עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג דצמבר 10, 2013 4:58 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:זוכה צו זיין צו האבען אביסעל אנגעווארעמטע מי רגלים (איך שפעט נישט - דאס איז די באהאנדלונג).
איך כאפ נישט פונקטליך פון וואסערע סארט רפואה דו רעדסט, אבער זיי וויסן אז מען נוצט מי רגלים פאר אסאך אנדערע קרענק במקום נאטורליכע רפואות, וביודעי ומכירי קאמינא אז ס'האט אויפגעטון נפלאות, ממילא ביטע טראכט פאר דו שרייבסט
ס'איז דא א דר. זירקיאוו אין קווינס, האט שוין איינער אמאל געהערט פון אים?
Advertisement
דינסטאג דצמבר 10, 2013 8:14 pm
דער בורזינסקי 'מעטאדע' (אזא יאר אויף אלע שונאי משראל) איז מי רגלים. איך שטיי ביי וואס איך האב געשריבען אז עס קען גארנישט העלפען און עס איז ניטאמאל ווערט לצור על פי צליחותא. עי' לעיל די פראבלעמען פון נאכגיין די משאות שוא.
וועלכע מחלות היילט מען מיט מ"ר?
דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:51 pm
פון גוגל זעט אויס אז אנעים איז גערעכט און אז מען רעדט דא פון א מייסטער אין ברעניוואשען כאילו ער פארקויפט עפעס. נעבעך פאר די וואס ווערען אריינגעצויגען אין די פאלטשע האפענוג.
מיטוואך דצמבר 11, 2013 7:22 am
ייש"כ ר' מחותן. איך בעט דער וואס וויל שרייען זאל קודם כאטש דורכליינען דעם וויקיפידיע פעידזש פון בורזינסקי'ן.
מיטוואך דצמבר 11, 2013 3:10 pm
להערה בעלמא, נישט אויף צו נעמען א מיינוג אין די שמועס, סיי ווייל כ'האב נישט קיין געדולד וויבאלד עס איז נישט פאר א תכלית..... און סיי ווייל כ'האלט אז יעצט איז נישט די ריכטיגע צייט. און דריטענס ווייל אפי' לי יהי' עס איז אמת ויציב אז עס איז בכלל גארנישט ווערט, ווייסט מען אבער אז אמאל וויל דער אויסערשטער מאכן א נס, נאר עס מוז זיין מלובש אין טבע, ווייל עס איז ליידער א גרויסע הסתרה, אדער אז די יעניגע זאלן נישט שטערן. און אפשר וועט די מעטאדע זיין די לבוש אז די נס זאל געשען.
אבער פאר די שמועס אין אלגעמיין איז וויכטיג צו וויסן, אז פילע גוטע מעטאדען, האבן לענגערע און שטערקערע "וויקעפעדיע" בלעטער אז עס איז גארנישט ווערט, און באמת איז עס שוין איינמאל ווערט. און פארקערט אויך, פילע שטותים און הבלים, האבן אזויגערופענע "רעפרענצען", און עס איז ווערט א זעץ אין דער ערד.
קיינער זאל נישט נתפעל ווערן, פון "שרייבער" און "פארשער" און אפי' נישט פון שרייבעריי פון די עף די עי. "אינטערעסע" איז די שטערקסטע מאטעווירער און וואפן, און ווילאנג עס איז נישט לב חלל, דארף מען אלס וויסן אז יעדער - יא, אפי' די עף די עי - האבן אינטרעסען.
מיטוואך דצמבר 11, 2013 7:36 pm
איהר גייט דעקען אייער באהויפטונג מיט פאקטען און ביישפילען, אדער מיר דארפען אייך בלויז גלייבען אויפען ווארט?
מיטוואך דצמבר 11, 2013 8:21 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:איהר גייט דעקען אייער באהויפטונג מיט פאקטען און ביישפילען, אדער מיר דארפען אייך בלויז גלייבען אויפען ווארט?
על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.
ניין!!
ניין!!
מיטוואך דצמבר 11, 2013 8:58 pm
יויש. איך האב געפראוועט א פעסטע שינת צהריים מיט די האפענונג פאר א פארשטעלונג פון א דעבאטע צווישן מר זמירות און מר אריבער.
