עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 9:46 am
מיינע קינדער שרייען אז עס טוט זיי וויי ווין איך שער זיי. איך וויל קויפן א נייע שער מאשין מיט די בלעיד'ס אנליין, וועלעכע מאדעל איז גוט?
Advertisement
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 9:50 am
אפשר דארף מען עס פלעין אוילן?
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 9:56 am
ווי אזוי טוט מען דאס? מיט וועלעכע אויל?
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 10:12 am
ס'איז דא עפעס א מאשין אויל וואס געווענדליך קומט עס מיט די מאשין - כאניש קיין אנונג פונקטליך וויאזוי ס'הייסט
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:53 am
קויפ פשוט א נייע בלעיד פאר דעים
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:55 am
ביי מיר פלעגן זיך אויך די קינדער אפרעדן, און נאכמער פון דעם, עס פלעגט ממש סטאק ווערן ביי איינע פון די קינדער.
די לעזונג איז געווען צו קויפן א פרישע "בלעיד", די ערשטע בלעיד איז פשוט שלעכט געווארן אין לויף פון די צייט און מען האט עס געדארפט טוישן.
---
יעצט זעה איך אז אלטן-דור שרייבט דאס זעלבע, נו בישישים חכמה.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:58 am
clipper and blade lubricating oil
קומט געווענדליך מיט מיט די מאשין
Oster דארף צו זיין א גוטע קאמפעני [אבער זיי האבן אסאך מינע - אסאך וואס טויגן נישט צופיל אויך] געווענדליך די ביליגערע [אפילו פון זיי] טוען מער וויי
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:58 am
לכאורה האט געשריבן:ביי מיר פלעגן זיך אויך די קינדער אפרעדן, און נאכמער פון דעם, עס פלעגט ממש סטאק ווערן ביי איינע פון די קינדער.
די לעזונג איז געווען צו קויפן א פרישע "בלעיד", די ערשטע בלעיד איז פשוט שלעכט געווארן אין לויף פון די צייט און מען האט עס געדארפט טוישן.
---
יעצט זעה איך אז אלטן-דור שרייבט דאס זעלבע, נו בישישים חכמה.
אוודאי "ס'פליקט" רעכטס און לינקס...
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:05 pm
אמאל דארף מען פשוט מאכען טייט די שרויפן. אויך איז גוט אז מען זייפט נישט די קאפ איין טאג פארן שערן. אז די קאפ איז אויליג אביסעל, גייט עס אביסעל בעסער.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:06 pm
אויב איז די קאפ אבער נאס פון וואסער, ציפט עס. כך מקובלני מבית הורי.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:19 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמאל דארף מען פשוט מאכען טייט די שרויפן. אויך איז גוט אז מען זייפט נישט די קאפ איין טאג פארן שערן. אז די קאפ איז אויליג אביסעל, גייט עס אביסעל בעסער.
ביסטו זיכער דערינען?
איינע פון די גרויסע פראבלעמען ביים שערן איז מער די היץ פונעם בלעיד, וואס דאס איז אסאך אסאך ערגער ווען דער קאפ איז אויליג.
איך פלעג מיר אלץ זייער מוטשענען מיטן געשוירן ווערן, אבער זינט איך נעם א שאוער מיט א גוטע דענדראף שעמפאו דער צופרי בעפאר איך שער זיך איזעס ממש א מחי'.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:22 pm
יוראפ האט געשריבן:clipper and blade lubricating oil
קומט געווענדליך מיט מיט די מאשין
Oster דארף צו זיין א גוטע קאמפעני [אבער זיי האבן אסאך מינע - אסאך וואס טויגן נישט צופיל אויך] געווענדליך די ביליגערע [אפילו פון זיי] טוען מער וויי
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:30 pm
ישר כחכם
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:35 pm
קנאפער ידען האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמאל דארף מען פשוט מאכען טייט די שרויפן. אויך איז גוט אז מען זייפט נישט די קאפ איין טאג פארן שערן. אז די קאפ איז אויליג אביסעל, גייט עס אביסעל בעסער.
ביסטו זיכער דערינען?
איינע פון די גרויסע פראבלעמען ביים שערן איז מער די היץ פונעם בלעיד, וואס דאס איז אסאך אסאך ערגער ווען דער קאפ איז אויליג.
