בלאט 1 פון 8
וויאזוי מאכט מען וויין?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 3:15 pm
דורך אלטן דור
וואו אזוי מאכט מען וויין?
קען איינער ארויס העלפן
איך האב שוין כמה פעמים געמאכט היימישע וויין (נישט מאסט) אבער דאך עס איז נישט דאס וואס די פסוק האט געמיינט....
האב איך געקלערט צו עפענען א אשכול
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 3:47 pm
דורך לורם איפסום
אלטן דור האט געשריבן:האב איך געקלערט צו עפענען א אשכול
דאס איז דער ערשטער סטעפ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 4:01 pm
דורך עקבי הצאן
אדרבה! מיין לאנג יעריגע חלום צו האבן אן היימישן קאבארנע אויף פסח, אבער כ'ווייס נישט ווי אנצוהויבן און ווי צו ענדיגן, און דער עיקר וואס האלט מיך אפ, ווייל איך וויל מיך נישט ארומדרייען מיט א זויערע באטל עסיג, און זיין איינגערעדט אז מיין וויין .... פשיהא, איינס אין דער וועלט.
פון די אנדערע זייט רוצה אדם בקב שלו יותר מתשעה קבין של חבירו, במילא אפילו כ'ווייס מיין וויין וועט נישט צוקומען צו א נאפא וואלי אדער אלעקסאנדער וואלי און אפילו נישט קרוב לזה, וועט עס מיר נאכאלץ זיין באטעמ'ט אז ס'זאל כאטש עכ"פ אויסקומען גענוג מילד (smoote), און מיט א געשמאקן פלעיוואר, (נישט זיין שוואכער פון א וויינשטאק קאבערנע).
כ'האף נאר אז די מומחים וועלן נאך ארויסקריכן פון די לעכער גענוג פרי מ'זאל נאך קענען אניאגן דעם היי יעריגן טרויבן סעזאן (וואס דאס אליין פונקטליך וועלן אונז אויך די מומחים אויסלערנען).
יישר כח למפרע פאר אלע וואס גייען דא ארויפקומען העלפן דעם ציבור
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 4:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
די היי יעריגע זעזאן פאר קארבענעי איז מער ווייניגער אווער אדער כמעט אווער. אפשר די טייערע "סענאמא, אלעקסאנדער, אדער נעפפע" איז נאך דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 4:36 pm
דורך אלטן דור
מען רעד נישט דא פון מאכן די בעסטע פראנצויזישע וויין, מען רעד פון מאכן היימישע וויין
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 6:37 pm
דורך עקבי הצאן
אלטן דור האט געשריבן:מען רעד נישט דא פון מאכן די בעסטע פראנצויזישע וויין, מען רעד פון מאכן היימישע וויין
פארשטייסט נישט! היימישע וויין ווערט אויך געמאכט פון טרויבן נישט פון פיטשעס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 6:47 pm
דורך אלטן דור
יא, אבער פאר אונז פשוטי עמך אידן איז אויך גוט טרויבן פון נאכן סיזען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 6:53 pm
דורך עקבי הצאן
הייסט דו רעדסט דא פון שטיוועל זאפט, דעמאלץ טויש דעם קעפל פונעם אשכול, און גראדע דאס ווייס איך זייער גוט וויאזוי מ'מאכט עס, כ'האב פארשטאנען פונעם קעפל אז דא רעדט מען וויאזוי מ'קען מאכן וויין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 7:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאגט מיר איינער אז אין ברוקלין טערמינאל איז נאך יא דא, נאר קאראדאוס האט שוין ניטש. וואס עס איז דא אין ברוקלין ווייסעך נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 8:10 pm
דורך הערליך
נאך דא צו באקומען ב״ה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 8:36 pm
דורך יוראפ
טרויבן איז שוין כמעט דא און וואס טוט זיך מיט וויין?
איך וויל אויך וויסן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 12:54 am
דורך רעבעניו איטשע
אנשטאט דיבורי סרק, קומט אויף מיט עפעס צום זאך, איך וויל אויך מאכען היימישע וויין
ביטע העלפט ארויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:28 am
דורך יוראפ
דער טאטע זז"ג פארציילט אז אין די אינגע יארן פלעגט ער מאכן היימישע וויין און ס'איז געווען א מחי', איין מאל האט זיין חבורה געוואלט פארברענגען בשעת'ן מאכן די וויין און די וויין איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. בקיצור האט ער זיך נאכגעפרעגט וואס מ'האט געטוען ראנג, איז ארויסגעקומען אז טאמער רעדט מען בשעת מען מאכט די וויין קומט עס נישט גוט ארויס.
