זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:44 pm

מעדיטעשען

מעדיטעשען וואס מיינט עס?
הא?

אין קורצן מיינט עס, אז מ'מאכט די מח זאל גיין פון די באטא כוואליעס אראפ צו אלפא אדער גאר טאטא כוואליעס.

די מח פראדעצירט כוואליעס.

'באטא' טייטשט פון 12 כוואליעס א סקונדע און מער.
'אלפא' איז פון בערך צוועלעף צו אכט כוואליעס א סקונדע.
'טאטא' איז פון אכט צו פינף כוואליעס אין איין סקונדע
און 'דאלטא' איז פון פינף און אראפ כוואליעס פער סקונדע.
פון בערך די פערצן יאר גייט די מח ארויף פון אלפא (7.5 צו 12.5) אריין צו באטא

א קליין בעביס מח איז דאלטא ארויף צו טאטא און דערנאך ביי אכט יאר און ארויף צו אלפא (בערך)

די אינטערעסאנטע זאך איז אז ווי ווייניגער כוואליעס, אלץ מער לאזט מען זיך לערנן. דערפאר א בעיבי לאזט זיך דערלערנן זייער שנעל. פון פיר און העכער נאך ווייניגער אבער גענוג. און אזוי ווייטער ווי עלטער, ווי מער כוואליעס פער סקונדע אלץ ווייניגער דערלערנט מען זיך.

אויב דער מח גיט ארויס מער ווי צוואנציג כווואליעס אין איין סקונדע איז דער מענטש גוט קאנצענטרירט, אלערט, וואך, זייער פיין, אבער אנגעצויגען. איז. קלוגשאפט קומט מיט א פרייז. יוסף דעת יוסיף מכאוב.

איז, באטא כוואליעס איז נישט אזוי רואיג, מ'איז אנגעצויגען, באטא כוואליעס דארף מען האבן ערב שבת קודש. ווען מ'נעמט א ראוד טעסט בקיצור. אבער געווענליך סתם אזוי א פינקע טאג דארף מען זיין רואיגער.

וואס טוט מען...
נו...
מעדיטעשען...
פיעסעצנער רבי זצ"ל רופט עס אן השקטה.
מ'שטילט איין דעם מח. בשוא גליו אתה תשבחם.

וויאזוי טוט מען דאס

משה גייט אויף א שטילער פלאץ, ווי קיינער וועט איהם נישט שטערן, און ווי ער דארף נישט מורא האבן אז מ'וועט איהם באמערקען.
ער מאכט זיין מח זאל אנהייבן אראפ צו גיין פון די רוישיגע פופצן כוואליעס צו מער רואיגע צעהן כוואליעס א סקונדע.

וויאזוי טוט ער דאס. איז דא א סוויטש פאר דעם?

הער. איין ווארט.

נאכלאזן. רילעקסעשען.

ס'דא אסאך טאקטיקען וויאזוי צו רילעקסען. אבער סך הכל פון אלעם איז געצילט אויף די מוסעלס פונעם קערפער.
נאכאמאל די "מוסעלס"
דו האסט מוסעלס איבעראל.
די שטערן ווערט איינגעקנייטשט און אויפגעהויבן מיט מוסעלס.

די אויגען ווערט צאמגעצויגן מיט מוסעלס

די שורש פונעם צינג ווערט אנגעצויגן מיט מוסעלס

די מוסעלס ארבעטן אגאנצן טאג, איינגעשטעלט לויט די מוד, לויט די אינערליכן וועטער פונעם מענטש,

די פיס ווערן שטייף ווען מ'פארט בטעות דורך א רויט לייט. אדער מ'באגעגענט א מענטש וואס מ'האט נעכטן געהאט א דין ודברים.

די אקסלן.

אלעס איז דא געצילט צו די מוסעלס

יעצט הערט גוט. לייגט צו קאפ

די מוסעלס קען מען נאכלאזן. ביז אזא מצב וואס מ'קען זיך ממש נישט גלייבן אז מ'קען דאס אזוי ווייט נאכלאזן. אז מ'קען דאס אזוי ווייט רילעקסען.

נאכגעלאזטע מוסקעלס, זענען דירעקט משפיע אויפן מח.

צומאל איז עס די מוסקעלס וואס זענען גורם דער מענטש זאל זיין אנגעצויגן.

על כל פנים מ'קען דאס זייער נאכלאזן, יעדע מוסקעלע באזונדער.

אדרבה פרוביר.

איז 'משה' הייבט אן נאכצולאזן זיינע מוסקעלס. די שטערן, די אויגן ברעמען, די מוסקעלס ארום די אויגען, די ליפן און די צינג. די האלז. די אקסלען, הענט פיס, און נאך און נאך.

'משה' שפאצירט ארום מיט זיין מחשבה זיין קערפער און ווי ער טרעפט א מוסקעל, לאזט ער עס נאך.

מער און מער...

ער זיצט דירעקט נישט אנגעלאנט אינעם קאוטש. משום מעשה שהיה אז ער איז איינגעשלאפן.