הה"ד תוחלת ממושכה מחלת לב...
מיטוואך דצמבר 11, 2013 9:18 pm
אזוי צי אזוי ווערן מיינ אויגן נאס צי זען ווי א אמשילדיגע שעפעלע מאכט זיך נעבעך מיט אזא מחלה וואס ער מיט זיין קליין קעפעלע קען ניטאמאל פארשטיין אוי הייליגע באשעפער האב שוין רחמנות אויף דיין ליב פאלק
מיטוואך דצמבר 11, 2013 9:34 pm
מילכיגער האט געשריבן:יויש. איך האב געפראוועט א פעסטע שינת צהריים מיט די האפענונג פאר א פארשטעלונג פון א דעבאטע צווישן מר זמירות און מר אריבער.
הה"ד תוחלת ממושכה מחלת לב...
אמאל טרעפט מען אין ספרים ווי איינער קריגט, און ער ברענגט ראיות וכו', און אמאל טרעפט מען א פשוטע "ויש חולקים".
מיטוואך דצמבר 11, 2013 10:09 pm
לכתחילה, איי עגרי וויט יו, בשיטה!
מיטוואך דצמבר 11, 2013 11:52 pm
אין מיין קליינע קעפעלע האב איך שוין צוויי חשובע יודען וואס גלייבן יעדעס ווארט וואס די "אפיצעלע" זאגן אלץ תורה מסיני, ר' יונה כהן און ר' אנעים ...
דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 6:06 pm
אבער נאר די אפציעלע וואס זיי ווילן
(און די זעלבע מיט יעדע מענטש)
מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:35 pm
די פאטישען האט שוין דערגרייכט 100,000 די נומער וואס צווינגט די ווייסע הויז צו געבן א ענטפער (אדער נישט....)
מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:58 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פאטישען האט שוין דערגרייכט 100,000 די נומער וואס צווינגט די ווייסע הויז צו געבן א ענטפער (אדער נישט....)
מיינסט צו זאגן א "ענטפער וואס איז קיין ענטפער".
מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:59 pm
שוועמל האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פאטישען האט שוין דערגרייכט 100,000 די נומער וואס צווינגט די ווייסע הויז צו געבן א ענטפער (אדער נישט....)
מיינסט צו זאגן א "ענטפער וואס איז קיין ענטפער".
יא יא, עפעס אזוי.
דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:39 pm
אויף קולמע איז דא אן אינטערעסאנטער אינטערוויו מיט'ן פאטער פונעם קינד ער אדרעסירט דארט אנעים'ס זארגן.
דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:49 pm
מצב כללי האט געשריבן:אויף קולמע איז דא אן אינטערעסאנטער אינטערוויו מיט'ן פאטער פונעם קינד ער אדרעסירט דארט אנעים'ס זארגן.
נישט ער 'אדרעסירט', נאר ער באשטעטיגט עס!!
ער באשטעטיגט די זארגן אז די - פאלשע אדער ווייטע - האפענונגען מאכן אז דער מענטש זאל נישט עוסק זיין נארמאל אין רפואה!
און ער באשטעטיגט אז דער זאץ אויפן פעטיציע "there is nothing more we can do for him" איז שקר.
דא האט איר פון זיינע ווערטער:
"....since the relapse, basically the hospital doesn't have any further protocol in order to cure the situation, there is nothing .... (2 words unclear), all they would offer was basically some other forms of chemotherapy, that maybe would stop the growth and maybe shrink it, so since then we were looking around...".
סאו, ער זאגט קלאר אז דער האספיטאל האט אים געאפפערט געוויסע אנדערע וועגן פון קימא-טערעפי, וואס קען אפשר אפשטעלן און אפילו פארקלענערן דעם מחלה ל"ע, האט ער עס אנגענומען?? ער כאפט זיך דאך אן אין יעדע שטרוי..., נאר ער זאגט ווייטער אז דער קימא-טערעפי - וואס האט שוין זיכער זיכער געראטעוועט טויזענטער - איז גאר דאס וואס הרג'עט און דאס וואלט דער FDA נישט געדארפט אפראווען! און דער מעטאד וואס דער FDA און נאך אסאך האלטן אז עס איז גארנישט ווערט דאס איז דער ישועה!