כ'האב דאס נאכגעקוקט שפעטער ביי אסאך ידידים וואס מאכן אויך וויין און ס'האט זיך עס ארויסגעשטעלט בדוק ומנוסה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:40 am
דורך ק.נ.א. וועטער
יוראפ האט געשריבן:דער טאטע זז"ג פארציילט אז אין די אינגע יארן פלעגט ער מאכן היימישע וויין און ס'איז געווען א מחי', איין מאל האט זיין חבורה געוואלט פארברענגען בשעת'ן מאכן די וויין און די וויין איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. בקיצור האט ער זיך נאכגעפרעגט וואס מ'האט געטוען ראנג, איז ארויסגעקומען אז טאמער רעדט מען בשעת מען מאכט די וויין קומט עס נישט גוט ארויס.
כ'האב דאס נאכגעקוקט שפעטער ביי אסאך ידידים וואס מאכן אויך וויין און ס'האט זיך עס ארויסגעשטעלט בדוק ומנוסה
ס'איז א בפירוש'ע גמרא מנחות פז עמוד א:
אמר רבי יוחנן כשם שהדיבור יפה לבשמים כך דיבור רע ליין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:47 am
דורך יוראפ
שכח קנא פארן צוצייכענען
כ'אגעדענקט עפעס אזא זאך אבער נישט פונקטליך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 10:39 am
דורך מילכיגער
יוראפ האט געשריבן:דער טאטע זז"ג פארציילט אז אין די אינגע יארן פלעגט ער מאכן היימישע וויין און ס'איז געווען א מחי', איין מאל האט זיין חבורה געוואלט פארברענגען בשעת'ן מאכן די וויין און די וויין איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. בקיצור האט ער זיך נאכגעפרעגט וואס מ'האט געטוען ראנג, איז ארויסגעקומען אז טאמער רעדט מען בשעת מען מאכט די וויין קומט עס נישט גוט ארויס.
כ'האב דאס נאכגעקוקט שפעטער ביי אסאך ידידים וואס מאכן אויך וויין און ס'האט זיך עס ארויסגעשטעלט בדוק ומנוסה
חוץ דעם האט ער עס געלאזט אפן צו לאנג מסתמא...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 11:02 am
דורך קיקיון
רעבעניו איטשע , עקבי הצאן, אלטן דור האט געשריבן: איך וויל מאכען היימישע וויין ביטע העלפט ארויס
בני נ"י האט ג'פריווט 2 סעזאנען
עס פאדערט א סך א סך צייט, פלאץ, אינוועסטמענט אין מכשירם
פארשידענע קעמיקעלס (למשל אויף אויסהיילען א נישא געלונגעענעם BATCH)
א סך א סך סבלנות פון די עקרת הבית
און מיט אלע התיעצות מיט מומחים איז עס נישט געווען צי די זאך
און האט אפגילאזט
איך גלייב ניט אז עס וועט קימען איינער אין אפשרייבען דא אין וועלטיל
א ביכעל פון 180 בלעטערוועלכע טרויבען ? ניט אלע האבן געניג צוקער זאל ווערין אלקאהאל, ניט אלע האבעו דעם YEAST וואס מאכט קאכען
מיט וואס קוועטשט מען? ווי קויפט מען עס? ווי האלט מען די סלויען מאסט ביים יערען? ווי אזוי קאנטראלירט מען דאס יערען
וכ' וכ' וכ' וכ'
באקומען אין אישי- יישר כח פאר מוצא לאור
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 4:33 pm
דורך אלטן דור
בס"ד
כ'האלט זיך נישט קיין גרויסער מבין (וביחוד אזוי ווי כבין געצוימט צו היימישע וויינען ממנהג משפחתנו קענעך נאר מעסטן צווישן היימישע וויינען), אזוי ווי די לעצטע פאר יאר האבעך בחסדי ה' עטליכע קונדן אויף מיינע היימשע וויינען און מהערט ב"ה צוריק פיינע גריסן, קענעך עכ"פ שרייבן וואס כ'טוה.
1. קראשן די טרויבן (ת'הא ש'נת ד'ריכת ע'נבים)
2. לייגען אין א כלי ווי ווייט מעגליך פארמאכט, די בעסטע איז די AIR LOCK וואס מלייגט אריין אין עס וואסער אז עס זאל בכלל נישט צולאזן לופט אבער יא ארויסלאזן די גאז.
