בלאט 1 פון 1
חינוך הילף
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:32 am
דורך בליץ
ראשית כל וויל איך אנהייבן אז איך בין א גרויסע מן הארץ ווען עס קומט צו חינוך, די נושא האט מיר קיינמאל נישט אינטרעסירט איך האב קיינמאל נישט געליינט דער וועגן און קיינמאל נישט אויס געהערט קיין חינוך דרשות...
אבער ב"ה די יארן לויפען און עס הייבט אן נוגע צו זיין ביג טיים און איך בין א גרינער און ב"ה די קינדערלעך זענען לא הרי זה כהרי זה יעדעס קינד דארף אן אנדערע צוגאנג, דערפאר וואלט איך מיר געוואלט מער אריינלייגען.
זוכענדיג דא האב איך כמעט נישט געטראפען עפעס א דבר הראוי, וואלט איך געוואלט בעטן ווער עס האט עפעס ידיעות ארויסצוהעלפען זאל ביטע מיט טיילען..
וועלכע מהלכים עס איז דא היינט אויפן פראפעשנל לעוועל, וועלכע טעיפס איז כדי הערן וועלכע ספרים אדער להבדיל ביכער מען קען א בליק טון, אדער נעמען פון די מהלכים כדי עס צו קענען מער ריסורטשן,
אויך בין איך נייגעריג צו וועמען מען קען זיך ווענדן פאר פרייוואטע קאנסעלטעשן..
איי וויל ריעלי עפרישיעט איט..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:31 am
דורך וואסערפאל
וועלקאם צום חינוך פעלד, אבער ידידינו, קיינער ווערט נישט געבוירן מיט עקספערטיז אין חינוך, נאר דאס איז א זאך וואס מען דארף אליין ארבייטן דערויף, יעדעס קינד דארף מען אליין אפלערנען, מען קען פרעגן עצות און עדווייזעס, אבער דאס איז כיהודה ועוד.
אני הק' בין נישט געגאנגען צו קיין פראפעסיאנאל, און ווען איך האב געהערט טעיפס בין איך אויך נישט קליגער געווארן, נאר וואס יא, איך האב געפרעגט פריוואט פון עלטערע פון מיר, איך האב א קינד אזוי און אזוי, כדת מה לעשות, איין עלטערע אידענע האט מיר אמאל געענטפערט, ' לערן גוט אפ דיין קינד', וואס העלפט אים יא, און וואס נישט, ביי וועלעכע צוגאנג פאלגט ער יא, און ווען נישט.
איך זאג נישט אז פראפעסיאנאלן העלפן נישט, אבער דאס בלייבט אן עבודה פארן טאטן זעלבסט, דער מומחה, דארף נאר עפענען א פתח, אויף ווי אזוי צו ארבייטן.
מומחים איז פארהאן ר' נפתלי שטיין אין וומ"ס, זייער א פראקטישע מדריך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:29 am
דורך בערקא
די ערשטע רול אין חינוך איז: אז עס האט נישט קיין רולס, מען דארף נוצן דעם שכל, און אסאך נאשן פון קלוגע און 'ערליכע' אידן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:57 am
דורך קיווי סטראבערי
ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:14 pm
דורך מילכיגער
איך רעקאמענדיר זייער שטארק די טעיפס פון מרת שרה יאראסלאוויטש. זי האט א מהלך וואס איז געבויט אויף 4-5 קאממאן סענס יסודות. איך האב פריוואט געזעהן א גרויס הצלחה דערמיט.
איין זאך איז זיכער. חינוך קומט נישט ביי דיפאלט! דו קענסט נישט פלעין לאזן גיין זאכן און נאר רעאגירן צו פראבלעמען. מ'מוז ארבייטן מיט א קלארע מהלך (נישט קיין חילוק וועלכע) און אזוי פארלירט מען זיך נישט ווען זאכן גייען נישט פון זיך אליינס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:39 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איז אויסגעהאלטן פאר א מאן צו הערן א דרשה פון א פרוי?
