פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:41 am
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע לכן יזרז א"ע לתקן מדותיו בשנת י"ח דוקא כמו שאבאר כגון מי שנולד
בטבע של עקשנות ישבר את טבעו מ' יום רצופים לעשות דוקא להיפך ממה שיעלה במחשבתו
וכבר כתבו המפרשים שאף על פי שאמרו אמצעי שלם, שלא ילך אחר המותרות והאסורין, וגם לא יהא פרוש מן העולם ולא יהא צדיק
הרבה ולכל דבר יש גבול לפי מה שהוא אדם, זהו למי שלא הרגל בדרך רעה, אבל מי שהרגל בדרך רעה צריך להרחיק עצמו מן הכעור
והדומה לו עד הקצה האחרון, עד שברב הימים יוכל לעמד בדרך אמצעי ולא יסור ממנו.
פעקס מאשין האט געשריבן:טייערער אנפין,
איך בין נישט קיין שרייבער, רעדנער, אדער בעל מחזק. אבער ווי איך זעה קומסטו בעטן חיזוק דא אויפן וועלטל, וואס טוט באדייטן אז די ביסט גרייט צי הערן פון סיי וועם וואס איז גרייט אביסל צי שרייבן.
ווי די קענסט זעהן האב איך נאך קיינמאל קיין ארטיקל נישט געשריבן, אבער אזוי ווי די האסט געפענט מיין הארץ וועל איך שרייבן פאר דיר אפאר שורות.
איך וועל זיין אן אומר דבר בשם רבו, איך האב דאס געהערט פון מיין רבי הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א (אגב בין איך זיין תלמיד פון בלויז אפאר דרשות וואס איך האב גענימען אלץ יסוד און לעבן).
רבי בערל לייגט דאס אראפ מיט א משל כדרכו וואס איז כדי די זאלסט דאס הערן פון אים אויפן טעיפ עס וועט דיר פיל שטערקער אריין אין די ביינער ווען די וועסט דאס הערן מפי רבי.
- - -
אין די אמעריקאנער ארמיי שרייבן זיך איין טעגליך טויזענטער סאלדאטן. און זיי ווערן ציטיילט און צענדליגע אפטיילונגען לויט זייערע פעאיגקייטן. טייל קומען אן צי שמירן פיטער ברויט פאר די סאלדאטן, טייל וואשן וועש, אין די בעסערע טייל שיקט מען אויף די פראנטן זיך צי שלאגן פנים אל פנים מיטן שונא אין לייבן גריב.
איז ווער פון זיי דארף צי זיין דאס מערסטע גליקלעך? לכאורה די פיטער שמירערס? קיין שום איינשטעל, באקוועם אין קאך מיט לעקטער, הייצונג, איר קאנדישאן, און וואס נישט. וואס שייך בעסער.. פון די אנדערע זייט די קאמאנדאס זענען נעבעך אויפו פראנט הייס, קאלט, זיך שלאגן אין קעמפן פאר די לעבן און גאר שווערע מצבים.
אבער במציאות וועסטו זעען פארקערט!
די פיטער שמירער ווייסט גוט וווי ער שטייט, אז מען קען אים נישט טראסטן מיט קיין שווערע אויפגאבעס, ער איז גוט צי טוהן די מינדערוויכטיגע ארבעט, יעצט שטעל דיר פאר ווען זיין אויפזעער גיט אים א קאמפלימענט, WOW אזוי שנעל געשמירט די ברויט... די ביסט די בעסטע סאלדאט... וואס טראכט ער צי זיך? האלא איך ווייס פינקטלעך ווי איך ארבעט, און פארוואס איך טוה דעם ארבעט און נישט עפעס אנדערש.
לעומת זה ווען די קאמאנדא באקומט א קלאפ אין רוקן, קלערט ער, דאס ווי גוט איך בין דארפסטו מיר נישט פארציילן, איך בין אויסגעקליבן צי א שווערע פליכט נישט אומזיסט!
יעצט לאמיר גייו א שטאפל ווייטער, ווען עס קומט צי אדורך פירן א העכסט ריזיקאלישער מיסיע ווי צי גיין אין לענדן א העליקאפטער אין הויף פונעם טייוול אליין. און פאקיסטאן. וויט פונעם היימלאנד. און כאפן בין לאדין און טינקעלקייט פון נאכט. אפגעזעען אז ער האט וועכטער מיט געווער. באפאנצערט און באוואפנט. האט מען דערפאר אויסגעקליבן פין אפאר מיליאן סאלדאטן די סאמע בעסטע 20 וואס די געלערנטע אמיריקאנער ארמיי פארמאגט. און מען זאגט זיי גייטס אריין אין לייבן גריב! אין פירט אויס דעם ריזיקאלישער מיסיע!
