וואו קען מען גיין אין אנטווערפן?

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

וואו קען מען גיין אין אנטווערפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

איך וועל זיין אין אנטווערפן פאר א גיטע וואך מיטן הילף פונעם בורא עולם

ווי קען איך גיין צו אינטערעסאנטע אדער היסטארישע פלעצער

אדער שיינע views, (איך פאר דאך מיט מיין DSLR קאמערע, סאו איך טאר נישט אויסלאזן די געלעגענהייט)

ישר כחכם
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

אין אנטווערפן איז דא אשיינעם ביכל וואס הייסט " וואקאנס" (וויקעישאן) מ'קען דאס באקומען אין די היימישע געשעפטן ס'איז אויף אידיש,דארט איז דא אלע אינטערסאנטע פלעצער ארום אטווערפן מיט פונקליכע דעטאלן ווי לאנג די וועג נעמט מיטן קאר /באן. ווי אויך ווי לאנג ס'נעמט צו זיין אןיף יענעם פלאץ, וואס מ'זאל מיטנעמן ועוד ,ס'איז גאר א גוט ביכעל ווער געוואר ווי ס'דא צובאקומען דארט . די שענסטע בילדער וועסטו סיי ווי האבן פונעם באן שטאציאן אין די אידישע געגענט ווי אויך פונעם זאא ביידע קען מען גיין צופוס . נעם מיט יוראס דארט נעמט קיינער נישט קיין דאלער.און פארגעס נישט דיין קעמרא דארט איז דאס היבש טייער
אסאך הצלחה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין ברוסעלס איז פארהאן די "ברינדאנק" קאנצענטראציע לאגער ארומגענומען מיט א וואסער, וואו מען זעהט אלע נאצישע הענקער געצייג ימ"ש. די בלעכענע טעלערס מיט די בעטן אין די באראקן מיט די וואך טורעמס אלעס ליגט נאך דארט.

דא האסטו נאך פלעצער www.aviewoncities.com/antwerp/antwerpattractions.htm

אגב, דערנעבן אין פיט, האלאנד געפונט זיך די ציונים פון די פשעווארסקער רבי'ס זי"ע.

האלאנד בכלל איז זייער היסטאריש מיט פולע פלעצער און איז זייער נאנט צו אנטווערפ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

די זאכן אין בעלגיע שטייען אין ביכעל.
בדרך אגב אין דעם לאגער האט מען אויך גע'הרג'ט מענטשען? אויב יא איז דא אסאך ערליכע אידען וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן צו גיין אין די לאגערן ווייל דארט איז שורה א רוח טומאה.
אין אמסטערדאם האלאנד(נישט צו ווייט פון אנטווערפן) איז דא אננא פראנק'ס הויז וואס איר טאג בוך פון די מלחמה יארן האט מען שוין איבערגעדרוקט אויף איבער פופציג שפראכן.
אויך איז דא דארט גאר שיינע ספרד'ישע בתי מדרשים מיט א אידישע מוזיעם גאר אינטערסאנט.
ביי דעם מוזיעם איז דא א רעסטעראנט זיי שרייבן אז ס'כשר, אפען זיבן טעג א וואך...
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

אין בראסעלס איז אויך דא ׳מיני יוראפ׳ וואס דארף צו זיין אינטערעסאנט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

טרעוולער האט געשריבן:די זאכן אין בעלגיע שטייען אין ביכעל.
בדרך אגב אין דעם לאגער האט מען אויך גע'הרג'ט מענטשען? אויב יא איז דא אסאך ערליכע אידען וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן צו גיין אין די לאגערן ווייל דארט איז שורה א רוח טומאה.
אין אמסטערדאם האלאנד(נישט צו ווייט פון אנטווערפן) איז דא אננא פראנק'ס הויז וואס איר טאג בוך פון די מלחמה יארן האט מען שוין איבערגעדרוקט אויף איבער פופציג שפראכן.
אויך איז דא דארט גאר שיינע ספרד'ישע בתי מדרשים מיט א אידישע מוזיעם גאר אינטערסאנט.
ביי דעם מוזיעם איז דא א רעסטעראנט זיי שרייבן אז ס'כשר, אפען זיבן טעג א וואך...


