועט זיין אפגעשוואכט אדער ברענגען שמערצן.
דאס קען מען קלאר זען ביי מענטשן וואס זענען אויף א רעספּעראטאר ל"ע, אז זייער קאנצענטראציע און געדאנקען ווערן אפעקטירט. דאס קומט פון דעם וואס די אומנאטירליכע אטעמס פון דעם רעספעראטאר גיבן נישט דעם גוף און מוח די געפאדערטע מאס אקסיגען. אזוי איז אויך, אויף א שוואכערן פארנעם, ווען א מענטש נעמט זיך נישט די צייט איינצואטעמען געהעריג.
"על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה." אויף יעדן אטעם דאנקען מיר דעם באשעפער, ווייל דורך דעם אטעם האלט זיך די נשמה אינעם גוף. אן אטעמען איז נישטא קיין נשמה אין דעם גוף. נשָׁמה און נשִׁמה האבן א נאנטן שייכות, ווי עס איז צו זען פון זייערע אייניגע אותיות. און אז מען האט א בעסערן אטעם האט מען מער נשמה, מער חיות.
דאס ווארט "רוּחַ" שרייבט זיך גענוי ווי דאס ווארט "רֵוַח". מיט רוּחַ – לופט – איז דא רֵוַח – פלאץ אין גוף און מח. עס איז ווי מען זאל צולייגן א גרויסן פליגל אויסצוברייטערן דעם טיש. אז דער טיש באקומט נאך פלאץ, קען מען ארויפשטעלן מער זאכן דערויף.
רש"י הקדוש ברענגט אויף דעם פסוק אין פרשת וארא "ולא שמעו אל משה מקצר רוח": פארוואס האבן די אידן זיך נישט געקענט צוהערן צו משה רבינו? ווייל, "מקצר רוח" – עס האט געפעלט רוח. אויף דעם זאגט רש"י, "כל מי שמיצר רוחו ונשימתו קצרה ואינו יכול להאריך בנשימה" – יעדער וואס איז ענג אין אטעם, איז "ולא שמעו אל משה" – קען זיך נישט קאנצענטרירן און הערן וואס מען רעדט צו אים.
וואס טיפער דער אטעם איז, אלץ מער אקסיגען נעמט מען איין, און אלץ רואיגער זענען דער גוף און מוח. ווען דער מענטש שלאפט אדער ליגט אטעמט ער זייער טיף, און יעדער אטעם איז לאנג. אזוי האלט דער גאנצער מענטש זיך רואיג. ווען מען לויפט איז דער אטעם שווער און קורץ, און דעריבער איז דער גאנג האסטיגער.
ווען מען אטעמט נישט גענוג טיף ווערט מען מער אנגעצויגן. ווען דער מענטש איז אנגעצויגן איז זיין קערפער אויך אומרואיג. די קורצע, שווערע אטעמס ברענגען אים נישט אריין גענוג אקסיגען, און דאס מאכט אז זיין מח און גוף זאלן נישט פונקציאנירן ווי געהעריג.
ווידער ווען מען אטעמט טיף, שיקט מען אריין א פלוס פון אקסיגען וואס צעעפנט דעם גוף און מוח. אין אנדערע ווערטער, דער מוח ווערט אויסגעברייטערט מיט א געבענטשטער הרחבה, וואס ברענגט די אויבנדערמאנטע געוואונטשענע תוצאות. דאס איז א פשוט'ע געזעץ פון נאטור, וואס יעדער מענטש קען אויספרואוון פאר זיך.
דער ערשטער שריט איז איינצונעמען שטייטע, טיפע און פולע אטעמס. מען אטעמט אריין לאנגזאם, גענצליך אנצופילן די לונגען. וויבאלד די לונגען זענען אנגעפילט, האלט מען איין דעם אטעם אויף א סעקונדע, און דערנאך בלאזט מען עס לאנגזאם ארויס, פרובירנדיג דערביי ארויסצולאזן די גאנצע איינגעאטעמטע לופט. דאס ברענגט א שטראם פון גענוג לופט אנצוקומען צו אלע טיילן פון קערפער, ברענגענדיג דעם גוף צו ארבעטן רואיגער און לאנגזאמער.
פרובירט עס אליין. נעמט אראפ צען מינוט צו בלויז אטעמען לאנגזאם און טיף.
אטעמט פאמעליך און טיף, ווי פריער אנגעוויזן, און דאן פארגלייכט דעם קערפערליכן צושטאנד צו פריער.
שפירט איר אנדערש ווי פריער?
שפירט איר אביסל רואיגער?
שפירט איר אביסל בעסער?
אויב זענט איר ווי רוב מענטשן, וועט דער ענטפער זיין יא. ס'איז כמעט אוממעגליך צו בלייבן פונקט אזוי אנגעצויגן ווי פריער.