וואס וואלטן זיי געדארפט טראכטן??
וואס? אזא שווערע אויפגאבע? ס'יז שרעקעדיג.. פארוואס פינקט אינז? ס'יז דאך דא אנדרע מיליאנען סאלדאטן? פליז.. איך קען דאס נישט מאכן...
ביים זיך הייבן צום מיסיע וואלטן זיי לכאורה געדארפט זיין פארלוירן און נידערגעשלאגן, אן קיין מוט און קוראדזש, הלמאי ס'יז דאך פון די שווערסטע אקציעס וואס אמעריקא האט נאר אמאל אדורך געפירט.
מיט אזא גיסטע וואלטן זיי דארט אנגעקומען, קוים ארויסגעקראכן פון העליקאפטער און פליצלינג אוי!! משיסט!!! ס'פליט קוילן.. לאמיר אנטלויפן...
אבער ניין!!
די קענסט זיין זיכער אז עס נישט אזוי ציגעגאנגען. (ווען יא וואלסטו קיינמאל פון די אקציע נישט געהערט.. עס וואלט געווען די גרעסטע דורכפאל אין היסטאריע...)
ווען זיי האבן באקומען די שווערע באפעל האבן זיי גאנץ גוט געוויסט אז דאס איז ווי די בעסטע קאמפלימענט וואס זיי קענען באקומען. דאס באדייט אז נאך שווערע טרענינונגען האט מען זיי געקליבן 20 פון אפאר מיליאן! אלץ די בעסטע קאמאנדאס און דער וועלט! מען קען זיי טראסטן אויף די שווערסטע אויפגאבעס. דאס אליין האט זיי געגעבן די מוט אדורכציפירן סוקסעספול די שווערסטע מצבים.
טייערער אנפין.
מיין הארץ גייט אויס אויף די שווערע אויפגאבע וואס די רבוש"ע האט דיר באשערט.!!!
עס איז טאקע שווער, ס'זעט אויס ביטער, און דערפאר האט די באשעפער נישט געטראסט אנדערע מיט אזא שווערע דורכגאנג!!
מיליאנען נשמות קומען אראפ אויף דעם עולם צי דינען א טערמין פון 80-90 יאר. טייל דערפון קען מען נישט טראסטן מיט קיין שווערע דורכגענג. און באקומען פארדעם א גרינגער לעבן.
אין אנדערע קען מען טראסטן מיט שווערעקייטן נאר פון צייט צו צייט, כל אחד לפי מדרגתו!
דיר האט דער באשעפער אויסגעוועלט און זאגט מיין טייערער אנפין איך ווייס די ביסט מיר א געטרייער סאלדאט, דיר קען איך טראסטן מיט א שווערע דורכגאנג! גיי אריין און טיפן לייבן גריב און טוה פאר מיר מיין שלוחות מיט שטארקייט! גיב נישט אויף! איך קען דיר מיין קינד, די קענסט און וועסט דאס אויספירן!
די באשעפער זיצט יעצט מיט די פמליא של מעלה און סיטואציע צימער און קוקט זיך צי.. לאמיר זעען ווי אנפין פירט דורך די אקציע מיט סוקסעס.
ער האט הנאה פון יעדע מצווה וואס די שיסט, און שעפט נחת פון דיין שטארקייט. ער פרייט זיך מיט דיין סוקסעס און וויינט אויף דיינע דורכפעלער!
האלט פאר דיין אויגן!
דיר האט מען געוועלט איינס פון זיבן ביליאן נפשות!! גיי אן האלט דיר שטארק!!
האב נישט מורה, מען האט דיר נישט געגעבן מער ווי די קענסט!!
אז די ווערסט שוין אפגעשוואכט, זיי זיכער מען וועט דיר נישט געבן נאך, דיין ישועה איז נאנט!!!