לויט ווי איך פארשטיי איז די ענטפער ניין, אבער מעגליך איך בין זיך טועה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:45 pm
דורך מילכיגער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איז אויסגעהאלטן פאר א מאן צו הערן א דרשה פון א פרוי?
לויט ווי איך פארשטיי איז די ענטפער ניין, אבער מעגליך איך בין זיך טועה.
לכאורה ביסטו גערעכט אבער קודם כל קען עס טאקע די פרוי הערן (זי איז דאך סייווי די הויפט מחנך...ששש).
ס'איז זיכער גרינגער א טעיפ פון א דרשה (לאפוקי זמרה) באין מכירה. און טאמער האלט מען ביי דעם אז מ'דארף עס הערן לרפואה איז נאך גרינגער...
אויף למעשה זאל מען פרעגן א דיין שטייטזיך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויב איז עס געזאגט מיט א "תנועה מיוחדת", ווי די סדר ביי א שיעור, איז א שאלה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:08 pm
דורך ווארד
פון ר' משה בראווערמאן איז נישטא קיין טעיפס?
עס איז דא טעיפס פון ר' דוד לעווי וואס הייסט זייער שטארק
און עס איז דא טעיפס פון נאך אסאך אסאך אסאך מענטשן וואס הייסן אדער וואס ווילן הייסן מחנכים,
דער עיקר איז זאלסט זיך פירן אזוי ווי דיין טאטע האט זיך געפירט מיט דיר (אויב ער האט מצליח געווען...), און אויב דו ווייסט נישט עפעס די ערשטע זאך פרעגט מען דעם טאטן \ זיידן \ דיין וכדומה, און דערנאך קען מען גיין נאשן טיפ'ס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:58 pm
דורך בליץ
א יישר כח פאר אלע מגיבים כל אחד בשמו יבורך!!
עס איז דא אסאך טעיפס פון אסאך ערליכע יודן, אבער למעשה זענען זיי נישט קיין מחנכים, זיי זענען מעורר צו מחנך זיין און זיי געבן אפשר אפאר גיטע עצות פון ערפארונג אבער למעשה זיי ליגען נישט אין חינוך און ווען מען זיכט א קלארע צוגאנג צי א קינד בין איך שטארק מסופק צו זיי זענען וואס מען זיכט..
לגבי מרת יאראסלאוויטש איז אזוי, איך בין אביסעלע אנקאנפטעבל צו הערן פרויען דרשות דעריבער וואלט איך ענדערשט געוואלט ליינען, וויסט איינער די נאמען פון אירע מעטאדן?? איך גלייב שווער זי האט עס אליין מחדש געווען..
לגבי "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון און וועלכע שפראך איז עס?? און וועלכע נושאים קאווערט ער??
למעשה צו פירן א שטוב ברוך מען נישט קיין מהלכים ווי אויבן דערמאנט מען דארף אפלערנען די אייגענע קינדער און קוקן וואס עס ארבייט, און זיך דורך רעדן מיט עלטערע פון אייך.. אבער פאר קינדער מיט א ספאציפישע פראבלעם איז די מעשה אנדערשט..
ר דוד לעווי איז א עקספיריענס מחנך??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:42 pm
דורך ווארד
ר' דוד לעווי הייסט גאר א גרויסער מחנך, און איך האב שוין געהערט פון אסאך וואס טוען אין דעם פעלד פון חינוך וואס רעדן זיך אדורך מיט אים
און איך וויל דיר זאגן נאך א חידוש, אז א קינד'ס מלמד קען אויך אמאל האבן אסאך ערפארונג, און קען אסאך מאל העלפן ווען אנדערע קענען נישט (אסאך מאל נישט, אבער אסאך מאל יא, עס איז ווערט צו פרובירן).
אויב האסטו א ספעציפישע פראבלעם דארפסטו פורש זיין, קענסט נישט פרעגן סתם מען זאל דיר געבן אינפארמאציע וועגן "חינוך", חינוך איז א פעלד וואס איז רחבה מני ים, מען דארף וויסן אין וועלכן ספעציפישן נושא דו דארפסט הילף
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 11:18 am
דורך בערקא
ווארד האט געשריבן:און איך וויל דיר זאגן נאך א חידוש, אז א קינד'ס מלמד קען אויך אמאל האבן אסאך ערפארונג, און קען אסאך מאל העלפן ווען אנדערע קענען נישט (אסאך מאל נישט, אבער אסאך מאל יא, עס איז ווערט צו פרובירן).
אויב האסטו א ספעציפישע פראבלעם דארפסטו פורש זיין, קענסט נישט פרעגן סתם מען זאל דיר געבן אינפארמאציע וועגן "חינוך", חינוך איז א פעלד וואס איז רחבה מני ים, מען דארף וויסן אין וועלכן ספעציפישן נושא דו דארפסט הילף
ריכטיג מיט ביידע נקודות.
לגבי די ערשטע קען איך צולייגן, אז דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווען עס קומט צו א פראבלעם, קודם גיין צום מלמד/טיטשער (אמת, אמאל מאכט זיך אז דער מלמד ווייסט קיין חייכון מער ווי טייטשן דעם פסוק, אבער אמאל...) זיי זענען מיטן קינד א גרויס חלק פון טאג, און זיי זעעהן אויך ווי אזוי דאס איז צווישן אנדערע קינדער, און אמאל קענען זיי באמערקן א די שורש פון די פראבלעם קומט גאר פון א צווייטן קינד, וכו', איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין. והבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 3:55 pm
דורך מתבונן
דאס איז זייער א וויכטיגע און א אינטרעסאנטע נושא. כבין נייגעריג ווילאנג דאס וועט זיך ציען.
קיווי סטראבערי האט געשריבן:ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.
דאס איז טאקע די בעסטע חינוך ביך וואס איז נאר ארויסגעקומען אין די לעצטע 70 יאר (פארדעם ווייס איך נישט, און סאיז אויך נישט געווען צופיל נוגע...). שוין אלץ בחור האב איך שוין אויסגעהערט זיינע טעיפס / דרשות, און כהאב אסאך גענאשט פון איהם צו ארויסהאבן סודות בעניני הנפש.
ווארד האט געשריבן:דער עיקר איז זאלסט זיך פירן אזוי ווי דיין טאטע האט זיך געפירט מיט דיר (אויב ער האט מצליח געווען...)
זייער א ווייטאגליכע פונקט. וויפיל פון אונז קענען פילן באמת, אדער בעסער געזאגט, געדענקען א מאמענט פון א געפיל, וואס דער טאטע'ס חינוך צו תורה ויר"ש איז אריין אין די ביינער כיתד בל תמוט? פאר די וואס פילן אין זיך א געפיל פארן באשעפער, א אמת'ע פנימיות'דיגע געפיל, לכבוד וואס דער טאטע האט אמאל געזאגט, אדער איבערגעגעבן, אזא איינער קען טאקע אנפרעגן ביי זיין טאטען. אויב געדענקט מען אבער נאר - אדער בעיקר - ווי די טאטע האט אריינגעשיקט אין בעט, אדער געהייסן אריין קוקען אין סידור, טייטלען, נישט ארומלויפען, רעדן מיט דרך ארץ, זיץ שיין, בענטש הויך...! וכדו' וכיו"ב, בין איך שטארק מסופק אויב דער טאטע וועט קענען איבערגעבן הוראות ווי אזוי מחנך צו זיין... ער וועט אפשר קענען איבערגעבן נאך פונקטען אין דיצעפלען וואס איז פון "די גרעסטע יסודות" אין חינוך... און דאס האבן אונזערע זיידעס כסדר געזיכט צו פארבעסערן און געגאנגען צו שיעורים און צו די חסידישע רביס, דאס איבריגע קומט שוין אליינס.
ווען דו וועסט ענדיגן דעם ספר פון הרב יעקבזון, וועסטו גוט פארשטיין די ווערטער. מקען נאך אסאך ארומרעדן. דערווייל זאל יעדער האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
לאז וויסן וואס טוט זיך.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 4:01 pm
דורך מילכיגער
מתבונן האט געשריבן:דאס איז זייער א וויכטיגע און א אינטרעסאנטע נושא. כבין נייגעריג ווילאנג דאס וועט זיך ציען.