און דא וויל איך זאגן אז מענטשן רילעקסען נישט פאר זיי שלאפן איין.
מ'קען שלאפן מיט אנגעצויגענע מוסקעלס אויך. מ'דארף עס רילעקסן.

בקיצור איז אונזער 'משה' זיצט און לאזט נאך אלע מוסקעלס. ער טראכט פון רילעקסינג זאכן.

טראכט פון א פינקע עלעפאנט וואס טראכסטו. אט דאס הייסט טראכן כאילו מ'זעהט עס. ווי עס שטייט אין צעטיל קטן ידמה ויצייר.

על כל פנים 'משה' טראכט פון זאכן וואס רילעקסן. ווינטער פון שנייי וויייסע בערג מיט שניי באדעקטע פיין ביימער און זומער פון שיינע בלומען הערליך סך שענער ווי אין שריפט...

פייגלעך.

און ער האלט קאפ צו רילעקסן, נאכלאזן, זייער שטארק. גאר שטארק. ביז די מח גייט אריין אינעם 'יעצט' ס'איז נישט געווען גארנישט און ס'גייט גארנישט זיין. ס'איז די יעצט. די מח פארגעסט פונעם קערפער. די מח פארגעסט פון צייט. די מח פארגעסט פון גאנצן ארום.

מ'ווערט איינגעזינקען אין זיך.

איין זאך יעצט. די מח כוואליעס ווערן צוביסלעך נאך א צוואנציג מינוט זייער אייניג. זייער די זעלבע. און די מח כוואליעס זענען יעצט בערך אין די געגענט פון צעהן כוואליעס א סקונדע. די חלק מח וואס טראכט און מאכט באשלוסן איז יעצט בעל הבית. אפגעשלאסן פון די איבעריגע חלק מח

און דאן הייבט 'משה' אן צו טראכטן וואס פאר א זאך, וואס פאר א געוואוינהייט ער וויל ס'זאל זיך איהם טוישן מיטן אייבערשטענ'ס הילף

און ער טראכט וויאזוי פיל איך דאן בשעת די געוואוינהייט טוט זיך אפ. ער טראכט וויאזוי ער 'פילט' דאן, ווען ס'שפילט זיך אפ אין איהם די געוואוינהייט וואס ער וויל נישט בייוואוינען קיינמאל מער.

ער זעהט דעם געפיל. און מיטן זעהן דעם געפיל. ווערט ער אויפמערקזאם אויף די זאך וואס ער איז נישט געווען 'אזוי' אויפמערקזאם ביז היינט.

און ער טראכט צו זיך און ער ווייסט און פארשטייט קלאר, אז די געפיל, איז וואס מאכט איהם פראבלעמען, 'די' געפיל שטעלט איהם אריין אין א מצב אויסגעשטעלט צו דעם געוואוינהייט. די געפיל איז איינגעגעסן אינעם קערפער. די געפיל האט זיך פארוואנדעלט אינעם עצמיות פונעם קערפער. די געפיל טרייבט איהם. די געפיל קאנטראלירט איהם צו טון די געוואוינהייט וואס ער וויל פטור ווערן. די געפיל דארף ווערן אויסגעמעקט פונעם קערפער. אויסגעמעקט ווי מ'מעקט אויס עפעס א באג פונעם קאמפיוטער.

אין ספר יושר דברי אמת שטייט אז צו באקומען דעם גוטס דארף מען קודם פיינט האבן דעם שלעכטס. פיינט האבן דעם רע. אזוי טשעפעט מען זיך אפ דערפון.

איז 'משה' טראכט און טראכט און 'זעהט' ממש די געפיל, וואס ער פילט בשעת ער לעבט דורך די נעגעטיווער געוואוינהייט. און ווי מער ער ווערט אויפמערקזאם דערויף אלץ מער ווערט עס ארויסגענומען פון די טיפענישן פון זיין געדאנק און ארויסגעברענגט אויפן אויבערפלאך אזוי אז מיט א קליינעם שעפ מיטן נעץ קען עס ווערן ארויסגענומען