ידידך המצפה לישועתך ולישועת כל בית ישראל:
פעקס מאשין
לאדיךארויס האט געשריבן:זאלץ וואסער אויף אמ"ג האט געשריבן:
עס איז א מיליטער אמאל געגאנגען אויף א מיסיע, און זיי האבן געמוזט גיין א גאר ווייטן וועג, אנצוקומען דערצו. אבער ווי דער סדר פון סאלדאטן זענען זיי געגאנגען שיין אויסגעשורה'ט און געשטעלט טריט נאך טריט צונאזאם אנצוקומען צום ציהל.
ויהי ערב ויהי בוקר, און דאס מיליטער האט זיך געטראפן אויסגעשורה'ט פארנט פון א הויכן בארג וואס מ'האט געדארפט אנקומען צום שפיץ צו קענען גיין ווייטער.
דער גענעראל האט אויסגערופן יעדער זאל זיך שטעלן נאענט צום בארג איינער נעבן צווייטן, און ווען מ'וועט הערן דעם פייף זאל מען אנהייבן מארשירן פאראויס.
א בארג ווי אלע בערג, האט עס געהאט אויסגעטרעטענע וועגן, און פארשטיינערטע זייטן, עס האט געהאט פלעצער ווי עס גייט גראד ווי א וואנט, און פלעצער וואו עס גייט שיין און גראד.
די סאלדאטן האבן אבער נישט קיין אפציעס, יעדער ביי זיין פלאץ דארף אנהייבן קריכן, און דערגרייכן דעם שפיץ.
דער לאנגער פייף איז געקומען, און די סאלדאטן הייבן אן קריכן. די וואס זענען ביי די מער אויסגעפלאסטערטע וועגן, לויפן שנעלער, און די וואס זענען ביי די קרומע שטיינערדיגע וועגן, קריכן און דראפענען זיך מיט שוועריגקייטן, אבער אלעס מיטן זעלבן ציהל, אנצוקומען צום שפיץ.
די סאלדאטן וואס האבן זוכה געווען צום גרינגערן טייל פון בארג, זענען שוין אויבן, און די אנדערע קריכן און שוויצן מיט שוועריגקייטן, אבער מאכן פארשריט צעביסלעך.
ביז אלע סאלדאטן זענען אנגעקומען אויבן, און פאר זייערע אויגן אנטפלעקט זיך...
א פיהל גרעסערער בארג! א שווערערער בארג!
יעדער אויף זיין פלאץ דארף זיך יעצט גרייטן אנצוקומען ביים קומענדיגן שפיץ. די וואס האבן אזוי לייכט דורכגעשפרייזט דעם ערשטן בארג, שטייען יעצט ביי שווערע חלקים פונעם צווייטן בארג, און אזוי אויך פארקערט, עס טוישן זיך די קארטן, יעדער דארף ווייטער קריכן, פאר איינעם שווערער ווי פארן צווייטן.
די וואס זענען שוין דורך דעם קריכעריי ביים ערשטן, זענען רגילים במלאכתן, עס נעמט זיי שוין שנעלער, און געוויסע פון זיי זענען פשוט ביים לייכטערן וועג פונעם צווייטן בארג. די וואס זענען אזוי שנעל ארויף דעם ערשטן בארג ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה געבן אויב פאלט אויף זיי דער גורל צו זיין ביים שווערן טייל פון צווייטן, און זיי קענען זיך קוים דערשנאפן צום שפיץ.
***
מיין טייערער חבר:
דאס לעבן איז א בארג, וואס מיר אלע דארפן קריכן, יעדער קוקט מיט אנגסט צום שפיץ און וויל דארט אנקומען. עס זענען דא בחורים וואס זענען ביים אויסגעפלאסטערטן וועג, און זיי קומען אן שנעל, ווידעראום אזוינע טרייע סאלדאטן וואס מ'האט זיי געהייסן קריכן ביי די שטיינערדיגע וועגן, נעמט עס לענגער און שווערער.
אבער ווען מ'גרייכט דעם שפיץ און מ'מיינט מ;איז שוין אנגעקומען, זעהט מען פאר זיך א פיהל שווערערן בארג, און די וואס זענען געוואוינט צו זיין באקוועם קענען זיך פיהל שווערער ספראווענען מיט די שוועריגקייטן.
יא, מ'זעהט קלאר, די סאלדאטן וואס דארפן קלעטערן און קריכן, און ס'נעמט זיי לענגער, איז נישט ווייל זיי זענען פוילער, אדער אומטויגליך, נאר ווייל דארט האט זיי דער גרויסער גענעראל אראפגעשטעלט צו קריכן.