די געדאנקען
אטעם-מוח-קערפער זענען צונויפגעפלאכטן איינס אין צווייטן, און איינס פירט צום אנדערן. דער אטעם איז משפיע אויף דעם מוח, און דער מוח אויף דעם קערפער.
דער מוח און דער גוף זענען נאנט פארבונדן איינער מיטן צווייטן. א געדאנק אדער געפיל וואס דער מוח טראכט אדער שפירט, האט א דירעקטע ווירקונג אויף דעם קערפער. עס איז אפשר שווער צו פארדייען וויאזוי עס שאפט זיך אזא נאנטער פארקער צווישן אזעלכע צוויי היפוכ'דיגע זאכן; איז עס אבער א פאקט, און מיר אלע זענען עדות דערצו.
ווען א מענטש איז בשמחה, וועלן זיינע ליפן שמייכלען, דאס פנים וועט לאכן, דאס מויל וועט זינגען, און די הענט און פיס וועלן טאנצן – הגם דאס געפיל איז גייסטיג, און די רעאקציע איז פיזיש. אויב דער גייסט איז בעצבות, וועט דאס פיזישע פנים ווערן פארזויערט,און דער מענטש וועט פארקלאפן מיט די הענט, קרעכצן, זיפצן אדער וויינען. צומאל וועט מען, אין אזא מרה שחורה'דיגער שטימונג, פילן א פיזישע ווייטאג אדער שוואכקייט אין קערפער.
איר האט אפשר שוין אמאל בייגעוואוינט – אדער האט מיט אייך אליין פאסירט – אזא סצענע:
איר שטייט אויפן צוואנציגסטן שטאק פון א בנין און ווארט אנצוקומען אונטן. אט-אט פארשפעטיגט איר דעם באס אהיים, אבער דער עלעוועיטאר ווערט קענטיג אויפגעהאלטן אויף יעדן שטאק אונטער אייך. אין מוח דריקט און ברענט, און דער פינגער... דריקט דאס קנעפל איינמאל. און נאכאמאל. און נאכאמאל. שטארק.
איי, וואס וועט דאס נאכאנאנדער דריקן העלפן?
גארנישט. דאס קנעפל האט שוין נאכן ערשטן דרוק געטון אלעס וואס עס קען: זיך אנגעצונדן, און מודיע געווען דעם עלעוועיטאר אז עמיצער ווארט אויף אים ביים צוואנציגסטן שטאק. דער צווייטער און דריטער דרוק איז ווערד דאס זעלבע ווי דאס קראצן דעם קאפ, בייסן די נעגל, טופען מיט די פיס, און אלע אנדערע נערוועזע אויסדריקן וואס מיר ניצן אין אזעלכע פעלער.
מיר ווייסן גענוי אז מיר טוען גארנישט אויף דערמיט. אבער מיר פארשטייען דערביי אויך, אז די פעולה האט קיין שום שייכות מיט אייער לאגיק. דער קערפער איז עפעקטירט פון דעם מוח'ס אנגעצויגנקייט, און פירט זיך אויף לויט דעם – אן זיך דורכרעדן אינצווישן מיט אייך. דער מוח איז משפיע דירעקט אויפן קערפער, ווי עס איז צו זען אין דער פאלגנדער שילדערונג:
שרגא גייט אוועק פון אפיס נאך א טאג ארבעט, שפירנדיג ווי ער טראגט די וועלט אויף זיינע פלייצעס. די מיטארבעטער האבן היינט עפעס נישט קאאפערירט. ער איז געבליבן א שעה אווערטיים, אבער מיט דעם אלעם האט ער פארפאסט זיין דעדליין. דערצו האט ער געמאכט א טעות וואס וועט אים געבן מארגן אסאך ארבעט צו פאררעכטן. צו אלע צרות האט ער אויפן וועג ארויס פון אפיס באקומען א טעלעפאן קאל, וואס האט אים געברענגט א פרישן, אומגעראכטענעם קאפ-ווייטאג וואס וועט אויפנעמען די ערשטע פאר שעה פון זיין מארגנדיגן טאג.
קוים אנגעקומען אונטן. ער זעצט זיך אריין אין קאר און פארהאקט די טיר. אנקומענדיג צו זיין הויז שפרינגט ער ארויס פון קאר, און עספיעט אויפן וועג צו פארהאנקען דאס צעעפנטע שוך בענדל. ער לויפט ארויף די טרעפ, דאס האלז כמעט דערשטיקט פון די קולות וואס האלטן אט ביים ארויספליען. ער פראלט אויף די טיר אן קלאפן, די שלייפן קלאפנדיג האסטיג און דאס פנים איבערגעהיצט פון דער אנגעצויגנקייט וואס ווארט אויף דער רגע צו קענען ארויספלאצן פון איר קערפערליכער געפענגעניש.
