וויאזוי מאכט מען וויין?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 1:05 am

שכח לכתחילה זייער שיין און געשמאק באשריבן, די וויין העטזעך גאר אנדערש טרינקן דעם שבת אי״ה, נאכן ליינען וואס מ׳טוט אלץ מיט ״מיין״ באטל וויין ביזן אנקומען אין געשעפט.


אינאיינוועגס וויל איך זיך שוין באדאנקען (בעסער שפעטער ווי איידער קיינמאל) פאר אלע דיינע ארטיקלעך ביז אהער ליינענדיג נאך אלץ גאסט דא, כ׳האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זייער פליסיג און בא׳טעם׳ט געשריבן.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 5:35 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:יינן איז גערעכט. במח"כ חילי איז דאס א טעות

שוין אז צוויי זאגען. אבער עס איז נאך אלס אינטערעסאנט, אז מען האט באשלאסען צו מאכען פונקט פון מוסקאט זיסע ווייל, אין אלגעמיין. און דאס איז זיכער, אז עס איז בעצם א "זיסערע" טרויב. דאס הייסט נישט דוקא אין מאס צוקער, אבער אין פלעיוואר.

כ'טראכט נאך איין זאך, אז די יוסט פונעם מוסקאט איז שוואכער, אזוי אז מען לאזט עס גיין ביזען סוף, וועט בלייבן צוקער. עס איז נישט קיין סתירה מיט טריקענע מוסקאט, ווייל מען קען אלס צולייגען יוסט.

#אולי

יינן שרייבט מיר אין אישי, אז מוסקאט מאכט מען זיס, ווייל עס האט אסאך עסיד, און מען דארף עס באלאנצירן.


געזעהן אויף א מוסקאט וויין פון ארץ ישראל (כדענק נישט וועלכע) ווי זיי שרייבן די פראצעדור שרייבן זיי אז מהאט עס אפגעשטעלט אינמיטן די תסיסה צו היטן די מוסקאטישע טעם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 1:48 pm

יו וועלקאם אוודאי.

איינער ווייסט צו מוסקאט איז טאקע הויך אין עסיד? כ'קען נישט טרעפען די אינפא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 2:27 pm

איך האלט נאך אינמיטן ליינען
סע גוטע נייעס - א גרויסן יישר כח

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:10 pm

וואס איז פשט אז מ'זעט אין כל הש"ס אז אמאליגע וויינען איז אלץ געווען דרי על חד תלת אדער א פערטל, און ערשט נאך צוגיסן וואסער דריי אדער פיר מאל איז עס געווארן א טרינקבארע וויין, דאס טייטשט אז אריגינאל איז עס געווען קאנצעטרירט אויף 52 פראצענט ? .......... למעשה, וואס האבן זיי געטוען די דורות הראשונים צו מאכן די וויין אזוי שטארק ?


געהערט פון איינע וואס ארבעט אין קדם פאבריק אז דאס איז איינע פון די זאכן וואס אלע בעלי מכשירים וואס קומען אראפ זענען דן, און למעשה וויל מען זאגן אז די גמרא רעדט אז מען האט געמאכט וויין פון יין חי concentrated grape juice וואס די צוקער גייט ארויף אפילו ביז 60
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:47 pm

קוועטש האט געשריבן:
וואס איז פשט אז מ'זעט אין כל הש"ס אז אמאליגע וויינען איז אלץ געווען דרי על חד תלת אדער א פערטל, און ערשט נאך צוגיסן וואסער דריי אדער פיר מאל איז עס געווארן א טרינקבארע וויין, דאס טייטשט אז אריגינאל איז עס געווען קאנצעטרירט אויף 52 פראצענט ? .......... למעשה, וואס האבן זיי געטוען די דורות הראשונים צו מאכן די וויין אזוי שטארק ?