ווארד האט געשריבן:דער עיקר איז זאלסט זיך פירן אזוי ווי דיין טאטע האט זיך געפירט מיט דיר (אויב ער האט מצליח געווען...)
זייער א ווייטאגליכע פונקט. וויפיל פון אונז קענען פילן באמת, אדער בעסער געזאגט, געדענקען א מאמענט פון א געפיל, וואס דער טאטע'ס חינוך צו תורה ויר"ש איז אריין אין די ביינער כיתד בל תמוט? פאר די וואס פילן אין זיך א געפיל פארן באשעפער, א אמת'ע פנימיות'דיגע געפיל, לכבוד וואס דער טאטע האט אמאל געזאגט, אדער איבערגעגעבן, אזא איינער קען טאקע אנפרעגן ביי זיין טאטען. אויב געדענקט מען אבער נאר - אדער בעיקר - ווי די טאטע האט אריינגעשיקט אין בעט, אדער געהייסן אריין קוקען אין סידור, טייטלען, נישט ארומלויפען, רעדן מיט דרך ארץ, זיץ שיין, בענטש הויך...! וכדו' וכיו"ב, בין איך שטארק מסופק אויב דער טאטע וועט קענען איבערגעבן הוראות ווי אזוי מחנך צו זיין... ער וועט אפשר קענען איבערגעבן נאך פונקטען אין דיצעפלען וואס איז פון "די גרעסטע יסודות" אין חינוך... און דאס האבן אונזערע זיידעס כסדר געזיכט צו פארבעסערן און געגאנגען צו שיעורים און צו די חסידישע רביס, דאס איבריגע קומט שוין אליינס.
ווען דו וועסט ענדיגן דעם ספר פון הרב יעקבזון, וועסטו גוט פארשטיין די ווערטער. מקען נאך אסאך ארומרעדן. דערווייל זאל יעדער האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
לאז וויסן וואס טוט זיך.
I raise my hands
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:57 am
דורך מתבונן
בערקא האט געשריבן:ווארד האט געשריבן:און איך וויל דיר זאגן נאך א חידוש, אז א קינד'ס מלמד קען אויך אמאל האבן אסאך ערפארונג, און קען אסאך מאל העלפן ווען אנדערע קענען נישט (אסאך מאל נישט, אבער אסאך מאל יא, עס איז ווערט צו פרובירן).
אויב האסטו א ספעציפישע פראבלעם דארפסטו פורש זיין, קענסט נישט פרעגן סתם מען זאל דיר געבן אינפארמאציע וועגן "חינוך", חינוך איז א פעלד וואס איז רחבה מני ים, מען דארף וויסן אין וועלכן ספעציפישן נושא דו דארפסט הילף
ריכטיג מיט ביידע נקודות.
לגבי די ערשטע קען איך צולייגן, אז דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווען עס קומט צו א פראבלעם, קודם גיין צום מלמד/טיטשער (אמת, אמאל מאכט זיך אז דער מלמד ווייסט קיין חייכון מער ווי טייטשן דעם פסוק, אבער אמאל...) זיי זענען מיטן קינד א גרויס חלק פון טאג, און זיי זעעהן אויך ווי אזוי דאס איז צווישן אנדערע קינדער, און אמאל קענען זיי באמערקן א די שורש פון די פראבלעם קומט גאר פון א צווייטן קינד, וכו', איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין. והבן.
אלעס האט א אמת. מדארף אבער אלעמאל געדענקען, מקען זיין די גרעסטע מחנך און פארשטיין די "שורש", סקען אבער אלעמאל זיין אז די שורש איז אסאך טיפער ווי ממיינט, ויש להאריך בזה. ממילא מיינט מען אז מווייסט די שורש, און דערווייל פארקוקט מען דעם אמת. אוי! מדארף אזויפיל סייעתא דשמיא.
דער עיקר איז, אז עלעטערן דארפן זיך אליינס אויסארבעטן די מידות "ביזן שורש", און דעמאלטס וועט ווערן א עולם התיקון.