בלאט 2 פון 8
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:06 pm
דורך אלטן דור
מילכיגער האט געשריבן:פון דעם קומט נאך א פרט, אז מ'מוז לייגן SULFITES! דטס איז א פרעזערוועטיוו וואס מ'האט שוין גענוצט ביי רש"י'ס צייטן (דורכ'ן ברענען שוועבל אין די פעסער ואכמ"ל) און ס'איז כלל נישט אזוי SPOOKY דאס איז אזוי וויכטיג אז נאר... ווייל דאס עקט ווי א שאלעכטס וואס באשיצט פון לופט (UP TO A POINT פארשטייט זיך) ס'קאסט 2-3$ א פלעשל אבער וויפל צו לייגן איז מדוייק אויפ'ן גראם! ע"כ מוז מען האבן א סקעיל.
זיי ביטע אביסל מער מסביר דאס ענין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:07 pm
דורך אלטן דור
מילכיגער האט געשריבן:
The Way to Make Wine: How to Craft Superb Table Wines at Home
Techniques in Home Winemaking: A Practical Guide to Making Chateau-Style Wines
זענען צוויי אויסגעצייכנטע ריינע ביכער על פי פשטות אן צופיל זייטיגע דיטעילס.
קען איינער ביטע טרעפן א לינק אויב מעגליך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:08 pm
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:אויב האסטו עפעס א ספעציפישע שאלה קענעך זיך גערן נאכפרעגן דערויף.
איך האב דיר אפאר זאכן צו פרעגן אבער איך קען דיר עפעס נישט שיקן אין אישי וועל איך דיר עס דא פרעגן
א גרויסן יישר כח
איך וויל נאר וויסן אפאר נקודות
1. פאר די לייגסטעס צו קאכן בלענד'ס עס? און אויב יא וויפל נאר אויף שטיקלעך, ווייל איך בלענד עס געווענדליק פארדעים ממש אויף פיצלעך שטיקלעך
חלילה! די בלענדן וועט צוקראכן די קערליך און אריינברענגען זייער ביטערקייט (טעניןס) און די וויין. די גאנצע איידיע פון קראשן איז אז ער צוברעכט דעם טרויב אבער דער קערל בלייבט גאנץ.2. ווילאנג דארף דאס שטיין געווענדליך לאז איך דאס שטיין בערך א חודש צוויי אבער למשעה אזוי וואו איך פארטראג היפש אביסל שטערקער וויל איך וויסן וואס איז די סוד פון מאכן גאר שטארקער וויין לכתחילה 18 19 פראצענט אבער אפילו אויב נישט איז כאטש 12 13
די סוד פון וויפל אלקאהאל האט נאר מיט ווי זיס די טרויבן זענען! די זיסטע טרויבן וועלן האבן ארום 25-26% צוקער און זיך און ווען די ייסט באקטעריע פארדייט עס (המקרא בלשונינו "קאכן") ווערט ארום האלב דערפון אלקאהאל (די אנדערע האלב ווערט געז) אבער טאמער לייגסטו צו צוקער למשל צו 30% וועסטו נישט באקומען 15% וויין, ווייל די ייסט וועט שטארבן ביי ארום 12-13% אלקאהאל, ער קען דאס נישט פארטראגן. ממילא אלע 18% וויינען איז פשוט'ע וויין אויסגעמישט מיט ברענדי! (סארי קדם פאר'ן ספוילן דעם סוד)
--
דער עולם האקט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:09 pm
דורך ראשית
אלטן דור האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:פון דעם קומט נאך א פרט, אז מ'מוז לייגן SULFITES! דטס איז א פרעזערוועטיוו וואס מ'האט שוין גענוצט ביי רש"י'ס צייטן (דורכ'ן ברענען שוועבל אין די פעסער ואכמ"ל) און ס'איז כלל נישט אזוי SPOOKY דאס איז אזוי וויכטיג אז נאר... ווייל דאס עקט ווי א שאלעכטס וואס באשיצט פון לופט (UP TO A POINT פארשטייט זיך) ס'קאסט 2-3$ א פלעשל אבער וויפל צו לייגן איז מדוייק אויפ'ן גראם! ע"כ מוז מען האבן א סקעיל.
