חינוך הילף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בליץ
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

חינוך הילף

תגובהדורך בליץ » דאנארשטאג יולי 25, 2013 2:32 am

ראשית כל וויל איך אנהייבן אז איך בין א גרויסע מן הארץ ווען עס קומט צו חינוך, די נושא האט מיר קיינמאל נישט אינטרעסירט איך האב קיינמאל נישט געליינט דער וועגן און קיינמאל נישט אויס געהערט קיין חינוך דרשות...

אבער ב"ה די יארן לויפען און עס הייבט אן נוגע צו זיין ביג טיים און איך בין א גרינער און ב"ה די קינדערלעך זענען לא הרי זה כהרי זה יעדעס קינד דארף אן אנדערע צוגאנג, דערפאר וואלט איך מיר געוואלט מער אריינלייגען.

זוכענדיג דא האב איך כמעט נישט געטראפען עפעס א דבר הראוי, וואלט איך געוואלט בעטן ווער עס האט עפעס ידיעות ארויסצוהעלפען זאל ביטע מיט טיילען..

וועלכע מהלכים עס איז דא היינט אויפן פראפעשנל לעוועל, וועלכע טעיפס איז כדי הערן וועלכע ספרים אדער להבדיל ביכער מען קען א בליק טון, אדער נעמען פון די מהלכים כדי עס צו קענען מער ריסורטשן,

אויך בין איך נייגעריג צו וועמען מען קען זיך ווענדן פאר פרייוואטע קאנסעלטעשן..

איי וויל ריעלי עפרישיעט איט..

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג יולי 25, 2013 7:31 am

וועלקאם צום חינוך פעלד, אבער ידידינו, קיינער ווערט נישט געבוירן מיט עקספערטיז אין חינוך, נאר דאס איז א זאך וואס מען דארף אליין ארבייטן דערויף, יעדעס קינד דארף מען אליין אפלערנען, מען קען פרעגן עצות און עדווייזעס, אבער דאס איז כיהודה ועוד.

אני הק' בין נישט געגאנגען צו קיין פראפעסיאנאל, און ווען איך האב געהערט טעיפס בין איך אויך נישט קליגער געווארן, נאר וואס יא, איך האב געפרעגט פריוואט פון עלטערע פון מיר, איך האב א קינד אזוי און אזוי, כדת מה לעשות, איין עלטערע אידענע האט מיר אמאל געענטפערט, ' לערן גוט אפ דיין קינד', וואס העלפט אים יא, און וואס נישט, ביי וועלעכע צוגאנג פאלגט ער יא, און ווען נישט.

איך זאג נישט אז פראפעסיאנאלן העלפן נישט, אבער דאס בלייבט אן עבודה פארן טאטן זעלבסט, דער מומחה, דארף נאר עפענען א פתח, אויף ווי אזוי צו ארבייטן.

מומחים איז פארהאן ר' נפתלי שטיין אין וומ"ס, זייער א פראקטישע מדריך.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יולי 25, 2013 9:29 am

די ערשטע רול אין חינוך איז: אז עס האט נישט קיין רולס, מען דארף נוצן דעם שכל, און אסאך נאשן פון קלוגע און 'ערליכע' אידן.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג יולי 25, 2013 12:57 pm

ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יולי 25, 2013 1:14 pm

איך רעקאמענדיר זייער שטארק די טעיפס פון מרת שרה יאראסלאוויטש. זי האט א מהלך וואס איז געבויט אויף 4-5 קאממאן סענס יסודות. איך האב פריוואט געזעהן א גרויס הצלחה דערמיט.

איין זאך איז זיכער. חינוך קומט נישט ביי דיפאלט! דו קענסט נישט פלעין לאזן גיין זאכן און נאר רעאגירן צו פראבלעמען. מ'מוז ארבייטן מיט א קלארע מהלך (נישט קיין חילוק וועלכע) און אזוי פארלירט מען זיך נישט ווען זאכן גייען נישט פון זיך אליינס
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג יולי 25, 2013 1:39 pm

איז אויסגעהאלטן פאר א מאן צו הערן א דרשה פון א פרוי?