שבת דצמבר 28, 2013 8:05 pm
השי"ת זאל אונז אלע שומר ומציל זיין, ואל תדין את חבירך ... א מענטש אין אזא מצב וואס דאס לעבן פון א קינד הענגט אויף א האר ...
שבת פבואר 15, 2014 8:18 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פאטישען האט שוין דערגרייכט 100,000 די נומער וואס צווינגט די ווייסע הויז צו געבן א ענטפער (אדער נישט....)
מיינסט צו זאגן א "ענטפער וואס איז קיין ענטפער".
יא יא, עפעס אזוי.
אט האט איר:
Official White House Response to
authorize the FDA to grant a compassionate use exemption to Refael Elisha Cohen for Antineoplaston therapy.
.
What We Have to Say About Your Petition and Expanded Access
Thank you for your petition. The situation faced by the Cohens -- and all families facing childhood cancer -- is heartbreaking.
As you may know, the Food and Drug Administration (FDA) is responsible for ensuring that drugs and other medical products sold in the United States are safe and effective. Drugs that haven't yet been approved for marketing are called "investigational new drugs." When those drugs show promise, the FDA may allow patients to enroll in clinical trials of those drugs or -- in cases when joining a trial isn't possible and there are no comparable or satisfactory treatments -- to be able to use those drugs through expanded access.
This is often referred to as "compassionate use," but it's not without risk. Since the treatments are still being investigated, it isn’t known if they are safe or effective. Indeed, there's the risk that the treatment could be not only ineffective, but make a patient's condition worse.
In cases like Refael Elisha's, the drug company that produces the treatment in question works together with the patient and, in some cases, with the patient’s doctor, to request approval from the FDA to treat the patient with the investigational drug. The same standards that prevent the White House from interfering with the outcome of an agency's independent adjudications or research also apply in cases like Refael Elisha's. The decision whether to allow compassionate use depends on a number of factors, including what the agency knows about the safety and effectiveness of the proposed treatment. The patient his illness, his treating physician, and the drug company are all involved in that decision.
We are confident that FDA will rely on its expertise and scientific judgment as it evaluates Refael Elisha’s case.
The FDA provides a variety of resources should you want to learn more about compassionate use or want to request approval from FDA:
• Access to Investigational Drugs Outside of a Clinical Trial (Expanded Access)
• Investigational New Drug (IND) Application
You may also contact the FDA's Office of Health and Constituent Affairs for information and assistance.
שבת פבואר 15, 2014 8:25 pm
פון אלע ביז היינטיגע ווייטהאוז פעטיציעס אינקלודינג די יעצטיגע, מער וויניגער אנשטאט מאכען אז די גאווערמנט זאל עפעס טוען צי העלפן די בירגער איז עס א שפעטע פאונבוק צוצישטעלן די אדרעסן פון אלע אלטע ביוראקראטישע אפיסעס.
שבת פבואר 15, 2014 8:45 pm
איך האף קיינער אז קיינער איז נישט דיסעפוינטעד. כ'מיין אז קיינער האט נישט ערווארטעט א צווייטע תירוץ
שבת פבואר 15, 2014 9:04 pm
געלעגער האט געשריבן:איך האף קיינער אז קיינער איז נישט דיסעפוינטעד. כ'מיין אז קיינער האט נישט ערווארטעט א צווייטע תירוץ
זונטאג פבואר 16, 2014 12:26 am
איז שוין בכלל געווען א פעטישאן וואו זיי האבן יא געגעבן א נארמאלע אנטווארט צו ארויסגעהאלפן?
זונטאג פבואר 16, 2014 12:35 am
די עכטע ציהל פון די גאנצע פעטיציע סיסטעם איז געווען, אז ליבעראלן זאלן פארלאנגן זייערע זאכן און דאס ווייסע זאל קענען אנווייזן קוק דאס פאלק פארלאנגט דאס.