בלאט 1 פון 1
קול יועץ
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 21, 2013 8:52 pm
דורך חסדי אבות
איך האב זיך לעצטנס דערוויסט איבער א טעלפאן ליניע מיטן נאמען קול יועץ. דערווייל האב איך נישט געהאט די צייט זיך אריינלאזן און זיי אויסהערן גרינטליך, ווי אויך די אינסטראקציעס זענען עטוואס קאמפלעצירט, אבער פון דאס ביסל הערן קוקט מיר אויס ווי א זאכליכע זאך. פארט, איז מיר שווער צו גלויבן אז איין מענטש קען אנפירן מיט אזא אפאראט פאר אומבאצאלט. מיר קוקט עס אויס אז צו לאנג קען אזא זאך נישט אנהאלטן.
איך בין נייגעריג צו הערן אויב ס'איז דא דא איינער וואס הערט זיך צו דערצו, און ווי לאנג עס גייט אן און בכלל וואס דער עולם זאגט צו דעם.
פאר דער וואס ווייסט נישט, וועל איך ארויסגעבן די נומער
1.641.715.3800
מען דארף אריינלייגן א קאוד, דאס איז:
54345#
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 21, 2013 8:56 pm
דורך למעלה משבעים
איר האט געשריבן די ריכטיגע נומער?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 21, 2013 9:37 pm
דורך חסדי אבות
למעלה משבעים האט געשריבן:איר האט געשריבן די ריכטיגע נומער?
צוגעלייגט א פין נומער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 11:15 am
דורך מאנ-יימער
וואס איז די האטליין? וואס רעדט מען דארט?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 1:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס איז די האטליין? וואס רעדט מען דארט?
מען דארף האבן א סטעף מיט שרייבער, קאמפאזירער און דיכטער'ס, צו קענען אראפ לייגען וואס דאס איז!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 2:35 pm
דורך חסדי אבות
א שטאט, גאסן, געגנטן, הייזער און בתי-מדרשים, פארקס מיט שפאצירן, עיר-פארט'ס, שיפן פארן, רבנים און זייערע קהילות... ס'טוט זיך א טאראראם...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 2:44 pm
דורך גרויזאמער
איך האב איינמאל ערגעץ געזעהן אדווערטייזט דעם ליניע, און זינט דאן האב איך שוין אומצאליגע מאל אריינגערופן, און יעדעס מאל מיט א התחדשות אז דאס מאל גיי איך עס אויספיגערן, ועדיין לא עלתה בידי. איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דארט גייט פאר.
עס איז דא דארט קנעפלעך קאמבינאציעס פון בתי מדרשים, שטעט, דערפער, דרשות בריוון, און איך ווייס נאכנישט די יסודות וואס דאס איז.
ער זאגט אז מען דארף אויסהערן אלע קנעפלעך פון 1 ביז ווייס'כוואו צו הערן די אינסטראקשענס...
בציפיותינו צפינו אז דא אין דעם אשכול וועט זיך יאווען עימיצער און דאס ערקלערן קורץ און שארף.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 9:01 pm
דורך לוי יצחק
איך האב עטליכע מאל אריינגערופן אנפאנג, ווען ס'נאך געווען גרינגער אויסצוהערן.
זיי געדאנק איז, אז יעדער זאל רופן, מיט זיינע קרעמפן אנאנעמיס, און דער עולם זאל הערן און הנאה האבן.
למשל, ער האט דארט א היכל הנגינה, מענטשן זינגען אריין זייערע ניגונים וואס זיי האבן מחבר געווען. אדער אפילו אלטע ניגונים ווי ער וויל נאכמאכן חזנים וכדומה.
מענטשן זאגן דארט אריין זייערע תורות און חידושים.
א בחור'ל האט אמאל געגעבן א דרשה ווי ער וואלט גערעדט ביי א פראטעסט.
און נאך אזעלכע קיוט זאכן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:08 pm
דורך Silent
א שטייגער ווי איי-וועלט, אויפן טעלעפאון?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 12:30 pm
דורך מאנ-יימער
Silent האט געשריבן:א שטייגער ווי איי-וועלט, אויפן טעלעפאון?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 12:33 pm
דורך עבודת_הבורא
איך זעה אז זייט יארע 2013 האט נאך קיינער נישט פאראינטערסירט דעם אינטערסאנטן טעלעפאן ליין, מיין בחור האט מיך לעצטנס געפרעגט אויב ער זאל עס ריפן, ווייסט איינער מער אינפארמעשן, איך הער דארט ווי איינער זאגט דארט דרשות, ווער איז די מחבר, און נאך אביסל מער אינפא אויב מעגליך.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 10:50 am
דורך glik
הער צו קול מבשר אינטערוויא סעקשן 719 אויך 524
אגב איך גלייב נישט אז עס גוט פאר א בחור צו זיין עדיקטעד צום טעלעפאן אבער אויב שוין יא רעקעמענד איך קול יועץ עס איז זייער א תוכנדיגע און געשמאקע האטליין.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 10:56 am
דורך קאווע באנדל
איך האב שוין כמה פעמים געוואלט אויסהערן, אבער אזויווי די זאגסט, ער זאגט היבש א לאנגע דרשה מיט אינסטראקשןס פאר מען קען נאך הערן די מעניו, וואלט געווען כדאי אז איינער וואס קען זיך שוין אויס אביסל אויס מיטן סיסטעם זאל אראפגעבן ווי אזוי סארבעט און וואס מען דארף דריקן צו הערן עפעס אינטערסאנטס
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:26 am
דורך glik
דער געדאנק פון דעם איז אז יעדער וואס האט עפעס צו זאגן קען עס דארט זאגן ,
אויב דו וויסט מען זאל איבערשפילן דיין מעסעדג דריקט מען 7.
אויב דו וויסט מען זאל איבערזאגען דיין מעסעדג דריקט מען 8.
אפדעיטס וואס מען האט ארויפגעלייגט אויפן האטליין הייבט זיך אן פון 11 און ארויף.
יעצט האלט דער אפדעיט נאמבער ביי 84.
אפשר הער צו אביסל 84
עני אנדערע שאלות? איך קען פראבירן צו ענטפערן אי"ה