בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 10:41 am
דורך משה קארנפעלד
לעיקוואד האט געשריבן:הרב "דרך ארץ קדמה" איך האב מתחילה געשריבן די צוויי נעמען וואס די ביידע האבן חדרים פאר די יונגלעך, און עס האט זיך נישט וואס צי שעמען פון די חדרים אין וויליאמסבורג, נאר נאכן איבערקוקן עס פאר'ן דריקן "שיק עס" האב איך מחליט געווען עס נישט צי שרייבן, ווייל איך האב נישט געוואלט פוגע בכבוד זיין אין די אנדערע מוסדות, אבער אויב ווילסטו האבן אינפארמאציע און די טראכסט פון לעיקוואד, זאלסטו וויסן אז ראכמיסטריווקא איז זייער שווער אריינצוגיין צוליב דעם וואס זיי זענען איבערגעפילט, חוץ אויב זיי וועלן עפענען א פאראלעל קלאס, ווידעראום סקווירא איז ביזדערווייל גרינגער, צוילב דעם וואס זיי זענען נאך ניי, און לויט ווי איך הער לייגן זיי אריין געוואלדיגע כוחות, זיי האבן א מעכטיגע גוטע סטעף.
הרב" משה קארנפעלד" די צוויי אויבנדערמאנטע מוסדות זענען פאר ריכטיגע חסיד'ישע אידן, טאקע נישט יעדער גייט מיט א 2 אינטשעס קרוין, אבער אויב אין דעם ווענדט זיך די חסידישקייט דאן האסטו רעכט...


כאב הנאה צו הערן. ביז וועלכע יארגאנג האבן שוין די צוויי מוסדות קינדער?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 12:47 pm
דורך לעיקוואד
א גוטע וואך.
אל כבוד הרב גבריאל, ענגליש ווערט נישט דער ערשטע שפראך אויב מען וויל נישט. אין אלע חסיד'ישע חדרים בערך 6-7 רעדט מען אידיש און מען לערנט אויף אידיש, (קען זיין עס איז דא ביי די ליטווישע אויך, אבער דאס ווייס איך נישט), צווישן די קינדער רעדט מען אמאל אידיש און אמאל ענגליש, מען רעדט טאקע מער ענגליש ווי אין ב"פ, אבער וועגן דעם האב איך שוין געשריבן עטליכע מאל אז עס איז נישט געאייגענט פאר גאנץ וויליאמסבורג נאר פאר בע' 50%, ודו"ק.
און איך וועל מודה זיין אז מיינע קינדער קענען א בעסערע ענגליש ווי זייערע קאזינס, סיי ווייל מען די לימודי חול איז דא מער ערענסט און אויך ווייל עס קומט אויס מער עס צי רעדן, אבער נישט אין דעם ווענדט זיך ביי מיר דאס אידישקייט.
לגבי ראכמיסטריווקא און סקווירא יארגענג, ראכמיטריווקא דאכט זיך מיר האט שוין ביז כיתה ו' (איך בין נישט זיכער אין דעם), און סקיוורא גייט יעצט עפענען א כיתה ב'.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 12:50 pm
דורך ניק ניק
לעיקוואד האט געשריבן:און מיט די זעלבע ענטפער וועל איך ענטפערן פאר "הערליך", - קודם בעט איך דיר איבער פאר'ן פוגע בכבוד זיין, עס איז ס"ה געווען א ריתחא דאורייתא, אז עס האט זיך מיר געדאכט אז די זאגסט אז איך וועל נישט קענען אויפשטעלן קיין חסיד'ישע דורות.. אבער איך האב עס אויך געמיינט אמת'דיג, - ווייל לויט ווי איך האב פארשטאנען פון דיינע ווערטער האסטו נישט ארויס וואס עס מיינט זיין א חסיד'ישע איד, און איך רעד נישט לויט די דעה פון "נשתכחה דרך..." אבער היות איך וויל נישט אריינגיין אין קיין וויכוחים ווייל עס איז סייווי נישט שייך אויפצוווייזן קיין איין זייט נאר אויב מען רעדט מיט א בעל חי' בנוכח און מען קען אנצייגן אויף דיין התנהגות און אויף דיין בר פלוגתא, און נישט מיט קיין ניק, ממילא וועל איך מיט דעם ענדיגען די וויכוח, אבער איין הוכחה לצידי וועל איך ברענגען, גייטס פרעגסט אייך נאך, וועט איר אליינס זיך איבערצייגן וויפיל שיינע חסדי'ישע משפחות זענען געווארן אויפגעצויגן אין וויען, בראזיל, וכדו', און אפילו מאנטריאל און אויב וועט איר זיי פרעגן וועלן זיי כולם פה אחד זאגן אז עס איז גרינגער צי ערציען קינדער ווי אזוי מען וויל ווען מען וואוינט נישט אזוי ברוב עם הדרת מלך.