מיר יודן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דער אייבערשטער דער הייליגער באשעפער ברוך הוא איז א כל יכול. ער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס מיט די עשר ספירות. איז אויב א מענטש איז מכוון צום כל יכול, ער איז מכוון זיין הארץ צום הייליגען באשעפער ברוך הוא.
און ער זאגט און ער טראכט 'הייליגער באשעפער ברוך הוא וואס דו האסט אלעס באשאפן וואס דו ביסט א כל יכול און דו קענסט אלעס, פאר דיר באשעפער איז נישטא קיין שום אפהאלט מיך צו העלפן אז איך זאל מיך טוישן. דו רבש"ע דו קענסט אלעס. פאר דיר איז גארנישט שווער. העלף מיר. איז ווי מער מ'טראכט פונעם אין סופי'שן כח פונעם אין סוף יתעלה. אלץ מער גלייבט מען און ווי מער מ'גלייבט אלץ מער איז עס משפיע אז מ'זאל זיך טוישן. ווי מער איך וועל וויסן און גלייבן ווי שטארק דער אייבערשטער קען אזוי גרינג ווי גארנישט מיך טוישן. אלץ מער וועל איך מיטגיין מיט זיין פלאן מיך צו העלפן. איך וועל נישט שטיין אין וועג מיט מיינע איינרעדענישן אז "וואס זאל איך טון ס'איז באשערט" נאר איך וועל מיך אוועקנעמען. איך וועל אוועקנעמען מיין 'איך' פונעם אייבערשטענס רחמנות'דיגער פלאן.
איך וועל זיין גאנץ מיט איהם. און נישט טראכטן בשום אופן וויאזוי מיין ישועה גייט קומען. אויב א מענטש איז זיך מדבק אין די רחמנות פון אונזער זיסער גוטער וואוילער טאטע אין הימעל. און האפט צו איהם ווי דוד המלך זאגט אין תהלים 'גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה' טייטש ממש דאס, ווארף ארויף אויפן אייבערשטען דיין וועג און פארזיכער זיך אויף איהם אז ער ווייסט וואס איז די בעסטע פאר דיר און ער וועט עס טון פאר דיר אויפן בעסטן אופן. אבער מ'דארף איהם בעטן

תפלה איז לשון פון באהעפטן. מ'דארף זיך באהעפטן צו איהם. באהעפטן צום אין סוף וואו ס'איז נישט שייך קיין עיכובים, אוועק פון זיך, ווי אפהאלט שטייט אין וועג.
להגיד כי ישר ה' צורי ולא עולתה בו. און נישט פון איהם איז די אפהאלט

מיר גלייבן אז דו הייליגער באשעפער ברוך הוא ביסט איין איינציגער גאט. גאט מיינט די אלטימעט שטארקייט. אלקינו ביסט אונזער גאט. ה' אחד ביסט איינס

תמים תהיה עם ה' אלקיך. חזר'ט זיך משה איין און ער ווארפט אלעס ארויף אויף ה'. 'משה' טראכט נישט בשום אופן א פלאן וויאזוי ער גייט געהאלפן ווערן. ער ווארפט אלעס ארויף אויפן אייבערשטענס רחמנות.

'משה' חזר'ט זיך, אז דער אייבערשטער איז לחכמתו אין קץ. לידועתו אין קץ. לישועתו אין עיכוב. 'משה' ווייסט מיט וועם ער האט דא אפיר.

און ער זאגט הייליגער גרויסער גאט איך בעט דיך העלף מיר אז איך זאל ווערן אויסגערייניגט פון דעם געפיל העלף מיך. איך בין מודה אז איך בין געווען נישט ריכטיג ביז היינט. העלף מיר. ווייל אויב דו וועסט נישט רחמנות האבן אויף מיר ווער וועט.

און דערנאך טראכט 'משה' צו זיך וויאזוי וויל איך פילן. וואס פונקטליך וויל איך 'פילן' און ער פלאנצט עס איין אין זיך

וויאזוי? איז דא א סוויטש דערפאר.

שטודיעס האבן געוויזן קלאר אז מ'קען טוישן דעם מח, בלויז מיטן טראכטן, בלויז מיטן טראכטן וויאזוי מ'וויל פילן, ווערט מען אן א גוזמא אן אנדערע מענטש.

נייע ניוראנס ווערן געבויעט.

איז דאס איין געוויסען אופן פון מעדיטעשען. איין געוויסן אופן וויאזוי מ'קען אריינגיין אינעם בעקראונד סיסטעם פונעם מח. אינעם הארדווער פונעם מח. אינעם הארדווער פונעם קערפער אינעם הארדווער פונם געפיל טרייבער און טוישן סיסטעמען דארט.

אבער דאס קען מען נאר עררייכן מיטן זיין אינעם אלפא מצב. מיטן זיין אינעם מצב ווען דער מח פרודעצירט ארום צעהן כוואליעס א סקונדע. דאס קען מען נאר עררייכן מיטן זיין אין א מצב פון רילעקסעשען, ווען אלע מוסקלעס זענען טיף טיף רילעקסט. דאן קען מען אריינקריכן אינעם סיסטעם פונעם מח צאמשטעל און באמת פאקטיש טוישן נויוראנס...

דאס קען מען עררייכן מיט מעדיטעשען
מיטן זיצן א שעה א טאג און אריינגיין אין אלפא 7.5-12.5 אדער גאר נאך טיפער. און טראכטן וואס פאר א געפיל מ'וויל ארויסנעמען. און בעטן דעם כל יכול. דעם ענדלאזן גאט וואס ווייסט עד אין סוף. און טראכטן וואס מ'וויל זיין די אידיאלסטע אופן. און מיטן טראכטן אליין קען מען אויסמעקן און ניי-בויען דעם אייגענעם מח. מיט גאטס ב"ה כח
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג ינואר 31, 2014 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 2:19 pm

געווואלדיג! וועלן מיר דאס פרובירן בעז"ה, אפשר אזוי וועט מיין תם קאפ זיך עפענען...
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 2:59 pm

נאך נישט געליינט, אבער איך האב שוין לאנג געוואלט דורך טוהן די נושא, יישר כח פארן שרייבן פון דעם.

כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

תגובהדורך כרמי » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:01 am

שוין לאנג געוואלט ליינען און וויסן מער איבער די נושא
כ'האב געוואלדיג הנאה געהאט ווי אזוי דו צולייגסט די דעטאלן אין טעלערלעך
תודה רבה.

אגב, איך לייג מיך כמעט טעגליך מיט פאנטאזיע פון שפאצירן אין מיין בעקיארד, וואס איז אויף מיין פריוואטער איילענד, ארום גענומען מיט גראז, ביימער און בלומען, און ים! און שטיצעך דער וועטער איז ספרינג...
זייט איך טוה דאס נעמט עס נישט מער ווי 3-4 מינוט און איך בין מער נישטא.

--
מיין שאלה איז אזוי, אויב וויל איך למשל ארבעטן אויף די שלעכטע מידה פון כעס, דארף איך זיך אריינטוהן אין מחשבה, זעהן און שפירן ווי אזוי איך "פיל" ווען איך בין אין כעס, ווי אזוי ארבעט דאס אינאיינעם? איך ברויך דאך זיין אינגאנצן רילעקסד יעצט, און ווען איך בין אין כעס ווער איך דאך צוריק אנגעצינדן אויפ'ן העכסטן??

איז דא א באשטימטע סכום פון טעג, שעות נאך וויפיל איך וועל זעהן א טויש?? אדער דאס איז ביי יעדן אנדערש?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

איינער האט א יודישע ווארט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:17 am

ווען איך בין געווען א בחור האב איך דאס שוין געהערט פון ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש אז דאס איז געווען די עבודה פון צדיקים, צו קענען האלטן די מחשבה אויף איין זאך.

כ׳האב נישט קיין געדולד זיך צו טענה׳ן איך לאז פאר די מיט שטערקערע שטום בענדער ביי...
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום פרייטאג ינואר 31, 2014 10:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:36 am

נשמה האט געשריבן:ווען איך בין געווען א בחור האב איך דאס שוין געהערט פון ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש אז דאס איז געווען די עבודה פון צדיקים, צו קענען האלטן די מחשבה אויף איין זאך.


איך טענה זיך נישט, איך שרייב נאר כזה:
???????????????????????????????????????????????????????????????


נשמה האט געשריבן:דאס איז דער ענין פון דביקות וכו'


לא מיני' ולא מקצתי'
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:43 am

איז, א גוטן פורים...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:44 am

נשמה, האסט שוין אמאל געזעהן די ספר ״מנחת יהודה״ פון ר׳ יהודה בן ר׳ צבי סטריזשאווער? ער רעדט אויך אביסל פון דעם.

בכל אופן, אין העברעאיש רופט מען עס ״מדיטציה״.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:48 am

דו האסט נישט געזען די בריוו אין זיין ספר ׳דרך המלך׳
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:49 am

יא געזען דעם ספר מנחת יהודה. אפשר טענה׳סטו דא מיט די טייערער יודן וואס ווילן נאר פארשטיין
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 10:55 am

@ טייערער ׳כרמי׳ איך וויל דיך נאך ענטפערן... ווארט א מינוט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 11:04 am

@ תםמההואאומר זייער גוט האסט מיך אפגעפרעגט. ס׳בעסער אזוי.
די חפץ חיים האט געהאלט א דרשה אז לשון הרע איז ווי עסן חזיר. האט אן עם הארץ איהם געפרעגט נאך די דרשה איך האב נישט געוואוסט אז חזיר איז אזא קליינע עבירה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 11:33 am

@תמהואומר יעצט כאפ איך ווי קריעטיוו דיין ניק איז
תמהואומר ווען יעדע סוף ווארט איז די קומענדיגע אנהייב ווארט, נעמסט עס פון ערגעץ.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

שלא עשנו כגויי הארצות

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 1:49 pm

א טייערער יוד האט מיך געבעטן איך זאל טוישן די ווארט 'מעדיטעשען' צו עפעס אן אנדערער ווארט.
און ער איז גערעכט דערמיט, ווייל אויב וועלן מיר אריינברענגען די ווארט 'מעדיטעשען' ביי יודן, קען מען מיינען אז מיר זענען 'בודאהיסטן' וכדו'.

די חילוק צווישן זייער פראקטיצירונג און אונזער איז לכאורה ווי פאלגענד.

