בלאט 3 פון 8

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 8:28 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
.......

זאגען די אלטע לייט, אז די "בעקטעריע" אויף די פוס (שריי נישט) האט געהאלפען פאר די וויין.... און היינט איז עס נישט די זעלבע!!


;l;p-

טאמער וואלט דאס געווען אמת וואלט מען געמארקעט "PURE FEET FUNGUS" אויך. וועסט נישט גלייבן וואס מ'קען אלס באקומען פאר געלט צו אריינברענגען א טעם וואס קיינער פילט נישט...

דאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך. אבער חילי דו מאכסט וויין?

;l;p-
יאפס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:06 pm
דורך ווילוויסן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
אלטן דור האט געשריבן:איז וואו אזוי קען מען יא מאכן שטארקע וויין

13% איז זייער גוט פאר א וויין. אז דו ווילסט אבער דוקא קענסטו לייגן וואדקע דערין... זיי נאר מודיע דעם עולם...

עס איז דא נאך א פאטענט. (דאס איז שוין אבער עכט א סוד.....)
נעמען נאך א באטעל פון די זעלבע וויין, פארפרירען זייער שטארק, די "וויין" ווערט פארפרוירען, אבער די "אלקעהאל" נישט, און מען גיסט עס אראפ.

נישט זאגען פאר קיינעם, געדענקט עס איז א סוד.

הרב לכתחלה
קומט אויס אז ס'איז יא שייך צו האבן וויין אין העכערע פראצענטן ?
ס'וואונדערט מיר, אם כדברי מילכיגער אז די 18 פראצענטיגע וויינען איז סך הכל וויין געמישט מיט ברענדי, וואס איז פשט אז מ'זעט אין כל הש"ס אז אמאליגע וויינען איז אלץ געווען דרי על חד תלת אדער א פערטל, און ערשט נאך צוגיסן וואסער דריי אדער פיר מאל איז עס געווארן א טרינקבארע וויין, דאס טייטשט אז אריגינאל איז עס געווען קאנצעטרירט אויף 52 פראצענט ?
אנגענומען איז אז יין שרף [בראנדוויין\ברענדי] איז א נייע זאך, צדיקים האבן שוין געזאגט אז דאס איז פאר אונזערע גלות אידן ... כאטש איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז די גרויסע היכי תמצי פון קאכן וויין און נוצן די פארע איז אבער מעגליך אז דאס גלייכקייט קוקט אזוי אויס נאר ווייל ס'איז שוין דא.. ואין להאריך כאן... למעשה, וואס האבן זיי געטוען די דורות הראשונים צו מאכן די וויין אזוי שטארק ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:16 pm
דורך קיקיון
לכתחילה אריבער האט געשריבן: נעמען נאך א באטעל פון די זעלבע וויין, פארפרירען זייער שטארק, די "וויין" ווערט פארפרוירען, אבער די "אלקעהאל" נישט, און מען גיסט עס אראפ.
נישט זאגען פאר קיינעם, געדענקט עס איז א סוד.

אין אויב איך בין אן איפכא מיסתברי'ניק
און וויל וויין מיט מיט וואס ווייניגער אלקאהאל אין איך ניץ דעם פאטענט וואס בלייבט נאך אפגיסען דעם אלקאהאל? מען מעג א ברכה מאכען?
לעצטענס ניץ איך REISLING ROSE און וואלט ג'קענט זיך באגיין מיט נאך ווייניגער אלקאהאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:18 pm
דורך ווילוויסן
וואס איז די שאלה אויפן ברכה ?
יעדע יוצא מן הענבים איז א הגפן, סוחט אדם אשכול של ענבים וכו'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:30 pm
דורך קיקיון
געמיינט בדרך מליצה !!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:35 pm
דורך ווילוויסן
קיקיון האט געשריבן:געמיינט בדרך מליצה !!