אויב איינער האט א פראבלעם מיט דירות אין ווימס"ב, זאל ער טוישן זיין מיינונג וואס עס מיינט זיין א חסיד'ישע איד, וועט לעקוואוד זיין א פאסיגע פלאץ צו וואונען פאר עם. גוט פארשטאנען?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:04 pm
דורך derech eretz
הרב לעיקוואוד ייש"כ פארן ענטפערן איבער די צוויי חסידישע קהילות דארט,
וועלכע נאך מוסדות איז דא וואו א חסידישער איד קען שיקן? ס'דא עפעס א רב וואזנער וואס האט דארט עפעס א געגענט מיט מוסדות האב איך געהערט?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:15 pm
דורך לעיקוואד
ניק ניק, איך האב נישט געזאגט אז מען דארף טוישן א מיינונג, נאר עס איז דא גענוג וואס וואוינען אין וומסב"ג און האבן די זעלבע מיינונג ווי מיר, און וועגן דעם האב איך מתחילה געשריבן 50%.
הרב וואזנער'ס אייניקל איז רב אין שאטו פארק נוסח ספרד, און ער האט געעפענט א מוסדות מיט'ן נאמען דרכי אבותינו און דאכט זיך מיר אז זיי האבן שוין ביז כיתה ב'. די געגענט האט אבער נישט קיין שום שייכות מיט די מוסדות און עס לערנען דארט קינדער פון די גאנצע שטאט, און ווי איך האב שוין געשריבן פריער אז עס איז דא 6-7 מוסודות ווי א חסיד'ישע איד פון וויליאמסבורג קען שיקן (די 50%... ).
נאר איינער האט אריינגעהאקט פון ראכמיסטריווקא און סקווירא האב איך געעננטפערט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 1:28 pm
דורך הערליך
50% איז שטארק איבערגעטריבן, אפשר בארץ פארק, אבער וויליאמסבורג 50% איז אביסל צופיל געשאצט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 5:46 pm
דורך בעל דעת
לעיקוואד האט געשריבן:שלום עליכם טייערע חברים.
די מעלה פון די קאמפלעקס אז עס איז זייער נאנט צי די נייע בעלזא דעוועלאפמענט, און אויך צי די פלאץ וואס עס איז געווען א רעדע אז סאטמאר (מהרז"ל) וועט דארט בויען דירות, (הגם ווי עס קוקט יעצט אויס וועט די סאטמארע פראדזשעקט נישט צושטאנד קומען צוליב דעם וואס די עומדים בראש ביי סאטמאר האבן אנדערע פריוואטע אינטערעסען).