דער שטאט אמסטערדאם איז ווייט פין אנטווערפן א קיי''ל פין צוויי שעה .
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

אין אנווערפן איז דא היימישע אינגעלייט וואס וועלן איין ארומטראגן פאר גוטע פרייזן תפרעגט אייך נאך אין ביה"ד ווי איר גייט דאוונען פאר א גוטן דרייווער .
אויב איר האט אסאך צייט איז אינטאסאנטער צו נוצן דעם באן ס'שיין און באקוועם.
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

עס איז דא דארט די בית הכנסת וואס לפי ידיעתי איז דאס די איינציגסטע בית הכנסת אויף די וועלט
אויף די זעלבע גאס איז דא אייזנבאך שהול וואס עס איז באוואוסט אז דארט איז געווען א תקנה אז מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען, און ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז עסגעווען די איינציגסטע שהול וואס איז נישט חרוב געווארן
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אלטן דור האט געשריבן:עס איז דא דארט די בית הכנסת וואס לפי ידיעתי איז דאס די איינציגסטע בית הכנסת אויף די וועלט
אויף די זעלבע גאס איז דא אייזנבאך שהול וואס עס איז באוואוסט אז דארט איז געווען א תקנה אז מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען, און ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז עסגעווען די איינציגסטע שהול וואס איז נישט חרוב געווארן


ענטשולדיגט נישט אייזנבאך נאר אייזנמאן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איינציגסטע בית הכנסת אויף דער וועלט????
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

דאכט זיך מיר,

מנינים קען מען טרעפן אין פשעווארסק אדער קהל חסידים מעהר ווייניגער רוב טאג
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ער מיינט צו זאגן א בית הכנסת כדינו.
איך דענק נאך ווען וויענער שול איז געווען א בית הכנסת אנע מזוזות, אנע גמרות וכו' אווי די רמ"א'ס שול אין קראקא.

פארפארן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

שוועמל האט געשריבן:ער מיינט צו זאגן א בית הכנסת כדינו.
איך דענק נאך ווען וויענער שול איז געווען א בית הכנסת אנע מזוזות, אנע גמרות וכו' אווי די רמ"א'ס שול אין קראקא.

פארפארן

טאקע פארפארן אבער אז מען רעד שוין זאל זיין גערעד, וואס הייסט כדינו? היינט איז ווינער שהול נישט קיין בית הכנסת? די רמ"א'ס שהול איז אויך א בית הכנסת? אויב יא פאוואס איז מען נישט מקפיד נישט צו רעדן און די רמ"א'ס שהול?
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

טרעוולער האט געשריבן:די זאכן אין בעלגיע שטייען אין ביכעל.
בדרך אגב אין דעם לאגער האט מען אויך גע'הרג'ט מענטשען? אויב יא איז דא אסאך ערליכע אידען וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן צו גיין אין די לאגערן ווייל דארט איז שורה א רוח טומאה.
אין אמסטערדאם האלאנד(נישט צו ווייט פון אנטווערפן) איז דא אננא פראנק'ס הויז וואס איר טאג בוך פון די מלחמה יארן האט מען שוין איבערגעדרוקט אויף איבער פופציג שפראכן.
אויך איז דא דארט גאר שיינע ספרד'ישע בתי מדרשים מיט א אידישע מוזיעם גאר אינטערסאנט.
ביי דעם מוזיעם איז דא א רעסטעראנט זיי שרייבן אז ס'כשר, אפען זיבן טעג א וואך...


שמעתי אז דער אננא פראנק מוזעאום איז געווארן איבערגעמאכט אזוי אז עס איז מער נישט פאסיג פאר א חסידישער יונגערמאן אהינצוגיין. וחבל!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן:די זאכן אין בעלגיע שטייען אין ביכעל.
בדרך אגב אין דעם לאגער האט מען אויך גע'הרג'ט מענטשען? אויב יא איז דא אסאך ערליכע אידען וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן צו גיין אין די לאגערן ווייל דארט איז שורה א רוח טומאה.
אין אמסטערדאם האלאנד(נישט צו ווייט פון אנטווערפן) איז דא אננא פראנק'ס הויז וואס איר טאג בוך פון די מלחמה יארן האט מען שוין איבערגעדרוקט אויף איבער פופציג שפראכן.
אויך איז דא דארט גאר שיינע ספרד'ישע בתי מדרשים מיט א אידישע מוזיעם גאר אינטערסאנט.
ביי דעם מוזיעם איז דא א רעסטעראנט זיי שרייבן אז ס'כשר, אפען זיבן טעג א וואך...


שמעתי אז דער אננא פראנק מוזעאום איז געווארן איבערגעמאכט אזוי אז עס איז מער נישט פאסיג פאר א חסידישער יונגערמאן אהינצוגיין. וחבל!

טאקע א שאד.
געווען אין מיין באקעט ליסט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”