לויט ווי איך פארשטיי איז די ענטפער ניין, אבער מעגליך איך בין זיך טועה.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יולי 25, 2013 1:45 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איז אויסגעהאלטן פאר א מאן צו הערן א דרשה פון א פרוי?

לויט ווי איך פארשטיי איז די ענטפער ניין, אבער מעגליך איך בין זיך טועה.


לכאורה ביסטו גערעכט אבער קודם כל קען עס טאקע די פרוי הערן (זי איז דאך סייווי די הויפט מחנך...ששש).

ס'איז זיכער גרינגער א טעיפ פון א דרשה (לאפוקי זמרה) באין מכירה. און טאמער האלט מען ביי דעם אז מ'דארף עס הערן לרפואה איז נאך גרינגער...

אויף למעשה זאל מען פרעגן א דיין שטייטזיך.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יולי 25, 2013 2:04 pm

אויב איז עס געזאגט מיט א "תנועה מיוחדת", ווי די סדר ביי א שיעור, איז א שאלה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג יולי 25, 2013 2:08 pm

פון ר' משה בראווערמאן איז נישטא קיין טעיפס?
עס איז דא טעיפס פון ר' דוד לעווי וואס הייסט זייער שטארק
און עס איז דא טעיפס פון נאך אסאך אסאך אסאך מענטשן וואס הייסן אדער וואס ווילן הייסן מחנכים,
דער עיקר איז זאלסט זיך פירן אזוי ווי דיין טאטע האט זיך געפירט מיט דיר (אויב ער האט מצליח געווען...), און אויב דו ווייסט נישט עפעס די ערשטע זאך פרעגט מען דעם טאטן \ זיידן \ דיין וכדומה, און דערנאך קען מען גיין נאשן טיפ'ס.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

בליץ
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » דאנארשטאג יולי 25, 2013 5:58 pm

א יישר כח פאר אלע מגיבים כל אחד בשמו יבורך!!

עס איז דא אסאך טעיפס פון אסאך ערליכע יודן, אבער למעשה זענען זיי נישט קיין מחנכים, זיי זענען מעורר צו מחנך זיין און זיי געבן אפשר אפאר גיטע עצות פון ערפארונג אבער למעשה זיי ליגען נישט אין חינוך און ווען מען זיכט א קלארע צוגאנג צי א קינד בין איך שטארק מסופק צו זיי זענען וואס מען זיכט..

לגבי מרת יאראסלאוויטש איז אזוי, איך בין אביסעלע אנקאנפטעבל צו הערן פרויען דרשות דעריבער וואלט איך ענדערשט געוואלט ליינען, וויסט איינער די נאמען פון אירע מעטאדן?? איך גלייב שווער זי האט עס אליין מחדש געווען..
לגבי "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון און וועלכע שפראך איז עס?? און וועלכע נושאים קאווערט ער??

למעשה צו פירן א שטוב ברוך מען נישט קיין מהלכים ווי אויבן דערמאנט מען דארף אפלערנען די אייגענע קינדער און קוקן וואס עס ארבייט, און זיך דורך רעדן מיט עלטערע פון אייך.. אבער פאר קינדער מיט א ספאציפישע פראבלעם איז די מעשה אנדערשט..
ר דוד לעווי איז א עקספיריענס מחנך??

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג יולי 25, 2013 6:42 pm

ר' דוד לעווי הייסט גאר א גרויסער מחנך, און איך האב שוין געהערט פון אסאך וואס טוען אין דעם פעלד פון חינוך וואס רעדן זיך אדורך מיט אים
און איך וויל דיר זאגן נאך א חידוש, אז א קינד'ס מלמד קען אויך אמאל האבן אסאך ערפארונג, און קען אסאך מאל העלפן ווען אנדערע קענען נישט (אסאך מאל נישט, אבער אסאך מאל יא, עס איז ווערט צו פרובירן).
אויב האסטו א ספעציפישע פראבלעם דארפסטו פורש זיין, קענסט נישט פרעגן סתם מען זאל דיר געבן אינפארמאציע וועגן "חינוך", חינוך איז א פעלד וואס איז רחבה מני ים, מען דארף וויסן אין וועלכן ספעציפישן נושא דו דארפסט הילף
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג יולי 26, 2013 12:18 pm