געהערט פון איינע וואס ארבעט אין קדם פאבריק אז דאס איז איינע פון די זאכן וואס אלע בעלי מכשירים וואס קומען אראפ זענען דן, און למעשה וויל מען זאגן אז די גמרא רעדט אז מען האט געמאכט וויין פון יין חי concentrated grape juice וואס די צוקער גייט ארויף אפילו ביז 60


שווער צו גלייבן אז די טעכנאלאגיע צי די מיטלען אויף פראדוצירן קאנצענטרירטע GRAPE JUICE האבן שוין עקזיסטירט. ועוד אז ס'קלאר משמע אז די מזיגה איז שוין געווען אויף פערטיגע וויין און נישט אויף GRAPE JUICE.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 4:36 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יו וועלקאם אוודאי.

איינער ווייסט צו מוסקאט איז טאקע הויך אין עסיד? כ'קען נישט טרעפען די אינפא.

http://www.muscat-wines.com/index.php?o ... &Itemid=57

http://www.winetasteathome.com/Varietals/Moscato.html

http://winemaking.jackkeller.net/request220.asp

קרעדיט: אנאנימעס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 4:45 pm

גרויסער ישר כח, פאר אנאנימוס און פאר שליח עושה שליחתו יימערל!

איך האב טאקע געזעהן צוויי פון די לינקס. אבער אזוי ווי עס איז פארהאנען אסאך ערליי מוסקאטס, און ביי טייל רעדט מען טאקע פון "נידריגע" עסידעטי, בינעך נישט זיכער וועלכע עס איז די "סתם" מוסקאט וואס דער עולם ניצט.

אבער פון די אנדערע לינק וואס האסט געברענגט, קוקט אויס אז "בכלליות" איז מוסקאט א "לאו עסיד" טרויב. סא שטימט נישט די סיבה פון "הויכע עסיד".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 6:57 pm

עס קוקט מיר אויס ווי דער עולם איז פארוויינט געווארן לעצטנס... איך ווייס נישט צי דאס האט מיט דעם אשכול, אדער איז דער אשכול א רעזולטאט פונעם געשאפענעם פאקט. אבער אין מיין שוהל הענגן יעצט צעטלעך וועגן וויין טרויבן וואס מען קען קויפן, ווי אויך אז מען קען קומען מאכן וויין ביי איינעם מיט זיינע מאשינען...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 8:25 pm

לכאורה האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס ווי דער עולם איז פארוויינט געווארן לעצטנס... איך ווייס נישט צי דאס האט מיט דעם אשכול, אדער איז דער אשכול א רעזולטאט פונעם געשאפענעם פאקט. אבער אין מיין שוהל הענגן יעצט צעטלעך וועגן וויין טרויבן וואס מען קען קויפן, ווי אויך אז מען קען קומען מאכן וויין ביי איינעם מיט זיינע מאשינען...

חחחח זערמאנסט מיך פון דעם דארפסמאן!! כ'ווייס נישט צו די זעלבע דארפסמאן ווי יענער מיט די באן און די טשייניק, אבער קרובים זענען זע מן הסתם געוועזען (נישט ממש באט יו געט דע פוינט).

די דארפסמאן האט זיך אריין געצויגען אין שטאט. און איין שיינעם טאג הערט ער אזא קול, אזא ניגון "דינג דאנג" "דינג דאנג". ער האט נישט געוויסט וואס דאס איז, אבער האט באשלאסען עס צו איגראנירן. עס מאכט זיך אמאל עפעס מאדנע - האט ער געזאגט פאר זיין ווייבעלע - מען דארף נישט פון אלעם מאכען א ברייטל.

אבער עס האט פאסירט נאכאמאל. און נאכאמאל. און עס איז געווארן א ערענסטע פראבלעם! וואס קען עס זיין?! איין טאג האבן זיך די פארפאלק צונוף געשמועסט, רופט זיך אן די מאן "כ'ווייס נישט וואס עס קען זיין, אבער אזויפיל וועסטו בפירוש זעהן, יעדעס מאל מען הערט די קול, אז דו וועסט עפענען די טיר, וועסטו טרעפען איינעם שטיין דארט"!!!