יא. עס נעמט זיי לענגער, און ס'איז זיי שווערער, אבער ווען זיי גרייכן דעם שווערערן בארג, זענען זיי באזעסן, און אויסגעארבייט, און ווייסן וויאזוי צו נעמען דאם לעבן ערנסט מיט א שכל הישר, און זיי קומען אן צום תכלית גרינגער און שנעלער.
טייערער אנפין. דו ביזט א סאלדאט! א טרייער סאלדאט! דו קריכסט אויף א שווערן בארג! די שפיץ איז אבער נאענט. וויסן זאלסטו אז דער בארג גראד נאך די חתונה איז צומאל שווערער ווי דו מיינסט, און מיט יעדן טאג וואס דו קריכסט דעם ערשטן בארג, וועט דיר דער גענעראל לאזן ביים צווייטן בארג גיין אויפן גרינגן אויסגעפלאסטערטן וועג.
דו וועסט האבן א גרינג און גוט לעבן, וואס וועט דיך פארענטפערן אסאך פון די אומפארענטפערטע פראגן! דו וועסט אנהייבן פארשטיין וואספארא נוצן די שוועריגקייטן ברענגען פאר דיין גליקליכן עתיד בעזהשי"ת.
א איד ווערט נישט פארלוירן, ווייל דער גענעראל איז א אייביגער, און איינציגער, וואס קען דיך יעדע ליאדע מינוט אויפהייבן על כנפי נשרים און ארויף שטעלן ברום המעלה, וואס פון דארט וועסטו בעסער און קלארער זעהן אז יעדע טריט אין לעבן איז לטובתך.
איך בין מתפלל פאר דיין שנעלע ישועה, און איך וואונטש דיר אז דו זאלסט משיג זיין רוב טובו וחסדו הגדול בקרוב ממש.
האב מיר א גוטע נאכט, און האב מיך אינזין נאר א טייל פון וויפיל איך האב דיך אינזין, וועל איך שוין אויך זיין א געהאלפענער.
יא.... ניין, אפשר.... זיכער,
גיין.... קומען, שטייטער.... גיכער,
ארויף.... אראפ, לינקס.... רעכטס,
אהער.... אהין, זינג.... קרעכטס.
צומישט.... צוקראכען,
צוקלאפט.... צובראכען,
פונקטליך.... מסודר,
קיינמאל.... ווידער.
האט עס פשט, די ווירטשאפט פון די וועלט?
צו איז עס מיט א סדר, אדער ווי עס איינעם געפעלט?
צו האט ריכטיקייט נישט מער קיין פלאץ, און גראדקייט מער קיין ווערט?
צו איז גוט'ס פארמיסט, און שלעכטס פאהערט?
וואס איז די סוד, פון די אמאליגע קלארקייט?
ווען פראגעס און ווינדער, האבן נישט געטשעפעט די ווארהייט?
וואס האבן זיי געוויסט, וואס פון אונז איז באהאלטן?
וואס האט זיי דערווארימט, אין פינסטערנישט דעם קאלטן?
זאג מיר אלטער, זאג מיר ביטע גענוי,
וואס האבן ענק מער פון אונז, געוויסט אזוי גענוי?
עס איז ביי מיר אויף דעם די הונגער זייער גרויס,
כ'זעה עס פאר מיין לייטער, פון דעם פארצווייפעלטקייט ארויס!
הער מיין טייערער, לייג גוט צו א אויער,
ביי אונז אליין, איז אויך נישט געווען אן אפענע טויער!
ביי אונז אליין, איז אויך געווען די גרויסער מויער,
אבער דאס אליין, דאס איז געווען אונזער בויער!
א ג-ט וואס איך קען "פארשטיין", האט געזאגט א גוטער איד,
וויל איך נישט פאר מיין ג-ט, אזוי גייט דאס ליד!
דאס אז נאר ער קען אלעס פארשטיין, יעדע גרעזעלע, יעדע שטיין,
דאס איז זיין גרויסקייט, זיין גאנצקייט זיין שיין!
יעדע זאך מיט א חשבון א ריינער,
א חשבון, וואס פארשטיין קען קיינער,
נאר דער באשעפער, ער איינער,
און וואס ער טוט, איז גוט, ווייל ער איז די מקור פיינער.
אלזא, איז עס אונזער זארג קיינמאל געווען,
זאגט ווייטער דער אלטער מיט פלייס,
מיר האבן נישט געטראכט וואס גייט זיין, אדער וואס איז געשען,
די וואס זענען פארנימען העלפן ג-ט פירן, איז ביי אונז געווען א שפייס.
