פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 6:11 pm
כ'מיין אויף צו האלטן אקטיוו איז די עצה צו שרייבן... בלויזע סימנים ווערן געווענטליך פארמעקט.
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'מיין אויף צו האלטן אקטיוו איז די עצה צו שרייבן... בלויזע סימנים ווערן געווענטליך פארמעקט.
למעלה משבעים האט געשריבן:ליידער פארשטיי איך נישט וואס אייער פראבלעם איז. איר האלט אז עס זענען דא אידן וואס ווילן שרייבן און ווייסן נישט ווי? אדער ווילט איר פשוט פאר אייך האלטן דעם אשכול ארויף? אויב די לעצטע האב איך פאר אייך אן עצה מאכט א בוקמארק פון דעם אשכול און פארטיג.
קיקיון האט געשריבן:זוגתי שתחי' האט אויפגעשלאגען אייער אבער עס האט זיך ניט געמאכט קיין שלג
איז זי אראפגעלאפען קויפען נאך און עס איז ווייטער ניט געלונגען
האט זי באמערקט אז די קלאפערגעצייג BEATERS זענען אביסעל אויסגעבויגען
האט זי געבארגט ביעטערס פון א שכינה און עס איז געלונגען
farshlufen האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:זוגתי שתחי' האט אויפגעשלאגען אייער אבער עס האט זיך ניט געמאכט קיין שלג
איז זי אראפגעלאפען קויפען נאך און עס איז ווייטער ניט געלונגען
האט זי באמערקט אז די קלאפערגעצייג BEATERS זענען אביסעל אויסגעבויגען
האט זי געבארגט ביעטערס פון א שכינה און עס איז געלונגען
ישר כחכם, מאדנע, אפשר איז עס שמוציג געוועזן פון אביסל געלעכל.
Yoely האט געשריבן:פאטאסטאט פון אן אריגינעלער בריוו, ערשינן אין א היימישע אויסגאבע
אלול תשע"ד
בדידי הוה עובדא - די סכנה וואס לויערט
צו... שטייענדיג אצינד אין די ימי אלול, האב איך באשלאסן מפרסם צו זיין מיין
פערזענליכער איבערגאנג, און איך האף אז דורך דעם וועלן אנדערע נתעורר ווערן, וועט
דאס זיין א תיקון פאר מיין נשמה.
איך שעם זיך נישט עס צו באשרייבן ווייל קיינער וועט נישט חלום'ען אז דאס האט
מיט מיר פאסירט. זייענדיג א אינגערמאן העכער די דרייסיג, אין ביהמ"ד בין איך ב"ה
אנגענומען, און געלויבט השי"ת אז מיין סדר היום איז גוט אוועקגעשטעלט מיט שיעורי
תורה, תפלה, געלויבט השי"ת איך האב ערליכע קינדער וכו', השי"ת זאל העלפן אויף
ווייטער. און בחסדי השי"ת האב איך ב"ה אן ערליכע אפגעהיטענע שטוב, און איך גיב
אכט אין שטוב אויף וואס עס קומט אריין, עס זאל נישט אריינקומען אפילו קיין היימישע
צייטונגען וכדו'.
יעצט צום ענין – איך ארבעט שוין אויף קאמפיוטער דאכט זיך קרוב צו 10 יאר, איך
האב ניטאמאל געהאט א נסיון צו ארומקריכן אינעם קאמפיוטער, איך האב דאס גענוצט
"נאר" וויפיל עס האט אויסגעפעלט צו די ארבעט. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די שערורי'
פון מאכן פילטער'ס האב איך אויך זיכער געמאכט אז מיין בעה"ב, זאל ארויפלייגן "משומר
פילטער" אויף אלע קאמפיוטערס, נישט ווייל איך האב געשפירט אז איך דארף דאס, נאר
ווייל די מוסדות האבן עס פארלאנגט.
איינמאל במשך דעם יאר האב איך באמערקט אז מיין פילטער איז אראפגעפאלן )ווי
עס קען זיך מאכן אז א פראגראם הערט אויף צו פונקציאנירן ביז מען טוט דאס ריסעט"ן,
דורך דאס נאכאמאל אינסטאלירן, אדער אז דער פראגראמ'ער פאררעכט דאס(, נו! איך
האב מיך נישט געיאגט עס צו פאררעכטן, איך האב סייווי נישט געהאט קיין נסיונות.
אבער! אינמיטן טאג, א מענטש איז דאך נייגעריג, און דער בע"ד לאזט נישט מנוחה,
מען וויל דאך זעהן וואס מען פארפאסט אלץ. האט מיך פלוצלינג אנגעכאפט א שוואכע
מינוט, איך האב אנגעהויבן ארומצוקריכן אויף פארשידענע פלעצער, ביז א קורצע צייט
האב איך זיך געטראפן אז איך האב פארלוירן דעם גאנצן קאנטראל אויף מיר, איך ווייס
אליין נישט פארוואס, און איך בין געקראכן אויך אויף פלעצער וואו מען טאר נישט. איך
בין דאך א איד, און איך בין אייביג געווען צוגעוואוינט צו היטן די אויגן, האב איך טאקע
נאר האלבוועגס געבלינקט דא און דארט מיט א האלבע אויג.
אין די ענדע בין איך געווען זייער צעטרייסלט, כ'האב געשפירט אז כ'האב געהאט א
גרויסע ירידה ל"ע, כ'האב געשפירט אז כ'ברויך תשובה טוען און אננעמען פרישע פעסטע
החלטות און איך האב תיכף אריינגערופן "משומר" זיי זאלן דאס פאררעכטן.
למעשה דעם אנדערן טאג ווען איך בין אנגעקומען איז דער פילטער נאך אלס נישט
געווען מסודר, איך האב ווייטער נישט געהאט קיין התגברות, און ווייטער געסורטש"ט,
און נאכדעם האט מיך דער יצר הרע שוין נישט געלאזט גערופן נאכאמאל "משומר".
אזוי בין איך געווען איינמאל א "מלאך" און איינמאל א "גלח" רח"ל. ביינאכט האב איך
געלערנט ראשית חכמה און אנדערע ספרי מוסר, און בייטאג האב איך זיך ליידער נישט
געקענט מתגבר זיין.
וואס מען ברויך צוגעבן דערצו איז. אין אנדערן צימער, הארט נעבן מיין ארבעט'ס
שטוב איז געזעצן מיין בעה"ב, א פרומער ערליכער איד, און מיט דעם אלעם האב איך מיך
באווארנט אז גלייך ווען ער קומט אריין זאל איך עס קענען געבן א דריי אוועק.
נאך א וואך, האב איך באשלאסן אז איך מוז רעדן צו איינעם דערוועגן, עס טויג
נישט מיט מיר. איך בין געגאנגען צו א מורה הוראה. ער האט מיר פרובירט צו העלפן
מיט פארשידענע גדרים און זיכער געמאכט אז איך לייג צוריק דעם "משומר פילטער",
און מיט דעם איז אלעס מסודר. ליידער איז אבער דער כוח הנסיון געווען אזוי שטארק
אז טראץ דעם אלעם איז די גוטע החלטות נישט געווען 100% פראצענט, ממילא איז
געבליבן א לעכל וואו דער יצר הרע האט זיך נאך אלס אריינגעכאפט אין מיר, און אפילו
איך האב שוין געהאט די פילטער, בין איך נאך אלס געקראכן אויף פלעצער וואס דער
פילטער לאזט דורך, און אויספרובירט אלע לעכער פונעם פילטער, וואו מען קען זען
עפעס בילדער וכדו'.
שפעטער בין איך ב"ה צוריק אריין אונטער א אייגענע שטארקע קאנטראל, איך האב
געבעטן מיין בעה"ב מיר צו מאכן ביי "משומר" א פריוואטע "ווייט-ליסט", נאר וואס עס
פעלט מיר אויס פאר די ארבעט. עס איז אדורך נאך א היבשע צייט, האב איך נאכאמאל
געהאט ל"ע א ירידה, און טראץ וואס איך האב שוין געהאט דעם פריוואטן "ווייט-ליסט"
האב איך ווידער פרובירט זוכן וואו עס מאכט זיך א לעכל, צי עס פאלט נישט "פערצופאל"
נאכאמאל אראפ, איך האב געשפירט אז איך האב זיך שוין ליידער ווייטער נישט אין די
הענט.
איך בין נאכאמאל געגאנגען צו דעם מורה הוראה. ער האט דורך א קלוגן וועג מעודד
געווען מיין בעה"ב אז ער זאל לייגן "קוקער'ס" אויף אלע קאמפיוטער'ס אין אפיס, און
דאס כסדר איבערקוקן, ער האט אים מסביר געווען אז עס לוינט פשוט "ביזנעס גערעדט"
צו האלטן קאנטראל אויף די ארבעטער, און גלייכצייטיג איז דאס נאך אן אופן פון שמירה
ברוחניות. מיין בעה"ב האט זיך צוגעכאפט צו דעם געדאנק. ער האט געמאלדן פאר אלע
ארבייטער אז פון היינט אין ווייטער האט יעדע קאמפיוטער א "קוקער" און יעדער ווערט
נאכגעקוקט. אזוי איז אריבער די קומענדיגע פאר חדשים אן קיין מכשולות ב"ה.
ויהי היום, דער פילטער איז נאכאמאל אראפגעפאלן, ]וואס אגב האך איך שוין געהערט
פון עטליכע אינגלייט אז ביי זיי פאסירט דאס אויך, און דער מורה הוראה האט מיר אויך
געזאגט אז ער ווייסט פון נאך פעלער אזוי[. אפילו איך האב געוואוסט אז מיין בעה"ב
האט א "קוקער" האט מיר דער נסיון אזוי געברענט אז מיינע נגיעות האבן מיר געזאגט אז
מיין בעה"ב געטרויעט מיך גאר שטארק, און ער קוקט דאס זיכער נישט איבער.
וואס זאל איך אייך זאגן, רבותי! א וואך צייט בין איך געווען אין שאול תחתית רח"ל,
ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מיין בעה"ב האט עס "יא" איבערגעקוקט, ער איז
געווארן אזוי אנטוישט און אויס-מענטש, אז נאכדעם וואס ער האט שוין געטון "אלעס"
וואס מעגליך אלס שמירה, א חשוב'ער אינגערמאן, משומר פילטער, א פריוואטע ווייט-
ליסט, א "קוקער", ער זיצט אין דערנעבנדן שטוב וכו'. האט נאך אלס געקענט פאסירן
אזא מכשול. למעשה האט מיין בעה"ב געוואלט תיכף ומיד מיך אויפזאגן פון די ארבעטס-
שטעלע, ער האט דאס אבער איבערגערעדט מיט א דעת תורה, וואס האט אים געראטן
מיר צו געבן נאך א געלעגנהייט, און פון די אנדערע זייט אים מחזק געווען צו איבערקוקן
דעם "קוקער" אסאך אפטער.
רבותי! טייערע אידישע ברידער! דאס וואס די משנה זאגט אל תאמין בעצמך, אין
אפוטרופוס לעריות ועוד, האב איך ליידער אליין בייגעוואוינט, איך קוק מיך אסאך מאל
אן מיט וואונדער, הזאת נעמי? דאס בין איך טאקע? רבותי! זייט וויסן, ארבעטן אויף
קאמפיוטער איז א לעצטע אפציע, און אויב דער הכרח ברענגט אייך אז איר דארפט
יא ארבעטן אויף קאמפיוטער. גארטלט אייך אן מיט אלע זהירות און גדרים וואס נאר
מעגליך, א "משומר" פילטער, א "פריוואטער ווייט-ליסט" וכו' וכו', בעט פון אייערע בעלי
בתים ]אדער ידידים[ זאלן ארויף לייגן "קוקערס", באצאלט זיי געלט אז זיי זאלן דאס
טאקע כסדר איבערקוקן און לכל הפחות 1 מאל א וואך, און כולי האי ואולי וועט איר
קענען זיין געווארנט.
צום שלוס! צו אייך חשוב'ע בעלי בתים, איר האט אן אחריות ]פון כל מי שיש בידו
למחות, לפני עור לא תתן מכשול ועוד[ לייגט "קוקערס" אויף די קאמפיוטערס, קוקט דאס
כסדר איבער, זייט זייער שטרענג מיט די ארבייטער. בזכות זה וועט זיכער אריינקומען א
ברכה אין די ביזנעס בס"ד.
ווי געזאגט, איך האף אז דורך דעם וואס אנדערע וועלן נתעורר ווערן, וועט דאס זיין א
תיקון פאר מיר אויך. זאל השי"ת העלפן מיר זאלן שוין אלע געהאלפן ווערן מיט א כתיבה
וחתימה טובה, און א שנת גאולה וישועה, אמן.
איך קען אייך נישט שרייבן קיין נאמען, אבער ביטע דאס פארעפענטליכן, ויישר כחכם.
נ.ב. דער "קוקער" וואס מען רעדט איז א פראגראם וואס רופט זיך spector Soft
וואס ווערט אינסטאלירט אויפ'ן קאמפיוטער אויף א אומזעבארן אופן.
For $99.95 one time payment.
https://store.spectorsoft.com/866/purl- ... id=homesol
כאפצעם האט געשריבן:כ'האלט אז ס'קען זיין ס'זענען פארהאנען מענטשן וואס קענען אריינפאלן אינעם זעלבן לאך ווי מיר וויל איך אויפמערקן פאר די וואס ווייסן נישט אז מ'זאל נישט איבערמאכן מיין טעות.
כרעד וועגן די סיטי באסעס פעיר.
אויף די געווענליכע באסעס איז פארהאן א מאשין צו באצאלן, צו מיט א מעטרא קארד צו קעש, גלייך ווען מ'קומט ארויף אויפן באס.
איז אבער די B44 אנדערש; עס פארמאגט נישט קיין פלאץ פאר פעיר אויפן באס נאר אנשטאט פארמאגט יעדע B44 סטאנציע א טיקעט מאשין ווי מ'באצאלט נאך בעפארן ארויפקומען און מ'באקומט א רעסיט וואס מ'דארף האלטן ביזן אפשטייגן פון באס.
מעשה שהיה, איך בין די לעצטע וואך געפארן ס'ערשטע מאל מיט דעם באס און זייענדיג צוגעוואינט צו די אנדערע סיטי באסעס בינעך ארויף אויפן באס מיטן מעטרא קארטל אין די האנט גרייט צו באצאלן און פארשטייט זיך נישט געטראפן וואו,
דער דרייווער האט מיר אזוי געוויזן מיטן האנט, ווי צו זאגן, דא באצאלט מען נישט, אשאד דאס זיכען.
א צווייטער פאסאזשיר האט זיך מרחם געווען אויף מיר און מיר מודיע געווען אז אויף די באסעס באצאלט מען נאך ביים באס סטאנציע.
שוין קלער איך, כגיי ממילא שוין אראפ אין צוויי סטאפס, וועל איך שוין דארט באצאלן.
מה עשה הקב"ה, ביים קומענדיגן סטאפ, נאך בעפארן אריינפאאלן צום באס סטאפ האב איך שוין באמערקט א מחנה פון ארום 10 פאליציאנטן, אויסגעקוקט האט דאס ווי עפעס א קריים סין שפילט זיך אפ, אבער למעשה זענען'מיר גאנץ שנעל געוואיר געווארן אז דאס איז א רוטינע באס טשעק פאינט, טאקע צו כאפן די באצאלן פארלעצער פון דעם B44באס ליניע.
ווי נאר די באס האט זיך אפגעשטעלט האבן זיי ארומגערינגעלט דעם באס און אפגעבלאקט ביידע אריינגענג, און עטליכע אפיצירן האבן ארויפמארשירט און פארלאנגט איינס ביי איינס פון יעדן פאסאזשיר דעם טיקעט רעסיט.
וויבאלד איך האב דאס נישט געהאט האבן זיי מיר אראפגענימען פון באס, פארלאנגט איי. די. און אפגעשריבן א געשוואלענעם טיקעט.
ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו מיינע תחנונים, און מיין שיינע אומשילדיגע געשיכטעלע, און כהאב אפילו געבעטן דעם אפיציר ער זאל פרעגן דעם דרייווער צו איך זאג אמת, אבער זיין ענטפער איז געווען קענסט אראפגיין צום MTA קאורט און דארט פראבירן צו פייטן דעם טיקעט.
איך דארף טוהן מיין זשאב.
איך בין טאקע אראפ אין קאורט זייענדיג ביי מיר זיכער אז זיי וועלן מיר דעסמיסען דעם טיקעט אויפן פלאטץ.
אבער וואס ווי ווען,
די דזשאדזש'טע האט מיר שיין אויסגעהערט און צוגעשאקלט דעם קאפ מיט מיטלייד און מיר נאכגעשיקט א בריוו ווי זי שרייבט פינקטליך איבער מיין געשיכטע און לייגט צו אז זי פארשטייט מיין מעשה און וואס ס'האט מיך צוגעברענגט צו דעם סיטואציע אבער: היות רול 512.sn פסקנ'ט אז מ'טאר נישט אויפשטייגן אויף א באס אן באצאלן געפינט זי מיר גילטי מיטן נישט אויספאלגן דעם געזעץ!!
איך האב נישט געגלייבט וואס איך הער, אבער שוין ווואס קען מען טוהן מ'איז אין גלות, איז זאלן אנדערע כאטשיג וויסן זיך אכטונג צו געבן.
און אויב דערזעהט איר זיך אינעם זעלבן סיטואציע פיצט אראפ פון באס נאך אינמיטן וועג, באצאלטס, און נעמטס דעם נעקסטן באס.
נשמה האט געשריבן:איך האב פארגעסן וואס?
לכאורה האט געשריבן:א ריכטיגע אדווערטייזמענט וואס טאר נישט געליינט ווערן שבת ויו"ט, זיכער נישט אינמיטן דאווענען.
אויך צילט דאס נאאיווע מענטשן וואס מיינען אז 'משומר' פאלט 'אראפ' יעדע שטיקל צייט...
בלשונינו: שנייד די קרעפלעך
למעלה משבעים האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:א ריכטיגע אדווערטייזמענט וואס טאר נישט געליינט ווערן שבת ויו"ט, זיכער נישט אינמיטן דאווענען.
אויך צילט דאס נאאיווע מענטשן וואס מיינען אז 'משומר' פאלט 'אראפ' יעדע שטיקל צייט...
בלשונינו: שנייד די קרעפלעך
כ'קען נישט מער ווי איבערזאגן וואס לכאורה זאגט, דאס אז משומר פאלט פערצופאל אראפ פון צייט צו צייט איז א פשוטע שקר.
למעלה משבעים האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:א ריכטיגע אדווערטייזמענט וואס טאר נישט געליינט ווערן שבת ויו"ט, זיכער נישט אינמיטן דאווענען.
אויך צילט דאס נאאיווע מענטשן וואס מיינען אז 'משומר' פאלט 'אראפ' יעדע שטיקל צייט...
בלשונינו: שנייד די קרעפלעך
כ'קען נישט מער ווי איבערזאגן וואס לכאורה זאגט, דאס אז משומר פאלט פערצופאל אראפ פון צייט צו צייט איז א פשוטע שקר.
נישט האט געשריבן:און פאר געווענליכע יונגערמאן וואו ער לייגט זיך אראפ דארטן וואלט נישט געווען מעגליך צו טרעפן א לאך.
כאפצעם האט געשריבן:זיי האבן בכלל נישט קיין אינשורענס מ'דארף עקסטער באצאלן אויב וויל מען באקומען.