בלאט 8 פון 8
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 3:25 pm
דורך אלטן דור
מיינס איז ברוך ה' פיין געלונגען
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 8:58 pm
דורך matovu
ענק ליגען עס אריין אין א באטעל מיט א קארק ?
ענקערס איז גיט אהן וואסער ?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 2:50 am
דורך אלטן דור
יא איך לייג עס אריין און א באטל מיט קארק
מיינס איז גוט אן וואסער
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 10:37 am
דורך רב טקסט
ביי מיר האט זיך היי יאר געמאכט א שאלה מיט די וויין (מען האט געלאזט די ערל'טע וויסן אז מען לייגט זיך צו, והשאלה אויב עס הייסט הודיעו שהוא מפליג, צו עס איז שייך א חשש נגיעה כדי לשתות), לכבוד פורים לייג איך ארויף די אנהויב פונעם בריוו וואס כ'האב געשריבן צום רב שליט"א איבערצופרעגן נאכדעם וואס זיין הוראה איז מיר נישט קלאר געווען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 2:52 pm
דורך נא_שכל
רב טקסט האט געשריבן:ביי מיר האט זיך היי יאר געמאכט א שאלה מיט די וויין (מען האט געלאזט די ערל'טע וויסן אז מען לייגט זיך צו, והשאלה אויב עס הייסט הודיעו שהוא מפליג, צו עס איז שייך א חשש נגיעה כדי לשתות), לכבוד פורים לייג איך ארויף די אנהויב פונעם בריוו וואס כ'האב געשריבן צום רב שליט"א איבערצופרעגן נאכדעם וואס זיין הוראה איז מיר נישט קלאר געווען.
Untitled.png
הערליכע מליצות!
אבער וואס זענען די פרטי השאלה? לכאורה איז פשוט אז עס איז מותר, א) היות עס איז דאך דא אנדערע בני הבית און זיי זענען בגדר "יוצא ונכנס". ב) און ווי אויך איז דער דין אז א "שומר" העלפט אפילו ווען ער שלאפט (עי' ברמ"א יו"ד קל"א ס"א ובש"ך שם סקי"ב). ג) און בזה"ז איז מען דאך נישט חושש אז זיי האבן אנגערירט די עצם היין, נאר אויב עס איז שייך להנאתן אדער מחשש חליפין. ד) און דאס אז זי האט אנגערירט דעם פעסל וויין פון אינדרויסן אדער אפילו עס אוועקגעריקט ממקומו כדי צי וואשן אויף יענעם פלאץ הייסט דאך עס בכלל נישט קיין נגיעה.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 9:33 am
דורך רב טקסט
א) עס איז נישט געווען אנדערע בני בית.
עס איז נאר געווען אז אנדערע האבן געקענט קומען (דרך עקלתון, ואין להאריך כאן), אבער דאס העלפט נאר ווען זי ווייסט אז איר מגע אסר'ט כמבואר בש"ך סי' קכ"ח.
ב) דאס איז פון די עיקרי השאלה, אויב א ישן איז בגדר יכול לבא (דרך עקלתון) וואס העלפט נאר אויב זי ווייסט אז עס אסרט, אדער עס הייסט בכלל נישט ארויסגעגאנגען.
ג) אין די שאלה איז דא א אריכות בנוגע די מחלוקת הפוסקים ווען מען דארף חושש זיין אויף נגעו להנאתן, אסאך פוסקים האלטן אז בסתמא איז דא אזא חשש.
ד) די שאלה איז פון נגע כדי לשתות וכנ"ל, וכמו שרמוז גם במליצות, האם לחוש ששתו מלא לגמים.
נאך א שטארקע צד היתר איז ארויפגעברענגט געווארן אז אויף נגיעה כדי לשתות איז שייך מרתת אפילו אויב זי ווייסט נישט אז עס אסר'ט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:02 am
דורך ניסעל
מען קען היצט באקומען וויין-טרויבען פון סאוט אמעריקא.
עס איז היבש טייער
וואס צאלט מען נישט לכבוד שבת ויו"ט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 12:12 pm
דורך פלוני
מ'קען האבן דערפון פיינע געשמאקע לייכטע וויינען
פרובירט Carmenere