פלעיער מיט א יו עס בי INPUT
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 10:40 am
איך זוך א טעיפ-ריקארדער (אויפן אלטן יודיש, ופירושו א סטיריאו סיסטעם) וואס זאל קענען שפילן דירקעט פון א USB, פאר די קינדערלעך שיחיו, די סידיס מאכן זיי חרוב איינס צוויי, קיין IPOD וכדומה וויל איך זיי נאנישט שטאפן מיט מיינע אייגענע הענט.
עפ"י רוב די אלע CD פלעיערס וואס האבן א יו עס בי אינפאט האבן אבער נישט האבן קיין סקרין צו ווייזן די נעמען פון די פאלדערס און פון די טרעקס, נאר נומבערס פון די טרעקס, במילא וועסטו טאפן כסומא בארובה עפעס צו קענען טרעפן, כ'האב געקויפט דאס ביי קעימארט, מיינענדיג אז ס'האט א שוין עפעס א לייטישן סקרין וועט עס טויגן, למעשה בין איך זייער נישט צופרידן דערפון, ס'איז זייער צוריקגעבליבן און ס'איז נישט דא א געהעריגן סיסטעם צו נעוויגעיטן די פאולדערס און פיילס.
ע"כ אויב איינער האט אפשר אזוינס אדער שוין געזוכט אין דעם נושא, אדער אנדערע עצות וויאזוי צו געבן פאר די קינדערס די טעיפס וכו' צו הערן, ווייל ס'קומט שוין אדר מ'דארף שוין ארויסגעבן רבי ווייס'ס טעיפס פון פורים.
יישר כח