זיי ביטע אביסל מער מסביר דאס ענין
איך קען דיר נישט מסביר זיין ווייל איך האב עס קיינמאל נישט געניצט איך האלט אז די וויין האט אסאך א בעסערע טעם אן דעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:11 pm
דורך אלטן דור
זיי מסביר וואס מיינט קראשן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:12 pm
דורך מילכיגער
ראשית האט געשריבן:פראצענט פון די אלקעהאל ווענט זיך און די זיסקייט פון די טרויבן ווי זיסער אלץ מער אלקעהאל
סאיז דא ספעציעלע מעסטערס צו מעסטן די sugar levels
נארמאל האבן די טרויבן נישט אזויפיל ציקער אנצוקימען צו 18 פראצענט אבער אויב די ווילסט דוקא קענסטו צולייגן ציקער פאר ס'הייבט אן צו קאכן
ווי געשריבן וועט צולייגן צוקער נאר העלפן ווען די טרויבן זענען ווייניגער ווי נארמאל (24%) אבער ביי 12-13% אלקאהל וועט צוקער נישט העלפן און דו וועסט בלייבן מיט 12% און 5% צוקער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:13 pm
דורך מילכיגער
ראשית האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:איך מאך שוין וויין יארן מיט א גרויסע הצלחה ב"ה. נאר ווי רב קיקיון האט געשריבן ווי קען איך דא שרייבן א בוך? איך האב קוים צייט היינט צו מאכן וויין זאל איך נאך האבן צייט צו שרייבן?
ס'איז דא זייער גוטע בוקס וויזוי צו מאכן וויין פאר די וואס האבן נישט געווארפן פיטשעס אלס חטאת נעורים. די כלל גדול וואס אלע אנדערע זענען נאר ס"ק דערפון איז "נישט לופט" אקסידשיען איז א טויטליכער שונא פאר וויין. פונקט ווי ווען דיין אינגעלע בייסט א עפל און ער לאזט עס איבער וועט עס ווערן ברוין פון די אקסידשען ריעקשאן OXIDIZED דאס געשעט מיט וויין. ביי וויין קלאפט עס אויס אז ס'ווערט "העווי" אויפן מאגן און ביים גומען וכו'.
99% בלי גוזמא פון פלאפס ביי היימישע וויין קומט פון דעם!
נאך זייער א וויכטיגע זאך איז די ריינקייט מדארף זיכער מאכן אז אלע כלים וואס קומען אין בארירונג מיט די וויין זאלן זיין 100% ריין
וויכטיג אבער לופט איז 1000 ערגער!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:14 pm
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:פון דעם קומט נאך א פרט, אז מ'מוז לייגן SULFITES! דטס איז א פרעזערוועטיוו וואס מ'האט שוין גענוצט ביי רש"י'ס צייטן (דורכ'ן ברענען שוועבל אין די פעסער ואכמ"ל) און ס'איז כלל נישט אזוי SPOOKY דאס איז אזוי וויכטיג אז נאר... ווייל דאס עקט ווי א שאלעכטס וואס באשיצט פון לופט (UP TO A POINT פארשטייט זיך) ס'קאסט 2-3$ א פלעשל אבער וויפל צו לייגן איז מדוייק אויפ'ן גראם! ע"כ מוז מען האבן א סקעיל.
זיי ביטע אביסל מער מסביר דאס ענין
פרעג מיין קינד...
איך פלאן נישט איבערצושרייבן אויף אידיש (עטס האלטס אז ס'וואלט יא געווען א געשעפט?...) דעם בוק. א ספעציפישע קשיא קען איך פרובירן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:15 pm
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:
The Way to Make Wine: How to Craft Superb Table Wines at Home
Techniques in Home Winemaking: A Practical Guide to Making Chateau-Style Wines
זענען צוויי אויסגעצייכנטע ריינע ביכער על פי פשטות אן צופיל זייטיגע דיטעילס.