ווען זיי זעצן זיך אראפ די פיס מיט די הענט צאמגעלייגט מיט א גראדע רוקן, וואס קומען זיי אן דערמיט

דער יוד האט מיך געשריבן אז ס'איז עבודה זרה, מיר ליגט נישט אין קאפ אז זיי דינען דערמיט איינעם, אבער ס'איז אמת אז דאס איז א חלק פון די רעליגיע פון 'בודהא'.
איך וואונדער מיך וואס האט דאס א שייכות מיט די באדייט פון 'רעליגיע' איך ווייס ניטאמאל צו זיי גלייבן אין גאט ב"ה. עכ"פ זיי רעדן נישט פון דעם.
היינט איז 'מעדיטעשען' אנגענומען אלץ א פשוט'ע רפואה. און לכאורה ווי איך טראכט אויבנאויפיג, אז זיי ס'איז געווען מענטשן וואס האבן גראדע געוואוינט אין אינדיע, און האבן אויסגעטראפן אז מ'קען זיך בארואיגן דורכ'ן מאכן 'מעדיטעשען' און מ'קען דערגרייכן צו געוויסע מצבים אין 'באוואוסטזיניגקייט'.
זיי זענען געזיצן און ליב געהאט די געפיל וואס דאס האט זיי גורם געווען. די רואיגקייט וואס דאס האט זיי גורם געווען.

יעדער מענטש. האט דאך אנגעצויגענע צייטן. און ס'איז פאר קיינעם נישט בא'טעמ'ט און געזונט. איז דערפאר האבן זיי עס געטון. אבער מיר ליגט נישט אין קאפ אז זיי האבן דערמיט געדינט עבודה זרה. און איך נעם אן אז די באדייט פון 'רעליגיע' מיינט דינען איינעם. טון איינעמ'ס רצון. טון די רצון פון א גאט.
טון די רצון אן פארשטיין פארוואס.
אבער די 'בודאהיסטן' טוען עס ווייל זיי האבן עס אויסגעטראפן. און ווי איך האב פריער דערמיינט רעדן זיי ניטאמאל פון גאט.
פאר מיר זענען זיי עקעלדיגע מענטשן וואס נוצן דעם אייבערשטענס בריאה פאר זיך און נישט ווי מ'זאגט 'לשם שמים'

און ווען א יוד טוט עס. טוט ער עס נאר ווייל ער וויל זיך בארואיגען

איך טראכט יעצט אז די 'בודאהיסטן' טוען עס טאקע אן א טעם. זיי מאכן מעדיטעשען ווייל אזוי דארף מען. זיי נעמען די סארט פראקטעצירונגען און זיי מאכן דערפון א רעליגיע. און ווי איך האב פריער דערמאנט וויל איך זאגן דערויף 'פוי'. פוי. ווייל זיי טוען עס נישט לשם שמים. נאר זיך אויפצובויען און איך מיין אז זיי רעדן ניטאמאל פון גאט

אין די היינטיגע צייטן איז עס געווארן א 'געזונטהייט זאך'
דהיינו, שמייס אוועק די 'בודאהיסטן' פון די פראקטיצירונג.
ס'דא א מח?
יא!
די מח האט כוואליעס?
יא!
ס'איז בעסער אז ס'איז שטילערע כוואליעס?
יא!
ווילסט מאכן אז דיין מח זאל לויפן רואיגער?
יא, אוודאי!
דו ווייסט אז ס'האט צו טון מיט וויאזוי דיינע מוסקעלס זענען איבערן טאג.
יא? נישט געוויסט!
יא, דארפסט רילעקסן.
אבער רילעקסן איז א גויאישע ווארט? ניין
האסט מוסקעלס?
יא!
דו ווילסט זיי זאלן נאכגעלאזט?
יא. אויב רואיגע כוואליעס האבן צו טון מיט רואיגע מוסקעלס, וויל איך טאקע נאכלאזן מיינע מוסקעלס. וויאזוי טו איך עס.
גיי אויף א רואיגע פלאץ וואו קיינער וועט דיך נישט פארדרייען קיין קאפ. מאך צו דיינע אויגן
פארוואס דארף איך צומאכן מיינע אויגן?
ווייל דאן גייט דיין מח אראפגיין פון די הויעכע 'באטא' כוואליעס צו די רואיגע 'אלפא' כוואליעס, און די ווילסט ס'זאל זיין רואיגערע כוואליעס?
יא, טאקע!
איז מאך צו דיינע אויגן.
און לאז נאך יעדע מוסקעל. לאז עס נאך שטארק.
זיץ גראד
פארוואס גראד?
ווייל אויב וועסטו זיין אנגעלאנט קענסטו איינשלאפן. פארשטייסט?
אה!
און טו עס פאר צוואנציג מינוט
צוואנציג מינוט?
אזוי איז די אידיאל. ווען דו וועסט עס טון וועסטו זעהן אז מיט איין מינוט צומאכן די אויגען, איז נישט דומה צו צוואנציג מינוט. נאכלאזן.
די מח האט נישט קיין ס'וויטש. ס'נעמט צייט ווילאנג מ'ברענגט דאס אריין אין די רואיגע 'אלפא' כוואליעס.
אקעי נו גוט, צוואנציג מינוט, פיין.
און דאן?.
ליין וואס כ'האב געשריבן אויבן.