3. יעך לייג געווענליך אריין OAK CHIPS, צו צולייגען א טעם פון OAK, היות כ'קאן נישט עפארדן א OAK פאס. עס שטייט אויף די פעקלעך פאר וויפיהל וויין עס איז געמאכט.
4. שטעלן אין א גאנץ ווארעמע פלאץ. עס זענען דא ספעציעלע הייצערס פאר דעם. צו הייס איז אויך נישט גוט ווייל עס הרגעט די ייסט.
5. די ערשטע וואך צוויי דארף מען עס מישן בערך יעדן טאג, די עיקר מישן איז אריינצושטופן די טרויבן פון אויבן אין די וויין. ווען מזעהט אז עס נעמט זיך שוין נישט צאם אזוי שטארק דארף מען שוין נישט מישן.
6. ווען צו פרעסן איז דא פילע מהלכים. מיין אפיציעלע מהלך איז צו פרעסן ווי נאר מזעהט אז די טרויבן איז גענצליך אריינגעפאלן אין די וויין, אבער געווענליך שלעפט זיך נאך אביסל ביז יעך קום למעשה אהן דערצו.
נאכן פרעסן האלטעך עס שוין נישט אין פלעסטיק (נאר אין גלאז).
געווענליך נאכן פרעסן דארף מען עס נאך לאזן קאכן א קורצע צייט.
והעיקר מתפלל זיין צום בוכ"ע אז עס זאל אויסקמען גוט אין טעם, און אנע אומגינסטיגע צו טעמים, אנע זויערקייט אדער ביטערקייט, (און כשר און מהודר פאר כוס של ברכה און פאר פסח אהן קיין שום חששות. ושלא יצאו ממנו מכשולות). א ווי ביי אלעס איז דער עיקר תפלה. וביחוד שהכניסה לעשיית יין הוא על דרך מאמין בבורא עולם וזורע ווייל מצד הטבע איז אלעמאל דא גרויסע ריזיקעס, ובפרט ביי היימישע אידען וואס נוצן נישט קיין פרעמדע ייסט ועוד.
געשריבן אין פרטי ווייל כזוך נישט צו אדווערטייזען מיין וויין (כלומר אז כ'מאך וויין) אויף'ן פארום, אויב דו זעהסט דא עפעס מער ווי וואס דו טוסט ביז היינט און דו האלטסט אז אנדערע קענען נהנה זיין דערפון קענסטו עס ארויפשטעלן אהן מיין נאמען.
אויב האסטו עפעס א ספעציפישע שאלה קענעך זיך גערן נאכפרעגן דערויף.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 4:35 pm
דורך אלטן דור
אלטן דור האט געשריבן:אויב האסטו עפעס א ספעציפישע שאלה קענעך זיך גערן נאכפרעגן דערויף.
איך האב דיר אפאר זאכן צו פרעגן אבער איך קען דיר עפעס נישט שיקן אין אישי וועל איך דיר עס דא פרעגן
א גרויסן יישר כח
איך וויל נאר וויסן אפאר נקודות
1. פאר די לייגסטעס צו קאכן בלענד'ס עס? און אויב יא וויפל נאר אויף שטיקלעך, ווייל איך בלענד עס געווענדליק פארדעים ממש אויף פיצלעך שטיקלעך
2. ווילאנג דארף דאס שטיין געווענדליך לאז איך דאס שטיין בערך א חודש צוויי אבער למשעה אזוי וואו איך פארטראג היפש אביסל שטערקער וויל איך וויסן וואס איז די סוד פון מאכן גאר שטארקער וויין לכתחילה 18 19 פראצענט אבער אפילו אויב נישט איז כאטש 12 13
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 4:57 pm
דורך מילכיגער
איך מאך שוין וויין יארן מיט א גרויסע הצלחה ב"ה. נאר ווי רב קיקיון האט געשריבן ווי קען איך דא שרייבן א בוך? איך האב קוים צייט היינט צו מאכן וויין זאל איך נאך האבן צייט צו שרייבן?