לויט מיין אינפארמאציע איז עס נאך זייער אקטאעל נאר מען ארבערט זייער שטיל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 6:29 pm
דורך לעיקוואד
דורכפארענדיג היינט די בעלזא דעוועלאפמענט האב איך געמאכט עטליכע פיקטשער'ס (נישט פראפעשאנאל), אבער אזוי ווי איך קען מיך נישט אזוי אויס ווי אזוי עס ארויפצולייגן פון מיין טעלעפאן, קען איך עס שיקן אויף אימעיל פאר איינעם און יענער זאל עס ארויפלייגן.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 02, 2013 6:49 pm
דורך לעיקוואד
בעל דעת האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:שלום עליכם טייערע חברים.
די מעלה פון די קאמפלעקס אז עס איז זייער נאנט צי די נייע בעלזא דעוועלאפמענט, און אויך צי די פלאץ וואס עס איז געווען א רעדע אז סאטמאר (מהרז"ל) וועט דארט בויען דירות, (הגם ווי עס קוקט יעצט אויס וועט די סאטמארע פראדזשעקט נישט צושטאנד קומען צוליב דעם וואס די עומדים בראש ביי סאטמאר האבן אנדערע פריוואטע אינטערעסען).


לויט מיין אינפארמאציע איז עס נאך זייער אקטאעל נאר מען ארבערט זייער שטיל


פון וואס האט מען מורא צו ארבעטען אפען?, לאמיר דיר זאגן א סוד אז דא אין לעיקוואד דארף מען נישט מורא האבן אויב אינוועסטאר'ס וועלן אויסכאפן, דארט ווי סאטמאר און בעלזא פלאנען צי בויען איז דא ליידיגע גרויסע שטחים, וואס טייל זענען שוין אפראווד צי בויען, נאר מען ווארט פאר קונים, ע"פ דרך הטבע אפילו סאטמאר און בעלזא זאל ברענגען הונדערט משפחות באזונדער פער יאר פאר די נעקסטע פינף יאר (וואס דאס איז א גרויסע נאמבער) און די איבעריגע ציבור וועט וואקסען מיט די זעלבע פראצענט ווי ביז יעצט, וועט נאך אלץ זיין גענוג לאנד צי בויען פאר די נעקסטע 10 - 15 יאר די זעלבע סייז הייזער ווי ביז יעצט בלויז אין לעיקוואד אליין, פלוס די ארומ'יגע טאונס וכו'.
און בכלל וואלט איך נישט געראטען קיינעם צי אינוועסטירן קיין ריעל עסטעיט אין לעיקוואד, ווילאנג די ליטווישע עולם איז רוב, וועט נישט אזוי ארויפגיין די פרייזן מער ווי אן אנדערע גוי'אישע געגענט, משא"כ אין ק"י און אפילו וויליאמסבורג קוקט אויס אויפ'ן יעצטיגען מצב אז די פרייזן וועלן נאך אסאך שטייגן.
איך זעה נאר א מעלה מיט'ן זאגן אז סאטמאר גייט אהינגיין, ווייל ווי נישט ווי וועלן זיי קענען באשטיין אז נאך חסיד'ישע אינגעלייט זאלן אהינקומען און עס זאל ווערן אזוי ווי וויספערינג פיינס און ברוקהיל, איך און נאך עטליכע אינגעלייט ווען אונז זאל מיר וויסן פאר קלאר אז סאטמאר גייט דארט בויען וואלטן מיר געקויפט אין יענע געגענט, אפילו אויפ'ן יעצטיגען מאמענט איז עס כולו ליטוויש, אבער אזוי ווי מען ווייסט נישט, קויפן נאך און נאך אינגעלייט אין ברוקהיל געגענט, וועט סאטמאר האבן אביסל א שווערערע ארבעט, אבער נישט געפערליך.

באקומען אין אימעיל פון הרב לעקוואד

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 12:10 pm
דורך הערליך
IMG_20130602_191028.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 12:10 pm
דורך הערליך
IMG_20130602_191043.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 12:11 pm
דורך הערליך
IMG_20130602_191050.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 12:11 pm
דורך הערליך
IMG_20130602_191105.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 12:11 pm
דורך הערליך
הרב לעקוואד ווען איר האט אביסל צייט זייט מסביר פארן עולם וואס מען זעהט דא.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 05, 2014 3:26 pm
דורך פריילאך
קרית בעלזא אין לעיקוואד אין גאלפירענדען פארשריט