ווארד האט געשריבן:און איך וויל דיר זאגן נאך א חידוש, אז א קינד'ס מלמד קען אויך אמאל האבן אסאך ערפארונג, און קען אסאך מאל העלפן ווען אנדערע קענען נישט (אסאך מאל נישט, אבער אסאך מאל יא, עס איז ווערט צו פרובירן).
אויב האסטו א ספעציפישע פראבלעם דארפסטו פורש זיין, קענסט נישט פרעגן סתם מען זאל דיר געבן אינפארמאציע וועגן "חינוך", חינוך איז א פעלד וואס איז רחבה מני ים, מען דארף וויסן אין וועלכן ספעציפישן נושא דו דארפסט הילף


ריכטיג מיט ביידע נקודות.

לגבי די ערשטע קען איך צולייגן, אז דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווען עס קומט צו א פראבלעם, קודם גיין צום מלמד/טיטשער (אמת, אמאל מאכט זיך אז דער מלמד ווייסט קיין חייכון מער ווי טייטשן דעם פסוק, אבער אמאל...) זיי זענען מיטן קינד א גרויס חלק פון טאג, און זיי זעעהן אויך ווי אזוי דאס איז צווישן אנדערע קינדער, און אמאל קענען זיי באמערקן א די שורש פון די פראבלעם קומט גאר פון א צווייטן קינד, וכו', איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין. והבן.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 4:55 pm

דאס איז זייער א וויכטיגע און א אינטרעסאנטע נושא. כבין נייגעריג ווילאנג דאס וועט זיך ציען.

קיווי סטראבערי האט געשריבן:ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.

דאס איז טאקע די בעסטע חינוך ביך וואס איז נאר ארויסגעקומען אין די לעצטע 70 יאר (פארדעם ווייס איך נישט, און סאיז אויך נישט געווען צופיל נוגע...). שוין אלץ בחור האב איך שוין אויסגעהערט זיינע טעיפס / דרשות, און כהאב אסאך גענאשט פון איהם צו ארויסהאבן סודות בעניני הנפש.

ווארד האט געשריבן:דער עיקר איז זאלסט זיך פירן אזוי ווי דיין טאטע האט זיך געפירט מיט דיר (אויב ער האט מצליח געווען...)

זייער א ווייטאגליכע פונקט. וויפיל פון אונז קענען פילן באמת, אדער בעסער געזאגט, געדענקען א מאמענט פון א געפיל, וואס דער טאטע'ס חינוך צו תורה ויר"ש איז אריין אין די ביינער כיתד בל תמוט? פאר די וואס פילן אין זיך א געפיל פארן באשעפער, א אמת'ע פנימיות'דיגע געפיל, לכבוד וואס דער טאטע האט אמאל געזאגט, אדער איבערגעגעבן, אזא איינער קען טאקע אנפרעגן ביי זיין טאטען. אויב געדענקט מען אבער נאר - אדער בעיקר - ווי די טאטע האט אריינגעשיקט אין בעט, אדער געהייסן אריין קוקען אין סידור, טייטלען, נישט ארומלויפען, רעדן מיט דרך ארץ, זיץ שיין, בענטש הויך...! וכדו' וכיו"ב, בין איך שטארק מסופק אויב דער טאטע וועט קענען איבערגעבן הוראות ווי אזוי מחנך צו זיין... ער וועט אפשר קענען איבערגעבן נאך פונקטען אין דיצעפלען וואס איז פון "די גרעסטע יסודות" אין חינוך... און דאס האבן אונזערע זיידעס כסדר געזיכט צו פארבעסערן און געגאנגען צו שיעורים און צו די חסידישע רביס, דאס איבריגע קומט שוין אליינס.
ווען דו וועסט ענדיגן דעם ספר פון הרב יעקבזון, וועסטו גוט פארשטיין די ווערטער. מקען נאך אסאך ארומרעדן. דערווייל זאל יעדער האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
לאז וויסן וואס טוט זיך.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:01 pm

מתבונן האט געשריבן:דאס איז זייער א וויכטיגע און א אינטרעסאנטע נושא. כבין נייגעריג ווילאנג דאס וועט זיך ציען.