אן אנגענעמע גערוך שפארט ארויס פון דער צעעפנטער טיר. די בני בית האט געהאט אן איבריגע שעה, איז דאס הויז דערווייל געווארן אויפגערוימט. זיינע דריי קינדערלעך לויפן אין זיינע ארעמס אריין, די בא'חנ'טע, רונדיגע פנימ'לעך פריש געבאדן און גרייט צום שלאפן, ווארטנדיג נאר אויף דער מינוט וואס טאטי וועט אהיימקומען, אויסהערן א חכמה'לע און זאגן א גוטע נאכט. זיי נעמען אים ארום מיט פרייליכע אויסרופן, די שמייכלענדיגע פנימ'ער פרובירנדיג ציען זיין אויפמערקזאמקייט. שרגא שפירט ווי ער צעגייט פון ליבשאפט.
שרגא נעמט עס קוים אין אכט, אבער אז מיר וועלן אים גוט באטראכטן וועלן מיר זען ווי די צעשטייפטע גלידער ווערן ווי אויפגעלאזט, די געזיכט-שטריכן – פריער צעקנייטשט ווי א פאפיר אינעם ווינט – גלייכן זיך אויס, און דער האסטיגער גאנג ווערט רואיגער. אן אויפפאסן דערויף, ווערט זיין הארץ-קלאפן פארלאנגזאמט צום געווענליכן טעמפא, און פון די קאפ שמערצן האט ער שוין לאנג פארגעסן.
אפגעזען צי מיר זענען שוין געווען אין שרגא'ס שיך, קענען מיר פארשטיין וואס דא איז געשען – און פארוואס. פון אויבן-אויף האט דער מצב דא שייכות בלויז מיטן מח, אויף וויפיל ס'איז שייך אויף דער מינוט בשעת דער סצענע. עס איז דאך שוין סוף טאג, שרגא איז אויפן וועג ארויס פון אפיס, און ביז מארגן אינדערפרי קען ער גארנישט טון דערצו. פארט איז שרגא יעצט אנגעצויגן. נישט נאר וואס ער איז נערוועז, נאר זיין קערפער רעאגירט אויף פארשידענע אופנים. און ווען ער איז ענטפאנגען געווארן דורך דער אומגעראכטענער בארואיגנדער סצענע אריינקומענדיג אין שטוב, איז זיין גוסטע, אינאיינעם מיט זיין קערפער, אריבער א שארפן, דראסטישן טויש.
ווייל דאס מציאות איז, אז דער צושטאנד אין מוח גיסט זיך אריבער און ווירקט אויפן קערפער אויך. נערוועזקייט צעשפילט דעם מענטש, פארשטייפט דעם קערפער, פארשנעלערט דעם אטעם און דאס הארץ קלאפן. רואיגקייט האט די זעלבע השפעה, אויף פארקערט.
רילעקסעישן באניצט זיך מיט אט דעם שטארקן כוח. עס ארבעט אויף די געדאנקען פון דעם מענטש, און א דאנק דער מוח-גוף פארבינדונג, האט עס אויך א דראסטישע ווירקונג אויפן קערפער.
רילעקסעישן באניצט זיך מיט פארשידענע וועגן וויאזוי צו בארואיגן דעם געדאנק, און מיט דעם, אויך דעם קערפער. עס ארבעט אויפ'ן מהלך פון הס קטיגור וקח סניגור – פון איין זייט שטילט מען איין די שעדליכע מעסעדזשעס וואס קומען אין געדאנק, און פון דער צווייטער זייט שאפט מען א בארואיגנדע שטימע וואס זאל רעדן גוטס. דאס קומט ספעציעל צונוץ פאר מענטשן וואס ליידן פון נעגאטיווע מחשבות, ווי זעלבסט-קריטיק, עמפינדליכקייט, שווארץ קוקן; ווי אויך געדאנקען צושטאנדן ווי anxiety, OCD אא"וו. רילעקסעישן ארבעט אויף ביידע פראנטן: עס פלאנצט איין פאזיטיווע מחשבות פון איין זייט, און באזייטיגט די נעגאטיווע מחשבות פון דער אנדערער זייט. אינדערמיט בלייבט שטיין א בארואיגטער מענטש מיט א געזונטן צושטאנד אין געדאנק.
"מנוחה כי טוב" שלאגט פאר בארואיגנדע שטאף פארן מוח צו טראכטן, פול מיט אמונה, בטחון און מוטיגונג. די בא'טעמ'טע, בארואיגנדע בילדער און געדאנקען ערלויבן דעם מענטש אריינצוברענגען דעם מוח אין אן אנגענעמען אטמאספער, וואס וועט דאן ווירקן אויך אויפן קערפער.
גענוג געCOPY PASTE פונ'ם ביכל.
קויפט עס אליין. דער ביכל אליין איז ווערד די געלט. די CD איז שוין א FREE באנוס..