איך פלעג מיר אלץ זייער מוטשענען מיטן געשוירן ווערן, אבער זינט איך נעם א שאוער מיט א גוטע דענדראף שעמפאו דער צופרי בעפאר איך שער זיך איזעס ממש א מחי'.
אויב האט מען א "טריקענע קאפ" איז בעסער אז מען שויערט זיך נישט.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:45 pm
אז מען רעד שוין..
אפשר דא איז נישט די פלאץ אבער וואס איז די עצה קעגן טריקענע הויט אויפן קאפ
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 1:34 pm
אמאל האב איך געהערט א עצה, אז מ'פארט נישט צו שטארק אויפן קאפ טוט עס נישט וויי, מען דארף זיך צוגעוויינען נישט צו דריקן מיט כוח נאר גרינג אריבערפירן די מאשין נאר כמעט ביז אראפ
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 2:12 pm
אלל האום אויף לי עוו פארקויפט א קארדלעס שער מאשין פאר שאף וואס איז זייער באקוועם
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 2:41 pm
צוויי הויפט מאשינען ווערן פארקויפט ביינונזער עולם.
1.
די קאמפעני אסטער ostar, רוב עולם פארמאגט פון די סארט, די מאשינען זענען שטערקער, זיי האלטען לאנג, די האר ווערט זייער שיין אפגעשוירן, ועוד מעלות. די חסרון דערפון אז סקראצט ביים שערן, ס'איז טייער, ס'איז א שווערע מאשין, קורץ געווייערטע. (חוץ ווען א פראפעשענעל שערער, למשל ביים מקוה איד, וואס שערט אסאך אין ווייסט וויזוי צי האלטן די כלי ריכטיג ס'זאל נישט קראצען).
2.
די דייטשע קאמפעני וועיל wahl. איז נישט אזוי שטארק אין האלט אפשר נישט אזוי לאנג, אבער קראצט נישט ביים שערן, וואס איז א גרויסע מעלה ביים שערן קינדער. אויך איז עס זייער א גרינגע מאשין. אבער שערט נישט אזוי שיין (כ'האב אמאל געהערט די סיבה איז ווייל די וועיל מאשינען זענען געמאכט צי שערן שטוב באשעפענעשען הנקרא 'פעטס'), ווי אויך שערט עס נישט אזוי שנעל אין סמאטט ווי די אסטער.
אונזער מקוה איד שערט קינדער מיט די וועיל, און אדאלטס מיט די אסטער.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 2:53 pm
וואסערע מאשינדל האט דער פאפא משמש? (געהערט אז זייער אסאך מענטשן ווילן זיך שערן דווקא ביי אים הוא ולא אחר)
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 3:07 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וואסערע מאשינדל האט דער פאפא משמש? (געהערט אז זייער אסאך מענטשן ווילן זיך שערן דווקא ביי אים הוא ולא אחר)
דאס האט מיט זיין קונץ ביים שערען ארום די פיאות. ער שערט אפי' נישט די איבריגע קאפ, פארדעם האט ער ..... שמשים.
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 6:58 pm
מען גייט צי אין פאר די שיינע רינדיכיגע פיאות וואס ער מאכט, נישט ווייל זיין מאשין קראצט נישט...
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:57 am
איך וויל קויפן א נייער שערער מאשין (hair clipper)
איך גלייך די קארדלעס מאשין וואס טייל מקוה אידן ניצן
ווער קען זיך אויס, וועלכער איז דער בעסטער?
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 11:46 am
דאכצעך אז סישוין דא ערגעץ אן אשכול דערוועגן...
היינט צו טאגס קויפן אלע די "וואהל" שער מאשין... אויב ביסטו א מקוה יוד קויף איינס וואס האט אויך א ווייער, ווייל א בעטערי וועט האלטן אויף א געוויסע מאס קעפ, און דו וועסט אויסלויפן שנעל, משא"כ אויב קויפסטו עס פאר דיר אין שטוב קויף די מיט די צוויי בעטעריס! סיז ביליגער און ס'איז די זעלבע סמאאד...
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 11:57 am
איך בין נישט.
יישר כח
איז דא א מעגליכקייט זאלסט פאסטן א לינק דערצו צו דעם "וואהל"?
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:02 pm