בקיצור איך וויל האבן אן אנדערער ווארט פאר 'מעדיטעשען'

ווען די בודאהיסטן טוען עס. קאנצענטרירן זיי זיך אויף איין זאך. און דאס ברענגט אריין די מח אין אלפא כוואליעס אדער גאר 'טאטא' כוואליעס.
אבער וואס מיינט איר טוען זיי דערנאך מיט דעם מצב המח.
גארנישט...
פארשטייסט?
און א יוד טוט אלעס נענטער צו קומען צום אייבערשטען. א יוד ברענגט אראפ זיינע כוואליעס ווייל ער וויל זיך מעמיק זיין אין די גרויסקייט פון הייליגער באשעפער ברוך הוא. און מיט ווילדע כוואליעס ווערט יעדע גוטע מחשבה פארשוועמט. ס'טוט נישט אויף גארנישט
איך האף אז איינער פארשטייט מיך דא.
ווען איינער שטעלט זיך דאווענען מיט אלפא אייניגע כוואליעס איז גאר אן אנדערע דאווענען ווי באטא כוואליעס

און ביטע אויב איינער האט קריטיק. קענט איר פרעגען איר מוזט נישט שרייבן אויף א החלט'יקען אופן.
איר קענט פרעגען. 'נשמה' כ'האב נישט פארשטאנען ווי קומט 'מעדיטעשען' צו כוונת התפלה? ס'איז דאך א גויאישע זאך מעדיטעשען ניין?
און איך וועל ענטפערן אז מיין מעדיטעשען מיינט אראפברענגען די מח כוואליעס און דאן נאך עפעס 'טראכטן פון גדלות השם'
גדלות השם. וואס האסטו מיט גדלות השם? ביטע שטעל נישט צוזאם די צוויי זאכן!
אקעי. דו פרעגסט און איך ענטפער.

יעדע זאך וואס דו ווילסט זיך אריינברענגען דערין, ווי למשל טראכטן פון 'אמונה' איז סך בעסער ווען מ'איז אין אלפא מצב. און נישט אין שטורמישע הויעך 'באטא'

מאך נישט אוועק וואס איך שרייב.

בקיצור איך זוך א ווארט פאר מעדיטעשען
מ'דארף פרעגן מאמע לשון אין מעלות.
טענה'ט אז יעדעס ווארט קומט פון לשון קודש.

לאמיר גיין אזוי.

וואס קומט אייך ארויף אויפן געדאנק ווען איר ווילט זאגן פאר איינעם אראפצוברענגען זיינע כוואליעס.
אראפברענגען?
נישט גוט. ס'איז נישט קיין ווארט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » פרייטאג ינואר 31, 2014 1:54 pm

נשמה האט געשריבן:@תמהואומר יעצט כאפ איך ווי קריעטיוו דיין ניק איז
תמהואומר ווען יעדע סוף ווארט איז די קומענדיגע אנהייב ווארט, נעמסט עס פון ערגעץ.



איך נעם דאס נישט פון ערגעץ, דאס קומט פון מיין נשמה...
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 2:01 pm

יא יא. איך גלייב אז דו האסט בערג מיט חידושים נפלאים. זאל די וועלט עס די זכי' האבן צו זעהן
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 2:03 pm

שכח פארן אזוי שיין עדיטען מיינע תגובות. איך זעה אז איינער קערט פאר מיר. ס'גייט איינעם אן מיין פלאג
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

עבודת המידות תשעד

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 31, 2014 2:29 pm

טייערער 'כרמי'
זאלסט וויסן אז איך מיין אז א מענטש וואס לייד פון כעס איז אפקומען די גיהנם אויף די וועלט
איך למשל לייד נישט אויף כעס ב"ה
ווייל זאכן גייען מיר נישט אזוי אן פארשטייסט?
איך לייד מער פון מוד'ס און צופלויגענקייט.
איך שוין דיר אזוי. איך שוין אזוי די מענטשן וואס ליידן פון כעס. און זיי עסן זיך דאס געזונט פאר יעדע כעס. זיי האלטן זיך אין איין פרעגען
וואס פאר א גוט יאר האט מיר אויסגעפעלט צו שרייען? קוק ווי זי וויינט יעצט.
וואס בין איך אזוי ארויס פון קאנטראל?
כרמי איך מיין אז דו נעמסט אחריות אויף זאכן. און איך מיין אז ווי מער אחריות אלץ מער כעס.
טייערער כרמי דער אייבערשטער איז אוסדרוקליך נאר דן לויטן מענטש. איך גלייב אז דו האסט מער געארבעט אויף כעס ווי מיר. און נאך דערצו דיין צער און עגמת נפש....
פארוואס האב איך מיך גערעגט. איך וואלט געקענט סך א בעסערער לעבן. וואס די מחשבה אליין איז ממש א גיהנם. די זאך אליין אז מ'לייד דערפון פייניגט נעבעך.
קוק מיין יונגעל קוקט מיך יעצט אן פאר א שלעכטער טאטע.