לענינינו "די זעלבע סיבה פארוואס מען שמעוסט דערפון דא, פאר די זעלבע סיבה איז עס אין בהמ"ד. פשוט יעצט איז ............... די וויין סעזאן!! יעצט ווערן די טרויבן פערטיג, און מען פאנגט און די פראצעדור פון מאכען דערפון די וויין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 4:31 pm

לכתחילה די צוויי זאפטן ליגן און די פעסער און ווארטן אויף א בפעל וואס צו טון נעקסט (נישט ממש באט יו געיט די פוינט)
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 4:42 pm

ראשית האט געשריבן:לכתחילה די צוויי זאפטן ליגן און די פעסער און ווארטן אויף א בפעל וואס צו טון נעקסט (נישט ממש באט יו געיט די פוינט)

יא ממש ביי מיר ליגט עס און ווארט ממש אויף דיר

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 5:33 pm

אלטן דור האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:לכתחילה די צוויי זאפטן ליגן און די פעסער און ווארטן אויף א בפעל וואס צו טון נעקסט (נישט ממש באט יו געיט די פוינט)

יא ממש ביי מיר ליגט עס און ווארט ממש אויף דיר

אוי וויי לאז עס נישט ליגן צו לאנג סקען קאליע ווערן (חילי אויף דיין אחריות)
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 11:18 pm

כ'האף עטס מיינטס עס נישט ערענסט! די וויין קען ווערן חרוב רח"ל. אקעי גיימער ווייטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:29 am

א גרויסן יישר כח מעומקא דליבא אויף די הערליכע שיעורים, לחיים!...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 6:45 am

יא יא איך מיין עס ערענסט, נישט אומזינסט האב איך געעפנט די אשכול

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 10:32 am

י האט געשריבן:עס איז מיר זייער אינטרעסאנט אז אינזערע מבינים ווייסן נישט דערפון.

כדי וויין זאל געלונגן טאר מען נישט עס אנהייבן צו מאכן ווען די לבנה איז קליין. (דאס איז איינע פון די גרעסטע יסודות, אין רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון)
מקור: מנחת חינוך מצוה תג

תיקון: ספר החינוך

מ'ווייסט נישט דערפון א) ווייל ס'איז נישט מפורש בדבריו דער ענין פון וויין, ב) ווייל ער ברענגט נאר יש אומרים (די בעלי מלאכה וכו') און ער באשטעטיגט עס נישט.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 10:46 am

האט איינער פרובירט מאכן מאסט פון קאבארנעי און פון מוסקאט? וועלכע איז זיסער?
(בדרך אפשר, קען זיין די סארט זיסקייט איז נישט וואס ס'ווערט דערפון אלקאהאל, בלייבט דער טעם אין די וויין)
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 11:21 am

י האט געשריבן:עס איז מיר זייער אינטרעסאנט אז אינזערע מבינים ווייסן נישט דערפון.

כדי וויין זאל געלונגן טאר מען נישט עס אנהייבן צו מאכן ווען די לבנה איז קליין. (דאס איז איינע פון די גרעסטע יסודות, אין רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון)
מקור: מנחת חינוך מצוה תג

לכאורה נח איז דאך ארויס פון די תיבה כ"ז לחודש כמפורש בקרא [בשעת די לבנה איז קליין] און ס'שטייט אין מדרש אז באותו יום האט ער איינגעפלאנצט די וויינגארטן, געמאכט וויין, און שיכור געווארן?
אלא מאי מוז מען זאגן אז וויבאלד די גאנצע זאך איז געווען בדרך נס איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 11:46 am

בחפזי אקצר מאד.

די גאנצע זאך אז לבנה אפעקטירט וויין איז היינט שוין לאאנג אויפגעוויזן אלס אזוי אמת ווי עפענען א שירעם מאכט די דאך אראפפאלן וכדומה...