קען איינער ביטע טרעפן א לינק אויב מעגליך
amazon.com
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:15 pm
דורך ראשית
מילכיגער האט געשריבן:ראשית האט געשריבן:פראצענט פון די אלקעהאל ווענט זיך און די זיסקייט פון די טרויבן ווי זיסער אלץ מער אלקעהאל
סאיז דא ספעציעלע מעסטערס צו מעסטן די sugar levels
נארמאל האבן די טרויבן נישט אזויפיל ציקער אנצוקימען צו 18 פראצענט אבער אויב די ווילסט דוקא קענסטו צולייגן ציקער פאר ס'הייבט אן צו קאכן
ווי געשריבן וועט צולייגן צוקער נאר העלפן ווען די טרויבן זענען ווייניגער ווי נארמאל (24%) אבער ביי 12-13% אלקאהל וועט צוקער נישט העלפן און דו וועסט בלייבן מיט 12% און 5% צוקער.
קען זיין ביזט גערעכט כ'האב עס קיינמאל נישט פראבירט
וואס געשענט אויב מלייגט צו יוסט אויך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:16 pm
דורך אלטן דור
מילכיגער האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:אויב האסטו עפעס א ספעציפישע שאלה קענעך זיך גערן נאכפרעגן דערויף.
איך האב דיר אפאר זאכן צו פרעגן אבער איך קען דיר עפעס נישט שיקן אין אישי וועל איך דיר עס דא פרעגן
א גרויסן יישר כח
איך וויל נאר וויסן אפאר נקודות
1. פאר די לייגסטעס צו קאכן בלענד'ס עס? און אויב יא וויפל נאר אויף שטיקלעך, ווייל איך בלענד עס געווענדליק פארדעים ממש אויף פיצלעך שטיקלעך
חלילה! די בלענדן וועט צוקראכן די קערליך און אריינברענגען זייער ביטערקייט (טעניןס) און די וויין. די גאנצע איידיע פון קראשן איז אז ער צוברעכט דעם טרויב אבער דער קערל בלייבט גאנץ.2. ווילאנג דארף דאס שטיין געווענדליך לאז איך דאס שטיין בערך א חודש צוויי אבער למשעה אזוי וואו איך פארטראג היפש אביסל שטערקער וויל איך וויסן וואס איז די סוד פון מאכן גאר שטארקער וויין לכתחילה 18 19 פראצענט אבער אפילו אויב נישט איז כאטש 12 13
די סוד פון וויפל אלקאהאל האט נאר מיט ווי זיס די טרויבן זענען! די זיסטע טרויבן וועלן האבן ארום 25-26% צוקער און זיך און ווען די ייסט באקטעריע פארדייט עס (המקרא בלשונינו "קאכן") ווערט ארום האלב דערפון אלקאהאל (די אנדערע האלב ווערט געז) אבער טאמער לייגסטו צו צוקער למשל צו 30% וועסטו נישט באקומען 15% וויין, ווייל די ייסט וועט שטארבן ביי ארום 12-13% אלקאהאל, ער קען דאס נישט פארטראגן. ממילא אלע 18% וויינען איז פשוט'ע וויין אויסגעמישט מיט ברענדי! (סארי קדם פאר'ן ספוילן דעם סוד)
--
דער עולם האקט
איז וואו אזוי קען מען יא מאכן שטארקע וויין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:17 pm
דורך מילכיגער
ראשית האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:ראשית האט געשריבן:פראצענט פון די אלקעהאל ווענט זיך און די זיסקייט פון די טרויבן ווי זיסער אלץ מער אלקעהאל
סאיז דא ספעציעלע מעסטערס צו מעסטן די sugar levels
נארמאל האבן די טרויבן נישט אזויפיל ציקער אנצוקימען צו 18 פראצענט אבער אויב די ווילסט דוקא קענסטו צולייגן ציקער פאר ס'הייבט אן צו קאכן
ווי געשריבן וועט צולייגן צוקער נאר העלפן ווען די טרויבן זענען ווייניגער ווי נארמאל (24%) אבער ביי 12-13% אלקאהל וועט צוקער נישט העלפן און דו וועסט בלייבן מיט 12% און 5% צוקער.
קען זיין ביזט גערעכט כ'האב עס קיינמאל נישט פראבירט
וואס געשענט אויב מלייגט צו יוסט אויך?
וועט עס האבן א ייסט טעם אויך... זיי (די ביליאנען באקטעריעס) קענען פשוט נישט סורווייון און מער ווי 12-13% אלקאהאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:19 pm
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:אויב האסטו עפעס א ספעציפישע שאלה קענעך זיך גערן נאכפרעגן דערויף.
2. ווילאנג דארף דאס שטיין געווענדליך לאז איך דאס שטיין בערך א חודש צוויי אבער למשעה אזוי וואו איך פארטראג היפש אביסל שטערקער וויל איך וויסן וואס איז די סוד פון מאכן גאר שטארקער וויין לכתחילה 18 19 פראצענט אבער אפילו אויב נישט איז כאטש 12 13
די סוד פון וויפל אלקאהאל האט נאר מיט ווי זיס די טרויבן זענען! די זיסטע טרויבן וועלן האבן ארום 25-26% צוקער און זיך און ווען די ייסט באקטעריע פארדייט עס (המקרא בלשונינו "קאכן") ווערט ארום האלב דערפון אלקאהאל (די אנדערע האלב ווערט געז) אבער טאמער לייגסטו צו צוקער למשל צו 30% וועסטו נישט באקומען 15% וויין, ווייל די ייסט וועט שטארבן ביי ארום 12-13% אלקאהאל, ער קען דאס נישט פארטראגן. ממילא אלע 18% וויינען איז פשוט'ע וויין אויסגעמישט מיט ברענדי! (סארי קדם פאר'ן ספוילן דעם סוד)
איז וואו אזוי קען מען יא מאכן שטארקע וויין
13% איז זייער גוט פאר א וויין. אז דו ווילסט אבער דוקא קענסטו לייגן וואדקע דערין... זיי נאר מודיע דעם עולם...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:20 pm
דורך ראשית
יי"כ הרב מיליכיגער עפעס געלערנט היינט
אויב די האסט אמאל צייט ווארף אריין אפאר טיפס דא יי"כ למפרע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:22 pm
דורך מילכיגער
ראשית האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:פון דעם קומט נאך א פרט, אז מ'מוז לייגן SULFITES! דטס איז א פרעזערוועטיוו וואס מ'האט שוין גענוצט ביי רש"י'ס צייטן (דורכ'ן ברענען שוועבל אין די פעסער ואכמ"ל) און ס'איז כלל נישט אזוי SPOOKY דאס איז אזוי וויכטיג אז נאר... ווייל דאס עקט ווי א שאלעכטס וואס באשיצט פון לופט (UP TO A POINT פארשטייט זיך) ס'קאסט 2-3$ א פלעשל אבער וויפל צו לייגן איז מדוייק אויפ'ן גראם! ע"כ מוז מען האבן א סקעיל.