הער איך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 10:13 pm
דורך הערליך
image.jpg

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 10:49 pm
דורך שוועמל
קיקיון האט געשריבן:אין אויב איך בין אן איפכא מיסתברי'ניק
און וויל וויין מיט מיט וואס ווייניגער אלקאהאל אין איך ניץ דעם פאטענט וואס בלייבט נאך אפגיסען דעם אלקאהאל?

אין הכי טאקע, קדם רופט דאס גרעיפ זשוס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 10:55 pm
דורך קיקיון
שוועמל האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אין אויב איך בין אן איפכא מיסתברי'ניק
און וויל וויין מיט מיט וואס ווייניגער אלקאהאל אין איך ניץ דעם פאטענט וואס בלייבט נאך אפגיסען דעם אלקאהאל?

אין הכי טאקע, קדם רופט דאס גרעיפ זשוס

נאט רילי
גרעיפ זשוס האט נאך דעם צוקער פאר'ן קאכען

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 6:23 am
דורך ראשית
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
.......

זאגען די אלטע לייט, אז די "בעקטעריע" אויף די פוס (שריי נישט) האט געהאלפען פאר די וויין.... און היינט איז עס נישט די זעלבע!!


;l;p-

טאמער וואלט דאס געווען אמת וואלט מען געמארקעט "PURE FEET FUNGUS" אויך. וועסט נישט גלייבן וואס מ'קען אלס באקומען פאר געלט צו אריינברענגען א טעם וואס קיינער פילט נישט...

דאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך. אבער חילי דו מאכסט וויין?

;l;p-
יאפס.

אויב אזוי געב א בשרייבונג

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 10:28 am
דורך אלטן דור
וואו אזוי שטעלט מען אפ די וויין פון קאכן?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 10:28 am
דורך אלטן דור
אויב מען לאזט עס אפאר יאר ווערט די וויין בעסער?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 10:50 am
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:וואו אזוי שטעלט מען אפ די וויין פון קאכן?


געווענליך ווען די צוקער האט זיך אויסגעלאזט איז מער נישטא וואס צו עסן און זיי שטארבן אפ. טאמער וויל מען עס אפשטעלן אינמיטן איז זייער ריסקי און נישט ראטזאם פאר היימישע וויין (ס'קען זיך נעמען קאכן אין באטל ואידך זיל גמור). רוב קאמפאניס וועלן לאזן אויסקאכן און נאכדעם צולייגן צוקער ענדערש

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 10:53 am
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:אויב מען לאזט עס אפאר יאר ווערט די וויין בעסער?


סוגיא עמוקה... אבער איך האלט מיך אפ פון קאמענטירן אין זאכן וואס זענען MATTER OF TASTE

דאס איז זעכער אז וויין גייט דורך א סייקל פון יונג, בעסער א.א.וו. ביז ס'פיעקט. וואס ס'געשעט נאכער איז א מחלוקת השיכורים :grin:

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 10:59 am
דורך אלטן דור
מילכיגער האט געשריבן:
אלטן דור האט געשריבן:וואו אזוי שטעלט מען אפ די וויין פון קאכן?


געווענליך ווען די צוקער האט זיך אויסגעלאזט איז מער נישטא וואס צו עסן און זיי שטארבן אפ. טאמער וויל מען עס אפשטעלן אינמיטן איז זייער ריסקי און נישט ראטזאם פאר היימישע וויין (ס'קען זיך נעמען קאכן אין באטל ואידך זיל גמור). רוב קאמפאניס וועלן לאזן אויסקאכן און נאכדעם צולייגן צוקער ענדערש

איז וואו אזוי וויסט מען ווען עס איז געענדיגט צו קאכן?
איך האב לעצטנס געמאכט היימישע וויין (וואס האט געקאכט בערך 2 חדשים) און נאך א פאר טעג ליגן אין באטל האט זיך עס נאכאמאל גענומען קאכן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 11:04 am
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
אלטן דור האט געשריבן:וואו אזוי שטעלט מען אפ די וויין פון קאכן?


געווענליך ווען די צוקער האט זיך אויסגעלאזט איז מער נישטא וואס צו עסן און זיי שטארבן אפ. טאמער וויל מען עס אפשטעלן אינמיטן איז זייער ריסקי און נישט ראטזאם פאר היימישע וויין (ס'קען זיך נעמען קאכן אין באטל ואידך זיל גמור). רוב קאמפאניס וועלן לאזן אויסקאכן און נאכדעם צולייגן צוקער ענדערש

איז וואו אזוי וויסט מען ווען עס איז געענדיגט צו קאכן?
איך האב לעצטנס געמאכט היימישע וויין (וואס האט געקאכט בערך 2 חדשים) און נאך א פאר טעג ליגן אין באטל האט זיך עס נאכאמאל גענומען קאכן


איך קען דיר ווען ענטפערן די קשיא אבער דיין שאלה ווייזט אויף נאך א פאר מיספארשטענדענישן אינם פראצעדור פון וויין מאכן במחכ"ת. קוק מיין פריערדיגע תגובה מיט די נעמען פון די ביכער וואס זענען גאר גוט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 1:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
ראשית האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: ;l;p-
יאפס.

אויב אזוי געב א בשרייבונג

אקעי בל"נ.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 1:58 pm
דורך מילכיגער
איך רעזערוויר שוין אנעים אלס א NEMESIS...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 2:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:איך רעזערוויר שוין אנעים אלס א NEMESIS...

dont poke the bear.....

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 2:21 pm
דורך קיקיון
מילכיגער האט געשריבן:איך רעזערוויר שוין אנעים אלס א NEMESIS...

איך האב זיך דערשראקען אז איך קען שוין ניט קיין ענגליש האב איך נאכגעקיקט
און פארשטיי הערשט ניט דעם וויץ
Capture.JPG

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 13, 2013 2:58 pm
דורך ראשית
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: ;l;p-
יאפס.

אויב אזוי געב א בשרייבונג

אקעי בל"נ.

יי"כ למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 13, 2013 7:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'האב אנגעהויבן דא, אבער עס איז א לענגערע זאך, האבעך עס אריבערגעלייגט אהער.

קאמענטארען קען מען לייגען דא. ישר כח.

נו מומחים!! וואס איז מיט די באמבע שאלה ??

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 13, 2013 8:12 pm
דורך קיקיון
ווילוויסן האט געשריבן: הרב לכתחלה
קומט אויס אז ס'איז יא שייך צו האבן וויין אין העכערע פראצענטן ?
ס'וואונדערט מיר, אם כדברי מילכיגער אז די 18 פראצענטיגע וויינען איז סך הכל וויין געמישט מיט ברענדי, וואס איז פשט אז מ'זעט אין כל הש"ס אז אמאליגע וויינען איז אלץ געווען דרי על חד תלת אדער א פערטל, און ערשט נאך צוגיסן וואסער דריי אדער פיר מאל איז עס געווארן א טרינקבארע וויין, דאס טייטשט אז אריגינאל איז עס געווען קאנצעטרירט אויף 52 פראצענט ? .......... למעשה, וואס האבן זיי געטוען די דורות הראשונים צו מאכן די וויין אזוי שטארק ?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 13, 2013 8:37 pm
דורך מילכיגער
א תשובה איז דא אבער נאר בדרך אפשר. מיין אפשר איז נישט ווערט די צייט...

דערווייל לאז איך עס פאר א שאלה

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 13, 2013 8:42 pm
דורך מילכיגער
ייש"כ כאטכילע

עמיר ווארטן ביז דו ענדיגסט משום מעשה שהי' נישט מער געדאכט...

ווי אויך ווייל איך וויל זעהן וויפל אירע זענען בכלל אינטערעסירט אין די נושא פארן זיך מוטשענען.

ביז דערווייל ייש"כ נאכאמאל