בקיצור כעס איז אויסדרוקליך אזאך וואס קומט ווען מ'איז נישט אויפמערקזאם

שטעל דיך פאר טייערער אז איינער גייט דיך זאגן
מארגען זיבן מינוט נאך צוועלעף גייסטו האבן א נסיון פון כעס.
אקעי, דו שטייסט אויף צופרי..
ניין! הא הא! איך וועל יענעם ווייזן איך גיי מיך נישט רעגן. און די חזר'סט דיך איין שטיקלעך וואס רעדן בגנות כעס. ביז דו מאכסט ביי דיר אז דו גייסט 'דוקא' יא זיין רואיג דו גייסט ווייזן וואס דו קענסט.
ס'קומט צוועלעף דייין הארץ פארפעלט א קלאפ. מאכסט דיך רואיג. נאך רואיג. דו ווארסט. אקעי. זעקס נאך צוועלעף. אקעי.זיבן נאך צוועלעף ביסט אזוי וואך אזוי אלערט אזוי גרייט. קיינער גייט דיך נישט אויפרעגען איך זאג דיר.
וואס געשעט
די מח איז וואך. באוואוסטזיניג וויאזוי מ'פירט זיך אויף. דו קאנטראלירסט. נישט דיינע געפילן. בקיצור
פארשטייסט?
יעצט ווען דו ביסט אין זייער א טיפע מצב. נאך א צוואנציג מינוט טון דאס וואס איך האב געשריבן אויבן. טראכסטו פון א מצב וואס קען דיר אריינשלעפן אין א מצב פון 'נישט באוואוסטזיניג' טראכסט פון א מצב וואס קען דיר מאכן טון זאכן וואס דו ווילסט נישט טון. און דו טראכסט שפילסט אויף דיין קינד שאקעלט די טיש ביי קידוש און די גרעיפ דזשוס גיסט זיך אויס.
דו טראכסט נישט דו געפיל וואס דו רעגסט דיך. דו טראכסט די מעשה וואס גייט דיך מאכן אויפגערעגט. און דזשאסט פאר דו גייסט רעגן. זאג צו דיר אליין (קיינער הערט נישט. ווי מיר האבן געשמועסט אז מ'טוט עס ווי קיינער זעהט נישט) "טויש"
און ווען דו זאגסט די ווארט "טויש" מאכסטו א טויש אין דיינע ניוראנס.
דו טוישט דיין מח.
ס'איז נישט אז דו גייסט טוישן דיין מח. ווען אזא מעשה גייט געשען.
דו טוישט יעצט בשעת די מעדיטעשען דיין מח.
דו 'דיסקאנעקטס' די ווייער וואס איז קאנעקטעד פון די גרעיפ דזשוס גיסט זיך אויס ניוראן צו די ניוראן וואס הייסט 'מלחמה' ווייל כעס איז נישט עפעס אנדערש ווי די מח וואס שרייט 'מלחמה'
פארשטייסט?
דיין מח ווערט אמת'דיג געטוישט. די מח איז פיזיקל. פונקט אזוי ווי דו וועסט מיר גלייבן אז ווען איך לייג אריין א ניגון אינעם עס די קארד טוישט זיך עפעס פיזיקל. הגם מייקראו.

בקיצור. ליין וואס איך האב געשריבן. אפאר מאל ביז דו כאפסט וואס איך מיין.
אויב פארשטייסט נישט עפעס שרייב. און איך וועל ענטפערן כיד ה' הטובה עלי
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 31, 2014 2:41 pm

הרב נשמה,
זייער שיין באשריבן.

די נושא איז אפשר אקטועל אבער איך מיין אונזער ציבור איז Lacking אינפארמאציע איבער מעדיטאציע, און ווערט באטראכט אלעס פרעמד.
דעריבער איז נייטיג קודם צו געבן אן אריינפיר איבער דעם נושא און די וויכטיגקייט דאס צו וויסן, אזוי צעביסלעך וועט דער עולם אנהייבן דאס צו אפריציטירן.

בנוגע די שייכות פון מעדיטאציע צו צדיקים און עבודת השם, איר שרייבט גוט מען ברויך עס מן הסתם מער בעארבעטן און בעיקר מיט מקורות פון פריערדיגע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11873
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג ינואר 31, 2014 3:38 pm

זייער אן אינטערעסאנטע נושא. שרייב מער דערוועגן מיר ווילן הערן נאך

אוועטאר
שרוליק
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 4:42 pm

תגובהדורך שרוליק » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 12:16 pm

ויבאלט אז אני לא מבין כ"כ אידיש הלזה, וואס איז דאס כוואליעס?(גלים)? און נאך אסאך אנדערע איינגלישע ווערטער, וועל איך זייער זאך פרייען אויב אחד יתרגם לי לעברית, כי זה ענין מאוד חשוב ונצרך.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 8:34 pm

נשמה'לע זיסע, כ'האב עס ארויסגעפרינט און געליינט שבת, הנאה געהאט צו ליינען איבער א נושא וואס איך קען נאך נישט, ייש"כ.