לידיעתי ווערט עס נישט געברענגט אלס פאקט אין קיין שום ראשון, און אפילו ווען יא איז עס א סוגיא רחבה מני ים וויזוי צוצוגיין צו עניני טבעיות המבוארים בדברי קדמונינו נ"ע (ובפשטות לא גרע מרפואות בזמן הש"ס) ואכמ"ל. אבער כנ"ל ווערט נישט פאררעכנט א רעפערענץ צו וויינמאכערס אין חינוך ווי א ראשון.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 1:51 pm

בנוגע אין הקול יפה ליין מוטשעט זיך ר' אברהם הרופא אין שלטי הגבורים סוף פרק עה, ועי"ש מש"כ בזה.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=177

אויך וועגן הקול יפה לבשמים עי"ש באמצע פרק פה פירושים מחודשים ביותר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=215

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 3:59 pm

שכח לכתחילה
איך מיש יא אויס ביידע זאפט צוזאמען און אזוי וואלט איך געראטן פאר איינעם וואס מאכט די ערשטע מאל
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:02 pm

ראשית האט געשריבן:שכח לכתחילה
איך מיש יא אויס ביידע זאפט צוזאמען און אזוי וואלט איך געראטן פאר איינעם וואס מאכט די ערשטע מאל

קליגע דיסיזשען! וזה שאמר הכתוב........ ראשית חכמה!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג אוקטובער 25, 2013 2:47 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:גרויסער ישר כח, פאר אנאנימוס און פאר שליח עושה שליחתו יימערל!

איך האב טאקע געזעהן צוויי פון די לינקס. אבער אזוי ווי עס איז פארהאנען אסאך ערליי מוסקאטס, און ביי טייל רעדט מען טאקע פון "נידריגע" עסידעטי, בינעך נישט זיכער וועלכע עס איז די "סתם" מוסקאט וואס דער עולם ניצט.

אבער פון די אנדערע לינק וואס האסט געברענגט, קוקט אויס אז "בכלליות" איז מוסקאט א "לאו עסיד" טרויב. סא שטימט נישט די סיבה פון "הויכע עסיד".

וויפיל מיר האבן פארשטאנען איז דער מוסקאט בכלליות א זיסער טרויב, הויך אין ציקער, און נידריג אין עסיד.

דער גרונד דערפאר איז, ווייל אפיציעל טוהט מען זיי פלאנצען אין ווארימע פלעצער, און וואס מער ווארימקייט האט דער טרויב מער ציקער ולעומת זה איז עס נידריג אין עסיד, קעלט טוהט דאס פארקערטע, די טרויבן וואס וואקסן אין קאלטע זאנען זענען נידריג אין ציקער און איז הויך אין עסיד.

היצטער לכאו' אז מען וועט פלאנצען מוסקאט אין א קאלטע פלאץ, צום ביישפיל אלאסקא, דאן קען דער מוסקאט האבן ווייניגער ציקער ווי גווענדליך, און קען זיין אפי' אין אלאסקא, ווענדט זיך אויך ווי אזוי מען באהאנדעלט די טרויב.

קען זיין די האסט שוין גרעדט פון דיזע פונקטען אינעם אנדערען אשכול, נאכנישט אנגעיאגט עס גרינטלעך דורך ליינען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 12:39 pm

WOW WOW WOW!!

הערשט נעכטן אנגעקומען צו ליינען לכתחילה'ס ארטיקל, מורא'דיג מורא'דיג!

אזוי שיין און קלאר און צולייגט יעדן דעטאל, אזש מ'קען שפירן דעם גרוך פון וויין בשעת'ן ליינען... תיכף נאכן ענדיגן ליינען בין איך געגאנגען כאפן א גלעזל וויין.. אההה...

ריזיגן יישר כח לכתחילה אריבער!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט