Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ספעלט מצות

דינסטאג מרץ 19, 2013 7:19 pm

ווייסט איינער ווער עס פארקויפט ספעלט מצות אין נ.י. (ב.פ. פארגעצויגען) און בערך וויפיל דארף קאסטען א פונט?

Advertisement

דינסטאג מרץ 19, 2013 7:53 pm

וויפיל פונט דארפסטו?

דינסטאג מרץ 19, 2013 7:55 pm

פאר איין ערוואקסענע.

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:02 pm

אין KRM איז דא ספעלט מצות, כ'גלייב אז נאך גרעסערע געשעפטן פארקויפן

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:13 pm

סאטמאר מצה בעקערי אויף ראטלידזש האט ספעלט מצות (עכ"פ פאריגע וואך) געבאקן אין קרית יואל, פאר $30 פער פונט.

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:15 pm

איך האב געקויפט 2 פונט, אבער איך דארף נישט מער ווי איינס, סוי איך קען דיר געבן פאר $19 (פאפא צעלים)

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:17 pm

אוי וואס וועט זיין מיט גילו?...

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:17 pm

געזען אין גראסרי היינט ספעלט מצות "6 מצות פאר 25$"
כ'פארשטיי נישט פארוואס ס'גייט נישט אויפן פונט אבער אזוי שטייט.

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:22 pm

ביי מיר איז אויך 6 מצות

צו העלפען א איד טוה איך אויס די גילו!!!

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:27 pm

אין אלגעמיין איז א פונט 6 מצות.

פליגל, כ'מיין אז די ראטלידזש מצה בעקערי באקט אליינס די ספעלט מצות.

דינסטאג מרץ 19, 2013 8:32 pm

דוכציך אז א פונט איז 9-10 מצות.

קאן זיין זיי באקן'ס אליין, אבער ס'פלעגט קומען אין א באקס פון קרית יואל. (כ'אב נאך נישט אויפגעמאכט דאס יאר די באקס מילא ווייס'ך נישט וואס עס שטייט דאס יאר דערויף).

דינסטאג מרץ 19, 2013 9:28 pm

6 מצות איז היפש ווייניגער ווי א פונט און איך דארף פאר צוויי ערוואקסענע. עס האט מיך היי יאר אפגעקאסט 250$

דינסטאג מרץ 19, 2013 9:52 pm

קען מען דא שמועסען פון ספעלט בכלל, די הלכה, צו איז עס צו האקל ווייל געוויסע נוצען עס? (נישט אז ס'איז ווייסעך וואספארא פראבלעם)

דינסטאג מרץ 19, 2013 9:56 pm

מיין מורה הוראה פסק'ענט אז גדולים זאלן עס נישט נוצן, אבער פאר קטנים מעג מען מקיל זיין.

דינסטאג מרץ 19, 2013 10:01 pm

אפשר א באזונדערע אשכול? דער אשכול איז אין 'ולאחיו יאמר חזק'.

מיטוואך מרץ 20, 2013 5:19 pm

אז מען רעדט פון מצות
וויפיל פונט דארף א משפחה פון 5 נפשות וואס עסן מצות קויפן?
(ביידע סדרים אין גאנץ יו"ט אריינגערעכענט)

מיטוואך מרץ 20, 2013 9:21 pm

5 נפשות איז זייער ברייט גערעדט, וויפיל גרויסע? וויפיל קליינע?
איך וואלט געשאצט אויף דריי פונט פער מענטש עוורידזש.
איך פלאן אי"ה הי יאר אראפצושרייבן וויפיל איך האב געגעסן.

דינסטאג אפריל 02, 2013 10:47 pm

ידיד האט געשריבן:אין אלגעמיין איז א פונט 6 מצות.

פליגל האט געשריבן:דוכציך אז א פונט איז 9-10 מצות.

כ'האב אפגעציילט עטליכע פונט מצות דעם יו"ט, יעדע פונט איז באשטאנען פון 6-7 מצות.

מיטוואך אפריל 03, 2013 1:01 am

כ'אב'ס נישט געוואויגן אבער אין א 2 פומטיגע באקס האב'ך איינמאל אפגעצציילט איין בעג; ס'יז אנטשטאנען פון 8 מצות.

זונטאג אפריל 28, 2013 1:20 pm

לוי יצחק האט געשריבן:איך פלאן אי"ה הי יאר אראפצושרייבן וויפיל איך האב געגעסן.

שוין אפגעשריבן?

זונטאג אפריל 28, 2013 1:22 pm

יא א דריי פונט בערך פאר א גדול. און אביסל ווייניגער ווי צוויי פונט פאר א קטן.

מאנטאג מרץ 31, 2014 2:20 pm

דאס יאר וויל איך אנהייבען א משהו פריער.. ווי קען מען קויפען ספעלט מצות אין ב.פ. והגלילות?

מאנטאג מרץ 31, 2014 2:21 pm

בארא פארק מצה בעקעריי

מאנטאג מרץ 31, 2014 2:53 pm

טענקס. איפה זה?

מאנטאג מרץ 31, 2014 3:49 pm

https://maps.google.com/maps?q=1285+36t ... 40.95,,0,0
שרייב א תגובה

Advertisement