די איידיע פון נאכלאזן די מוסקלען, איז די זעלבע יסוד פון די פאטענט פאר נשים נאכצולאזן די מוסקלען צו פארגרינגערןצער ל'?

מדריך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 4:01 pm

תגובהדורך מדריך » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 9:29 pm

הר''ר חנוך רז''ב האט יעצט ארויסגעגעבן 'מנוחה כי טוב' ווי ער ארבעט ציזאמען מיטן מענטש, (לענ''ד זייער גוט).

נשמה... עמוק עמוק, כמים קרים... יישר כח

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 9:36 pm

על ידי חינוך של שאיפת רוח הח יוני ברצון, על ידי החוטם, כנזכר לעיל, ויקבץ ויקבל נשמה חדשה בקרבו ויהיה יכול למושל בקרבו ולקנות לעצמו מדת מתונת ומנוחה. ויהיה יכול להתנהג לדבר בנחת בקול נמוך כי דברי חכמים בנחת נשמעים. ובזה תנצל מן הכעס והקפדנות והגאות, ויוכל להבחין האמת מן השקר, ותהא דעתו צלולה עליו. (מנחת יהודה)
א *שטילער בחור כצ"ל

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » מוצ"ש פאברואר 01, 2014 9:37 pm

וועגן ר' חנוך'ס CD

רילעקסעישן איז ברייט אנגענומען און ווערט א סך פראקטיצירט אין דער אלגעמיינער וועלט. רילעקסעישן איז באשטעטיגט און רעקאמענדירט דורך עקספערטן אלס געזונטער מיטל זיך צו באפרייען פון סטרעס -- אויפצולאזן אנגעצויגנקייט און אריינפירן דעם מוח אין א רואיגער שטימונג. אין אנהייב איז ראטזאם עס צו טאן אין דער באגלייטונג פון א רעקארדירונג, וואס פירט דעם מענטש צו די געוואונטשענע געדאנקען און פעולות. מיט דער צייט קען מען זיך אבער לערנען עס צו טאן אליין.
די רעקארדירונג וואס מיר שטעלן אצינד פאָר פאַר אייך, "מנוחה כי טוב", איז א דורכברוך דערמיט וואס עס איז די ערשטע פון דעם סארט אויף א היימישן אידיש, מיט אויסגעהאלטענע השקפות, ארויסגעגעבן און געצילט פאר'ן היימישן ציבור.
די רעקארדירונג איז געשאפן און ארויסגעגעבן געווארן אויף דער דירעקטער אנווייזונג פון הרה"ג ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א דורך הרב חנוך ראזענבערג שליט"א, א לאנגיעריגער מחנך און מומחה אין עניני הנפש.
דער רב שליט"א האט א לאנגע צייט שוין אויסגעדריקט זיין באדויערן איבער דער אפוועזנהייט פון אזא פראגראם פאר'ן היימישן ציבור; די שטארקע נויט ברענגט אז מען זאל זיך דארפן באניצן מיט פראגראמען פון דער גוי'שער גאס, וואס איז אפגערעדט אז דאס איז גאר אנדערש פון אונזער השקפה, מסורה און שפראך.
הרב ראזענבערג, פון זיין זייט, באשעפטיגט זיך שוין א לענגערע צייט מיט'ן אויסלערנען דעם מעטאד פאר זיינע קליענטן. די שטארקע הצלחה וואס ער הערט און זעט ביי זיי כסדר האט אים געפירט ארויסצוקומען מיט דעם פארטיגן פראדוקט פאר דעם ברייטן ציבור.
די רעקארדירונג איז פראפעסיאנעל אראפגעלייגט, מיט א קלארן, אנגענעמען טאן באגלייט מיט שטילער, רואיגער מוזיק. צוגעשניטן פאר דעם היימישן ציבור, לערנט עס דעם מענטש די חכמה פון דעם מעטאד, דורכגעפלאכטן מיט דברי חיזוק אין אמונה ובטחון.

וויאזוי עס ארבעט
א רילעקסעישן סעסיע נעמט נישט מער ווי עטליכע און צוואנציג מינוט. דורכאויס דעם רילעקסעישן פאָקוסירט דער מענטש זיין קאנצענטראציע אויף צוויי טיילן: דעם אטעם און די געדאנקען. דער ציל מיט דער סעסיע איז צו בארואיגן דעם מענטש. דער מענטש באשטייט פון א גוף און א מוח. דער רילעקסעישן צילט ביידע חלקים פון מענטש דורך בארואיגן דעם גוף און דעם מוח.
צוגעלייגטע
Publication1.jpg
לעצט פאראכטן דורך א שטולער בחור אום מוצ"ש פאברואר 01, 2014 9:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א *שטילער בחור כצ"ל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באדראג-קערעסטיר און 18 געסט