זיי ביטע אביסל מער מסביר דאס ענין
איך קען דיר נישט מסביר זיין ווייל איך האב עס קיינמאל נישט געניצט איך האלט אז די וויין האט אסאך א בעסערע טעם אן דעם
ווען מ'לייגט פונקטליך אויפן גראם איז אוממעגלעך עס צו פילן! און די בוקס איז ער מסביר מער באריכות פארוואס ס'איז מיטעמאל איין אפציע צו מאכן אן דעם וכן ראיתי בחוש..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:25 pm
דורך ראשית
ביי די געקויפטע וויינען פילט מען עס יא איך גלייב זיי לייגן פונקטליך אויפן מאס
אור הגנוז האט א וויין אן סאלפייד סהייסט ELIMA זייער א גיטע וויין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:29 pm
דורך מילכיגער
אלטן דור האט געשריבן:זיי מסביר וואס מיינט קראשן
אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
--
ראשית, די דעבאטע איז שוין לאנג געשלאסן געווארן דורך די חברה... עס זענען שוין געמאכט געווארן צענדליגע "BLIND TESTINGS" און ס'אויפגעוויזן געווארן אז וויין אן דעם איז אסאך ערגער. איך לייג און קיינער האט מיר נישט געזאגט אז ער האט עס געפילט.
אבער לאז מיר נישט בלייבן סטאק ביי דעם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:43 pm
דורך ראשית
העט מען מיזען איינמאל אליינס פראבירן (נישט היי יאר)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 5:44 pm
דורך ראשית
מילכיגער האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:זיי מסביר וואס מיינט קראשן
אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
גראדע האב איך שוין איינמאל געקראשט מיט די הענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 7:22 pm
דורך מילכיגער
ראשית האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:זיי מסביר וואס מיינט קראשן
אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
גראדע האב איך שוין איינמאל געקראשט מיט די הענט
האסט נאך פינגער?...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 7:23 pm
דורך מילכיגער
ראשית האט געשריבן:העט מען מיזען איינמאל אליינס פראבירן (נישט היי יאר)
פארוואס נישט היי יאר? די עיקר ליגט מען נאכ'ן פרעסן, און נאכדעם יעדעס מאל וואס מ'גיסט איבער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 7:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:אלטן דור האט געשריבן:איז וואו אזוי קען מען יא מאכן שטארקע וויין
13% איז זייער גוט פאר א וויין. אז דו ווילסט אבער דוקא קענסטו לייגן וואדקע דערין... זיי נאר מודיע דעם עולם...
עס איז דא נאך א פאטענט. (דאס איז שוין אבער עכט א סוד.....)
נעמען נאך א באטעל פון די זעלבע וויין, פארפרירען זייער שטארק, די "וויין" ווערט פארפרוירען, אבער די "אלקעהאל" נישט, און מען גיסט עס אראפ.
נישט זאגען פאר קיינעם, געדענקט עס איז א סוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 7:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
.......
זאגען די אלטע לייט, אז די "בעקטעריע" אויף די פוס (שריי נישט) האט געהאלפען פאר די וויין.... און היינט איז עס נישט די זעלבע!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 8:16 pm
דורך מילכיגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:אמאל האט עס געמיינט אריינלייגן אלע טרויבן אין גרובער, רופן די פויערים, אנצינדן מוזיק און זיי לאזן טאנצן בארוועס א גאנצן טאג ביז סוף זענען אלע טרויבן צוקראשט געווארן. היינט מיינט עס צו דינגען/בארגן א CRUSHER-DESTEMMER וואס טוט עס אין א האלבע שעה. והבוחר יבחר...
.......
זאגען די אלטע לייט, אז די "בעקטעריע" אויף די פוס (שריי נישט) האט געהאלפען פאר די וויין.... און היינט איז עס נישט די זעלבע!!
טאמער וואלט דאס געווען אמת וואלט מען געמארקעט "PURE FEET FUNGUS" אויך. וועסט נישט גלייבן וואס מ'קען אלס באקומען פאר געלט צו אריינברענגען א טעם וואס קיינער פילט נישט...
דאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך. אבער חילי דו מאכסט וויין?
די סוד אז וויין זאל זיין גוט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 8:18 pm
דורך י
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט אז אינזערע מבינים ווייסן נישט דערפון.
כדי וויין זאל געלונגן טאר מען נישט עס אנהייבן צו מאכן ווען די לבנה איז קליין. (דאס איז איינע פון די גרעסטע יסודות, אין רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון)
מקור: מנחת חינוך מצוה תג