ווארד האט געשריבן:דער עיקר איז זאלסט זיך פירן אזוי ווי דיין טאטע האט זיך געפירט מיט דיר (אויב ער האט מצליח געווען...)

זייער א ווייטאגליכע פונקט. וויפיל פון אונז קענען פילן באמת, אדער בעסער געזאגט, געדענקען א מאמענט פון א געפיל, וואס דער טאטע'ס חינוך צו תורה ויר"ש איז אריין אין די ביינער כיתד בל תמוט? פאר די וואס פילן אין זיך א געפיל פארן באשעפער, א אמת'ע פנימיות'דיגע געפיל, לכבוד וואס דער טאטע האט אמאל געזאגט, אדער איבערגעגעבן, אזא איינער קען טאקע אנפרעגן ביי זיין טאטען. אויב געדענקט מען אבער נאר - אדער בעיקר - ווי די טאטע האט אריינגעשיקט אין בעט, אדער געהייסן אריין קוקען אין סידור, טייטלען, נישט ארומלויפען, רעדן מיט דרך ארץ, זיץ שיין, בענטש הויך...! וכדו' וכיו"ב, בין איך שטארק מסופק אויב דער טאטע וועט קענען איבערגעבן הוראות ווי אזוי מחנך צו זיין... ער וועט אפשר קענען איבערגעבן נאך פונקטען אין דיצעפלען וואס איז פון "די גרעסטע יסודות" אין חינוך... און דאס האבן אונזערע זיידעס כסדר געזיכט צו פארבעסערן און געגאנגען צו שיעורים און צו די חסידישע רביס, דאס איבריגע קומט שוין אליינס.
ווען דו וועסט ענדיגן דעם ספר פון הרב יעקבזון, וועסטו גוט פארשטיין די ווערטער. מקען נאך אסאך ארומרעדן. דערווייל זאל יעדער האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
לאז וויסן וואס טוט זיך.


I raise my hands
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:57 pm

בערקא האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:און איך וויל דיר זאגן נאך א חידוש, אז א קינד'ס מלמד קען אויך אמאל האבן אסאך ערפארונג, און קען אסאך מאל העלפן ווען אנדערע קענען נישט (אסאך מאל נישט, אבער אסאך מאל יא, עס איז ווערט צו פרובירן).
אויב האסטו א ספעציפישע פראבלעם דארפסטו פורש זיין, קענסט נישט פרעגן סתם מען זאל דיר געבן אינפארמאציע וועגן "חינוך", חינוך איז א פעלד וואס איז רחבה מני ים, מען דארף וויסן אין וועלכן ספעציפישן נושא דו דארפסט הילף


ריכטיג מיט ביידע נקודות.

לגבי די ערשטע קען איך צולייגן, אז דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט ווען עס קומט צו א פראבלעם, קודם גיין צום מלמד/טיטשער (אמת, אמאל מאכט זיך אז דער מלמד ווייסט קיין חייכון מער ווי טייטשן דעם פסוק, אבער אמאל...) זיי זענען מיטן קינד א גרויס חלק פון טאג, און זיי זעעהן אויך ווי אזוי דאס איז צווישן אנדערע קינדער, און אמאל קענען זיי באמערקן א די שורש פון די פראבלעם קומט גאר פון א צווייטן קינד, וכו', איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין. והבן.


אלעס האט א אמת. מדארף אבער אלעמאל געדענקען, מקען זיין די גרעסטע מחנך און פארשטיין די "שורש", סקען אבער אלעמאל זיין אז די שורש איז אסאך טיפער ווי ממיינט, ויש להאריך בזה. ממילא מיינט מען אז מווייסט די שורש, און דערווייל פארקוקט מען דעם אמת. אוי! מדארף אזויפיל סייעתא דשמיא.