ס'איז דא זייער גוטע בוקס וויזוי צו מאכן וויין פאר די וואס האבן נישט געווארפן פיטשעס אלס חטאת נעורים. די כלל גדול וואס אלע אנדערע זענען נאר ס"ק דערפון איז "נישט לופט" אקסידשיען איז א טויטליכער שונא פאר וויין. פונקט ווי ווען דיין אינגעלע בייסט א עפל און ער לאזט עס איבער וועט עס ווערן ברוין פון די אקסידשען ריעקשאן OXIDIZED דאס געשעט מיט וויין. ביי וויין קלאפט עס אויס אז ס'ווערט "העווי" אויפן מאגן און ביים גומען וכו'.
99% בלי גוזמא פון פלאפס ביי היימישע וויין קומט פון דעם!
פון דעם קומט נאך א פרט, אז מ'מוז לייגן SULFITES! דטס איז א פרעזערוועטיוו וואס מ'האט שוין גענוצט ביי רש"י'ס צייטן (דורכ'ן ברענען שוועבל אין די פעסער ואכמ"ל) און ס'איז כלל נישט אזוי SPOOKY דאס איז אזוי וויכטיג אז נאר... ווייל דאס עקט ווי א שאלעכטס וואס באשיצט פון לופט (UP TO A POINT פארשטייט זיך) ס'קאסט 2-3$ א פלעשל אבער וויפל צו לייגן איז מדוייק אויפ'ן גראם! ע"כ מוז מען האבן א סקעיל.
יעצט וויזוי וואטשט מען פון לופט? קויף א בוק... זייטס מיר מוחל ס'דויערט מיר פשוט צו לאנג צו טייפן.
The Way to Make Wine: How to Craft Superb Table Wines at Home
Techniques in Home Winemaking: A Practical Guide to Making Chateau-Style Wines
זענען צוויי אויסגעצייכנטע ריינע ביכער על פי פשטות אן צופיל זייטיגע דיטעילס. (למשל צו לייגן OAK צו נישט איז א דיטעיל ודומה להשאלה וועלכע מין בהמה פלייש איז גוט פארן טשאלנט...) וואס וועלן דיך נעמען "ביי די האנט" דורכאויס דעם גאנצן פראצעדור (פאר נעקסטע יאר אי"ה...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 4:59 pm
דורך ראשית
פראצענט פון די אלקעהאל ווענט זיך און די זיסקייט פון די טרויבן ווי זיסער אלץ מער אלקעהאל
סאיז דא ספעציעלע מעסטערס צו מעסטן די sugar levels
נארמאל האבן די טרויבן נישט אזויפיל ציקער אנצוקימען צו 18 פראצענט אבער אויב די ווילסט דוקא קענסטו צולייגן ציקער פאר ס'הייבט אן צו קאכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:01 pm
דורך ראשית
אלטן דור האט געשריבן:1. פאר די לייגסטעס צו קאכן בלענד'ס עס? און אויב יא וויפל נאר אויף שטיקלעך, ווייל איך בלענד עס געווענדליק פארדעים ממש אויף פיצלעך שטיקלעך
מדארף עס נישט בלענדן נאר ממש אביסל אז די טרויבן זאל באקומען א שפאלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
דאס הייסט "קראשען".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:05 pm
דורך ראשית
מילכיגער האט געשריבן:איך מאך שוין וויין יארן מיט א גרויסע הצלחה ב"ה. נאר ווי רב קיקיון האט געשריבן ווי קען איך דא שרייבן א בוך? איך האב קוים צייט היינט צו מאכן וויין זאל איך נאך האבן צייט צו שרייבן?
ס'איז דא זייער גוטע בוקס וויזוי צו מאכן וויין פאר די וואס האבן נישט געווארפן פיטשעס אלס חטאת נעורים. די כלל גדול וואס אלע אנדערע זענען נאר ס"ק דערפון איז "נישט לופט" אקסידשיען איז א טויטליכער שונא פאר וויין. פונקט ווי ווען דיין אינגעלע בייסט א עפל און ער לאזט עס איבער וועט עס ווערן ברוין פון די אקסידשען ריעקשאן OXIDIZED דאס געשעט מיט וויין. ביי וויין קלאפט עס אויס אז ס'ווערט "העווי" אויפן מאגן און ביים גומען וכו'.
99% בלי גוזמא פון פלאפס ביי היימישע וויין קומט פון דעם!
נאך זייער א וויכטיגע זאך איז די ריינקייט מדארף זיכער מאכן אז אלע כלים וואס קומען אין בארירונג מיט די וויין זאלן זיין 100% ריין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:05 pm
דורך ראשית
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס הייסט "קראשען".
איך ווייס כ'האב אים נאר גענטפערט כלשונו