געדענק אלעמאל, זאגט ער, וועט עס דיר זיס און גוט זיין,
בעסער ווי אים קענסטו סיי ווי נישט, און ער קען דאך גאר פיין,
פארלאז זיך אויף אים, לאז אים פירן זיין געשעפט,
דו טו נאר וואס דו דארפסט, און זעה צו זיין באשריבן אין גוטן העפט.
דאנציגער האט געשריבן:ב''ה
ס'בלאזן ווינטן פון אלע זייטן און בושעוועט אין פנים אריין, עס רייסט שטיקער - פונעם זיכערקייט וואס דער מענטש האט אין זיך איינגעפלאנצן, און צעווארפט עהם אלע מעגליכקייטן, צו שטעלן א טריט פאראויס.
ס'געווען רואיגע צייטן, טאקע נישט צו לאנג צוריק, טאקע נישט פאר צו לאנג..
ווער האט זיך געגלייבט אז ס'וועט איבערפאלן דעם האריזאנט אזא נעפל, און ס'וועט זיך נישט ארויסזען דאס שיינהייט פונעם וועלט.
טייל לייטן טוהען צומאל טרייסטן, אז ס'טאקע א זאווערוכע, טאקע א שווערע סיטואציע, אבער בלויז א סיטואציע.. און עס קומט באלד אויף דער שיינער גאלדענער זין, און וועט פארטרייבן אלע כמארעס.
ווען מ'זאל ווען קענען זייערע רייד אויפשטוישן אויפן באלדיגן ווירקליכקייט, וואלט באשטימט גוט געווען, נאך וואו גוט געווען..
אבער עס זעט זיך שווער א האפענונג, נישט באלד נישט מארגן, ווער ווייסט ווען יא..
אינעווייניג אינעם שטיבעלע, ברענט א ליכטעלע, וואס צאפלט און דאך געבט נישט אויף איר פלעמעלע, עס טרערט און צושמעלצט די טיקע שיכט אייז וואס לייגן זיך אן אויף די ווענט פונעם שטיבעלע, פאקט פון מעט מן האור, וואס איז דוחה הרבה מן החושך, טאקע הרבה אבער דווקא נישט אלעס מן החושך.
ס'הערשט א שווערע וואלקן כמארע, קען זיין א ווייס גרויע – נישט דווקא טאפענדע פינסטער אין שטוב, טאקע דאנקן גאט אז ס'איז עפעס א שיין פארהאנען אינעם סביבה, אבער דאך, ווייט גאר ווייט פונעם גלארייכע וואונטש פונעם אור כי טוב.
איינזאם און אליין זיצט זיך דאס לעכטעלע, און ווארט און האפט אז ס'זאל אויפשיינען די ווירקליכע שיינהייט פון אור, און אזוי ארום וועט אלעס ווערן פארגיטיגט אטאמאטיש.
דאס עסן וועט זיך בעסער פארדייען, און דאס לערנען וועט זיך בעסער פארשטיין, די קאפ בעסער האלטן, און די פוס פלינקער שפאנען.
אבער ווען זעט מען שוין דאס הארצן וואונטש, וואו זעט מען שוין דאס האפענונג במציאות ממש.
ווילאנג וועט נאך דאס פלעמעלע פונעם עקשנות'דיגע לעכטעלע עספיען אנצוהאלטן איר חיות, חלילה עס זאל נישט אויסהויכן אומ'ערווארטעט, פון אזא לאנגע אויסגעווארטעטע הילף.
און מ'זעט נישט קיין צייכן פון א שטראל, בלויז דאס שוואכע שיין פונעם איינגע'עקשנ'טע לעכטל קנויט, וואס לאזט זיך בייגן פון יעדע ווינטל, שפילט א פנים ווי עס וועט זיך שוין פארלעשן, אבער שטעלט זיך באלד צוריק צו איר פאזיציע אינעם צענטער פון איר רוה, און פארשיינט ווידער די שווער פארהארעוועטע איינוואוינער ארום, וואס די אויגן גייט זיי אויס, פון וויסטע אומ'וויסענדע קלערן איבערן צוקונפט.
ווען ס'זאל כאטש זיין עפעס א וועג, געוואויר צו ווערן עפעס פאקטישע נייעס, וואס גייט פאר יעצט, פארוואס איז עס אזוי חושך, און וואס איז די פלאן, וועט זיין ווידער חושך אמאל, אדער וועט שוין זיין לעכטיג פאר א קיום..