דער עיקר איז, אז עלעטערן דארפן זיך אליינס אויסארבעטן די מידות "ביזן שורש", און דעמאלטס וועט ווערן א עולם התיקון.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 9:45 pm

ווען א קינד זאגט ניין

תגובהדורך לעכטיג » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 10:31 pm

אויסצוגען פון הרב לייבל שטערנליכט אויפן האטליין קול החינוך
7189894842
וברשותו
ועל האחריות הכותב בלבד

וואס טוט מען מיט א קינד וואס אויף יעדע זאך וואס עלטערן זאגען זאגט ער ניין
משה'לע קום שיין עסן נאכטמאל 'ניין' פאק
'שיין צוזאם די טויס 'ניין

די אמת איז אבער אז די שאלה דארף מען פרעגן אביסל אנדרש.

"פארוואס זאגט די קינד ניין פארוואס וויל ער נישט פאלגען
דאס איז די ריכטיגע שאלה..
שאלות חכם חצי תשובה !

די מהלך דארף צוזיין אז
מדארף אויסלערנען דאס קינד ער זאל דאס אליין וועלען ער זאל האבן א אייגענג רצון
און דאס איז מען מחנך מיטן שמאל דוחה און ימין מקרבת , און כדי דאס מסביר זיין אביסל בעסער וועלען מיר זיך דערמאנען די באקאנטע זוהר הק' אז יראה און אהבה איז אזוי ווי צוויי פליגלען און איינס אן די צווייטע גייט נישט ,

די זעלבע ביי חינוך מדארף מחנך זיין א קינד מיט ביידע אבער נאכמער מיט אהבה דארף מען ווי מיט יראה , ימין מקרבת די רעכטע האנט איז שטערקער..

מדארף געבן פארן קינד די געלעגנהייט ער זאל אליין באשליסן וואס ער וויל , אזוי ווי יעדע ערוואקסענע מענטש האט זייער הנאה ווען ער קומט אויף מיט א געדאנק- חידוש- באשלאס , אזוי אויך דארף דער קינד הנאה האבן פון זיין באשלאס אז ער וויל יעצט טאקע עסן נאכטמאל די געזונטע מדות הגאווה פונעם קינד אז ער וויל עפעס ,דאס דארף דיוועליפען א געזונטערע .
.אויפפירונג פארן קינד


און די מהלך דארף אמאל זיין מזאל פרעגן דעם קינד צו ער וויל יעצט עסן אזוי וועט ער קענען אליין באשליסען און האבן דעם גיטען געפיהל פון אליין באשליסן

און דאס איז א יסוד גדול אין חינוך אז מ'דארף נישט אויספירען מיטען קינד אז אזוי ווי איך וויל אזוי וועל איך זיכער מאכן אז ער טוט טאקע נאר מ'דארף אים געבן די רצון צו טוען די ריכטיגע זאך

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 1:59 am

מתבונן האט געשריבן:דאס איז זייער א וויכטיגע און א אינטרעסאנטע נושא. כבין נייגעריג ווילאנג דאס וועט זיך ציען.

קיווי סטראבערי האט געשריבן:ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.

דאס איז טאקע די בעסטע חינוך ביך וואס איז נאר ארויסגעקומען אין די לעצטע 70 יאר (פארדעם ווייס איך נישט, און סאיז אויך נישט געווען צופיל נוגע...). שוין אלץ בחור האב איך שוין אויסגעהערט זיינע טעיפס / דרשות, און כהאב אסאך גענאשט פון איהם צו ארויסהאבן סודות בעניני הנפש.


איינער קען מער מסביר זיין וואס זיין אייגענארטיגקייט איז מיט וואס איז ער בעסר ווי אנדערע, וואס איז זיין מהלך בערך,
און וועלכע געשעפט אין ווילימסבורג פארמאגט דאס

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 8:04 pm

לטב עביד האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:דאס איז זייער א וויכטיגע און א אינטרעסאנטע נושא. כבין נייגעריג ווילאנג דאס וועט זיך ציען.

קיווי סטראבערי האט געשריבן:ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.

דאס איז טאקע די בעסטע חינוך ביך וואס איז נאר ארויסגעקומען אין די לעצטע 70 יאר (פארדעם ווייס איך נישט, און סאיז אויך נישט געווען צופיל נוגע...). שוין אלץ בחור האב איך שוין אויסגעהערט זיינע טעיפס / דרשות, און כהאב אסאך גענאשט פון איהם צו ארויסהאבן סודות בעניני הנפש.


איינער קען מער מסביר זיין וואס זיין אייגענארטיגקייט איז מיט וואס איז ער בעסר ווי אנדערע, וואס איז זיין מהלך בערך,
און וועלכע געשעפט אין ווילימסבורג פארמאגט דאס


די אייגענארטיגקייט פון הרב יעקבזון איז פילפאכיג. קודם כל האט ער נישט סתם נאכגעבאבעלט וואס הולם גולם זאגט און עס געמאכט פאר א שיטה, נאר ער האט אריינגעלייגט אסאך קאפ מחשבה און נאכגעגאנגן די זאך וואס ער זאגט מיט א גרינטליכקייט. א קלאסישע דוגמא וואס איך מיין צו זאגן מיט דעם איז די נושא 'דוגמא אישית', אדער ווי מען רופט עס אין ענגליש א role model, ווי ער צונעמט די זאך אויף פיץ פיצלעך וואס דאס מיינט און וויאזוי דאס העלפט, אנשטאטס נאך צו בעבלען אז א טאטע דארף זיך אויפפירן גוט כדי זיין זון זאל זיך אויפפירן גוט. ער ווייזט אויף אז נישט דאס מיינט עס, און ווייזט אויף וואס עס מיינט יא. נאך א דוגמא איז די נושא פון מעודד זיין צו תורה ויר"ש, ווען עס העלפט און ועון עס מאכט גאר 'ערגער', ועוד ועוד.
זייער אסאך זאכן וואס איך האב געהערט פון אנדערע גרויסע מחנכים קומען פון אים, און ווי אסאך גרויסע מחנכים זאגן אליין אז זיי האבן אסאך גענאשט פון אים, א דוגמא ווי ר' בערל טויבער שליט"א, און נאך אסאך.
די צווייטע זאך איז, אז בטבע האט ער א מורא'דיגע תפיסה צו קענען כאפן א נושא, און צו דערטאטפן א פראבלעם.
דריטענס, ער האט אסאך גענאשט פון גדולי ישראל, און איז געווען זייער נאנט צו זיי.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

חגי
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 10:02 pm

תגובהדורך חגי » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 8:35 pm

יש להשיג ספר חשוב שיצא לאחרונה "שתולים בבית ה'"

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 11:19 pm

לאמיך פרעגן די חכמים דא א שאלה וואס עגבערט מיר שוין א שיינע שטיק צייט. און אולי וועט איינער קענען אנוויזן א ריכטיגע מהלך וויאזוי צו דיעלן דערמיט.

איך האב א 9 יעריג קינד וואס איז מוראדיגע סענסיטיוו, און ווען ער ווערט באליידיגט, דרינגט דאס אריין עד דכדוכה של נפש, און ער וועט עס 'געדענקן' א נעקסטע מאל אויך, און בכלל נעמט ער עס נישט פאר גרינג אויב ער שפירט אז מ'האט אים בעוול'ט, נישט אז מ'דארף עס נעמען גרינג, אבער ער ווערט אויפגעשטורעמט און באליידיגט.

ער איז נישט נאר סענסיטיוו פאר זיך, נאר אן אנדערעם אויכעט, ער קען נישט אויסהאלטן אויב דער רבי פארשעמט א אנדערע אינגל, און ער וועט קיינמאל נישט שטעכן א אנדערע קינד.

ער איז א קלוג קינד, און ער פארשטייט אז ער דארף ווען נישט זיין באליידיגט אויב איך האב אים געזאגט צו טוהן עפעס וואס אים שמעקט נישט (און ער איז פונקט נישט אויסגעשלאפן ) אויף אביסל א הויכע און שטרענגערע טאן, אבער ער איז הילפסלאז, די טרערן קומען אומווילענדיג.

מיין שאלה איז צו דאס איז א זאך וואס מ'וואקסט אויף, און ס'בעסער צו אויסמיידן אזוינע מצבים ? אדער איז עס עפעס וואס מ'דארף "מחנך" זיין.?