זאל מען כאטש האבן א קלארע באווייז אין האנט, אז א טאג צייט, זאל זיין א וואך אפילו א חודש, וועט נאך זיין אומעטיג, און נאכער קומט מנוחה ווינטן וואס וועלן פארטרייבן די קאלמוטנע סצענע.
נישט קיין צייכן, נישט קיין מעטאד, ניטאמאל א גוט זאגער א באגלייבטער, איז מצליח צו דעקן דעם מצב, און אויפהייבן דעם שוואכן שיין פונעם לעכטעלע, אז עס זאל גורם זיין א ליכט'טורם, פארן האפענטליכע קומענדיגער אויסלייזער.
און דאך געבט זיך דאס פלעמעלע נישט איין פארן ווירקליכקייט, און פארוואס???
דאס איז נאך שווערער א קשיא אויפן מציאות – איבערן מציאות!
וויאזוי איז דאס מעגליך, אז דאס מענטשעלע ווייסט גארנישט פון קיין גוטן עתיד אויף א פאקט, און דאך טוהט זיין רוחניות'דיגע לעכטעלע איהם שטופן אויף פאראויס מיט אמונה וביטחון, מיט א העכערע קראפט, וואס מ'זעט גארנישט איר יניקה.
איז אמת אז זי ציט חיונה פון ערגעץ וואו, וואס געבט איר די קוראזש אנצוהאלטן אינעם שווערסטן סיטואציע און נישט פארלאשן ווערן..
אויב וואר, אז ער פארמאגט א נשמה, און ער געהער צום עם הנבחר – ישראל, וואס זאגט שירה אין די שווערסטע אומשטענדן און צייטן, 'אנו עמך ואתה אבינו'.
און דער נר השם איז בעצם נשמת אדם, און אז ער היט דעם נר ה', היט דער פון אויבן זיין לעכטעלע, און איז במציאות מחזיק מעמד, אין אזעלכע אומשטענדן וואס זענען קעגן די מציאות.
זאל ווען דער מענטש האבן די מעגליכקייט, אין א צייט פון ביטערניש און ליידן, צו אויפ'עפענען א רעטעניש, און ס'וועט עהם צייגן א טאוועל, 'בראווא' דו האסט געוואונען!!! דיינע פוינטס זענען ארויף אויפן הימל טאוועל פון זכיות, מיט ריזן טרעפ.
דיינע שטארקע כוונות נישט אויפצוגעבן, כאטש דיין קערפער האט שוין מער ווייניגער אויפגעגעבן, אבער פון נשמה אויס ביסטו א העלד! א פולקאמע געוואונער..
זאל נאר ער דאס מצליח זיין צו זען ביום עברה, וואלט עס שוין גארנישט געווען אין זיינע אויגן א כמארע א זאווערוכע, נאר א נסיון של אהבת השם, א גבורה פון איבערקומען די מכשולות אין וועג, אנצוקומען לאור כי טוב.
אבער וויבאלד ס'איז מן השמים נישט באפוילן אלעס צו צייגן דעם מענטשעלע, מיינט ער, אז ער איז אין גרוב.
און אז ווען ס'געווען לעכטיג איז געווען גוט. אזוי נעבעך מיינט ער, אזוי קלערט זיך עס אמאל.
אז ס'געווען לעכטיג ארום, זאכן זענען געשווימען ווי געוואלט, מ'האט גערייכט יעדן דעם האנט בעושר ואושר, געדעקט אלעס מיט איין מעשה, און ס'איז א נחת למעלה ולמטה..
אבער באמת, אינעם עולם פון אמת, וואלט ער ווען דאן געגיבן א עפן אויף דאס הימל רעטעניש טאוועל, וואלט זיך באוויזן טונקעלע מארקן.
ר' משה גרויס, איר זענט במחילת כבודכם, א טיפן ערד ליגער..
א בעל גאווה א בעל תאווה א ליגנער און א פעלערהאפטיגער געביין. 'איר זענט לעת עתה אדורכ'געפאלן'.. זייער פאטאליש פארגליטשט בבחינת האמת.
אבער ער זעט עס דאך נישט, ער זעט בלויז פעטע צייטן, גלאנציגע קעפעלעך, און עס דאכט עהם אז ס'איז א נחת רוח ליוצרו, ווען ליידער איז עס א היבש שטיקל ארבעט מיצרו.
אט דאס אור האמת, וואס ליגט באהאלטן אינעם תורת אמת, דער ריכטיגער מוטיגער אין א שווערן מאמענט, אט דאס איז די רעטעניש, וואס קען יא אויפדעקן די ווירקליכע פאקטן, און פארענטפערן די וועלטס פראגעס, וואס זענען באזירט אויף אנדערע פראגעס, ביידע אנע תירוצים.
אבער אינעם אור הגנוז בכלי חמדה הקדושה, איז עס בכלל קיין שאלה נישט, ווייל אז מ'איז דבוק בחי החיים, איז פארהאנען כח אין די טיפסטע מערות און גריבער, און יש תקוה ליום אחרון, אויפצולעבן די פארטרוקענטע ביינער, ווען זיין ווערן עטוואס באזאלבט מיט די שמן החכמה, פארזיסט מיט רוחניות'דיגע עבודה.
איי גאט ב''ה ונזכה ונחיה.. זאל שוין זיין געלעבט!!!
פריילאך האט געשריבן:
בס"ד
גרינע פאכמורעטע ווענט... א פאראומעטע שטילקייט... און נערווירענדע פייפערייען..., דאס איז די אטמעספערע צו וואס ער שטייט אויף איעדע אינדערפרי, לייגט זיך שלאפען ביינאכט, און אזוי אויך פארברענגט ער דעם גאנצען לאנגן טאג אינדערמיט... די מרה שחורה זעהט זיך אן אין יעדן שטוב און יעדן ווינקל... די אומהיימליכע 'ארום' געט אים נישט קיין געלעגענהייט צו פארגעסן קיין מינוט אין טאג אז יא! ער געפונט זיך אנע ברירה צווישן שפיטאל ווענט...
די זכרונות פארפלייצען אים... די ליבליכע געשטאלטען פון זיינע נאנטע שטייען ווי לעבעדיג פאר זיינע אויגן... אמת זיין געטרייע ווייב מיט זיינע קינדער קומען אים באזוכען ווען מעגליך אבער נאך אלעם בלייבט אים נאך איבער גענוג לאנגע שעה'ן וואס ער מוז פארברענגען איינזאם אליין צווישן די טרויריגע שפיטאל ווענט...
א גאנצע וואך איז גענוג שווער, אבער ספעציעל שפירט ער די איינזאמקייט אום שבת קודש -ווען אנשטאט דעם וואס ער זאל זיצען ביים שפיץ פון זיין שבת טיש ארומגענומען מיט זיינע זיסע קינדערליך, און הנאה האבן פון די געשמאקע שבתדיגע מאכלים- איז ער געצווינגען צו פארברענגען אין די קאמפאניען פון די געיאגטע דאקטורים וואס זענען דא בלויז צו טוהן זייער זשאב, און זיין 'עסן מעניו' באשטייט פון האנטפול מיט אינטערווינעס שטעכערייען מיט אביסל קוים-אין-מויל-צונעמען שפיטאל עסן...
זיינע ביטערע געדאנקען לויפן ווייטער אין זיין מח... ווען פון זיינע בלאסע אויגן פליסן שוין יעצט די טרערן אן אויפהער... און מיט די ביסעל שוואכע כוחות וואס ער פארמאגט נאך טרייסעלט ער זיך פאר געוויין איבער זיין שווערן און ביטערע צושטאנד...
ניין! ער פרעגט טאקע נישט ביי די דאקטוירים -אין זיין פאמיליע- גענויע דיטאלען איבער זיין מצב, אבער די האפענונגסלאזע באוועגונג פון די דאקטוירים און ווי אויך די שטילע שעפשערייען פון זיין משפחה אינטערן פירהאנג, באשטעטיגן ביי אים אז עס איז אים נישט פארבליבען מער ווי בלויז געציילטע טעג אויף דעם עולם... יא ער איז א ערליכע איד און ער ווייסט און האפט אויף א ישיעה פון הימל, דאך שפירט ער אבער ווי זיינע כוחות פארלאזען אים מיט יעדע פארבייגייענדע טאג. און ווי עס שיינט איז די גזירה שוין אנגעשריבען געווארען פון הימל אן ער דארף זיך צוגרייטען צו זיין ענדע.
"זיין ציקונפט זעהט אויס צו זיין א טונקעלע און א שווארצע..."
***********
רויטע ציגעלנע ווענט... מאיאומדיגע קולות... און נערווירענדע געשרייען... דאס איז די אטמעספערע צו וואס ער שטייט אויף איעדע אינדערפרי, לייגט זיך שלאפען ביינאכט, און אזוי אויך פארברענגט ער דעם גאנצען לאנגן טאג אינדערמיט... די מרה שחורה זעהט זיך אן אין יעדן צעהל אין איעדן טויער... די אומהיימליכע 'ארום' געט אים נישט קיין געלעגענהייט צו פארגעסן קיין מינוט אין טאג אז יא! ער געפונט זיך אנע ברירה צווישן טורמע מויערן...
די זכרונות פארפלייצען אים, די 'ליבליכע געשטאלטען' פון זיינע נאנטע שטייען ווי לעבעדיג פאר זיינע אויגן... אמת זיין געטרייע ווייב מיט זיינע קינדער קומען אים באזוכען ווי אפט מען ערלויבט זיי, אבער נאך אלעם בלייבט אים נאך איבער גענוג לאנגע טעג און וואכען וואס ער מוז פארברענגען איינזאם אליין צווישן די טרויריגע תפיסה ווענט...
א גאנצע וואך איז גענוג שווער, אבער ספעציעל שפירט ער די איינזאמקייט אום שבת קודש- ווען אנשטאט דעם וואס ער זאל זיצען ביים שפיץ פון זיין שבת טיש ארומגענומען מיט זיינע זיסע קינדערליך, און הנאה האבן פון די געשמאקע שבתדיגע מאכלים- איז ער געצווינגען צו פארברענגען און די קאמפאניען פון די שטרענגע סי או גארדס וואס טוען טיילמאל אן מער צרות ווי זייער זשאב פארלאנגט... און זיין עסן מעניו באשטייט פון א קליינע פארציע פון אביסל קוים-אין-מויל-צונעמען טורמע עסן.
אבער מיט דעם אלעם געט ער נישט אויף, ער איז זיך מחזק, ער נעמט אן די גזירה מן שמים באהבה, און ער איז זוכה מקדש שם שמים זיין צווישן די טורמע ווענט מיטן זיך האלטען בשמחה ולב טוב, א ברייטע שמייכל נעמט עם ארום ווען ער טראכט צו זיך ווי סך בעסער איז מיין מצב פון א שטערבליך קראנקען פאציענט וואס ציילט זיינע טעג צו זיין סוף.
יא יא! מיינע טעג זענען טאקע לאנגע און איינזאמע, אבער מיט יעדע שווערע פארבייגייענדע מינוט געפון איך זיך מיט א מינוט נענטער צו מיין באפרייאונג, א מינוט נענטער צו האפענונג, א מינוט נענטער צו א פרישע אנהייב, א מינוט נענטער צו א נייע און אימפראווד טשעפטער אין מיין לעבן, א מינוט נענטער צו בעסערע טעג.
"זיין ציקונפט איז קלאר: א לעכטיגע אין פילפארביגע..."
***********
טייערע ברודער! אונז האבן א גרויסע טאטן אין הימל וואס זיין ווארימע ליבליכקייט שיינט אריין אפילו און די דיקסטע מויערן, און אפילו אין די שווערסטע זמנים, ער האט דיך ליב און פארגעסט נישט פון דיר -גענוי ווי די פארגעסט נישט פון דיינע קינדערלעך-, און ער שיקט אראפ צו דיר כוואליעס מיט ליבשאפט, און ער זאגט: מיין ליבער קינד שטארק דיך זיי דיך מחזק! עס ווארטען אויף דיר בעסערע און גליקליכערע טעג.
מען זאגט אויף א געוויסע ראש ישבה וואס אויף די עלטער האט שוין נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו לערנען און צו דאווענען האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז מען זאל אים ארויסנעמען פון זיין בעט און אים אראפזעצן אויף זיין בענקעל ווייל: אויב קען נישט לערנען וויל ער כאטש זיצן פארן אייבישטער
מיט א פחד און כבוד.
טייערער........... יא ביסט טאקע נישט מיט אונז אין ביהמ"ד, אבער די האסט דאך די מעגליכקייט צו דינען דעם בוכ"ע דורך דעם וואס די זיצסט בשמחה אין מיט א גרויסע שמייכל וואס זאגט יא! איך בין מיך מחזק מיט אמינה ובטחון פארן אייבישטער, אין איך נעם אן די גזירה באהבה .