איך וויל נישט אז ער זאל האבן א שווער לעבן מיט חשבונות אויף יעדעם ןואס האט אים ווי געטוהן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 12:11 am

איך האב די זעלבע זאך מיט א 3 יעריג אינגל.

אויף אים זעה איך נאכנישט זיין סענסעטיוויטי מיט א צווייטן. אבער איך האב אים נאך קיינמאל געדארפט געבן א פאטש. ווען איך זאג אים "טאטי וועט זיין ברוגז" ווערט ער שוין אויפגעשאקלט.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 12:43 am

אן הארציגע יישר כח @מתבונן איך האב זיך שוין פארשאפט די ספר, יא דו ברענגסט עס גוט ארויס פון די ביסל וואס איך האב געבלעטערט האב איך געזען די מהלך.
איין זאך נאר עס איז גאנץ א שווערע העברעהיש און אויך עס ליינט זיך נישט פליסיג עס איז מער ווי א לימוד מען דארף האלטן קאפ, קען זיין דאס איז א מעלה ווייל סוף כל סוף לערנסטו עס בעסער אפ.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 12:45 am

חגי האט געשריבן:יש להשיג ספר חשוב שיצא לאחרונה "שתולים בבית ה'"

אפשר איז שייך מרחיב צו זיין ווער די מחבר איז און וואסערע חידוש ער ברענגט צום טיש.

תודה!

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:53 am

El Rushbo האט געשריבן:לאמיך פרעגן די חכמים דא א שאלה וואס עגבערט מיר שוין א שיינע שטיק צייט. און אולי וועט איינער קענען אנוויזן א ריכטיגע מהלך וויאזוי צו דיעלן דערמיט.

איך האב א 9 יעריג קינד וואס איז מוראדיגע סענסיטיוו, און ווען ער ווערט באליידיגט, דרינגט דאס אריין עד דכדוכה של נפש, און ער וועט עס 'געדענקן' א נעקסטע מאל אויך, און בכלל נעמט ער עס נישט פאר גרינג אויב ער שפירט אז מ'האט אים בעוול'ט, נישט אז מ'דארף עס נעמען גרינג, אבער ער ווערט אויפגעשטורעמט און באליידיגט.

ער איז נישט נאר סענסיטיוו פאר זיך, נאר אן אנדערעם אויכעט, ער קען נישט אויסהאלטן אויב דער רבי פארשעמט א אנדערע אינגל, און ער וועט קיינמאל נישט שטעכן א אנדערע קינד.

ער איז א קלוג קינד, און ער פארשטייט אז ער דארף ווען נישט זיין באליידיגט אויב איך האב אים געזאגט צו טוהן עפעס וואס אים שמעקט נישט (און ער איז פונקט נישט אויסגעשלאפן ) אויף אביסל א הויכע און שטרענגערע טאן, אבער ער איז הילפסלאז, די טרערן קומען אומווילענדיג.

מיין שאלה איז צו דאס איז א זאך וואס מ'וואקסט אויף, און ס'בעסער צו אויסמיידן אזוינע מצבים ? אדער איז עס עפעס וואס מ'דארף "מחנך" זיין.?

איך וויל נישט אז ער זאל האבן א שווער לעבן מיט חשבונות אויף יעדעם ןואס האט אים ווי געטוהן.


לויט דיינע ווערטער זעט אויס אז דאס קינד האט א low self esteem וואס מען קען און מען דארף "ארבעטן" מיט אים, נישט "מחנך" זיין וד"ל.

געלאסן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2014 9:08 pm

תגובהדורך געלאסן » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 1:49 pm

פאר גרונטליכע הילף קענט איר אנפרעגן ביי 914-242-1678
זיי (מאן און פרוי) ארבעטן אויף א געוואלדיגן מהלך און גאר געוואונטשענע רעזולטאטן ב''ה (ביודעי קאמינא).
אנטשולדיגט איך קען נישט מאריך זיין במקום שצריך, ביטע מעלדט דא אויב ס'איז כדאי געווען.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט