פרייזן פאר מצות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:36 pm

זיי האבן דאך אויך געהאט אפאר שריפות לעצטענס...

מאך א ברכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:10 am

תגובהדורך מאך א ברכה » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:59 am

@KollelNiyes
Breaking: The #Satmar Matzah Bakery computer system reportedly got hacked by hackers who demand money to reopen the computer.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 14, 2018 12:00 pm

מאך א ברכה האט געשריבן:@KollelNiyes
Breaking: The #Satmar Matzah Bakery computer system reportedly got hacked by hackers who demand money to reopen the computer.

וועלכע ?
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:03 pm

לכאו' רוסישע..
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מארטש 14, 2018 4:30 pm

כ'האף אז אנדערע בעקעריס וועלן עס נישט נאכטון קומענדיגס יאר..

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך מארטש 14, 2018 6:34 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
מאך א ברכה האט געשריבן:@KollelNiyes
Breaking: The #Satmar Matzah Bakery computer system reportedly got hacked by hackers who demand money to reopen the computer.

וועלכע ?


טויזנטער מענטשן פאלן אריין מיט א וויירוס.
די ווירוס CRYBABY, CRYPTOWALL, וועלן ענקריפטן אלע פיילס, און בעטן געלט (ביטקוין) צו עפענען די ענקריפשען.

מעשה בכל יום. אויב האט מען נישט קיין גוטע בעקאפ, איז צרות.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מארטש 14, 2018 6:36 pm

ער פרעגט וועלכע בעקערי, נישט וועלכע וויירוס

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:07 pm

די בעקעריי אויף בראדוועי איז אנגעגאנען פאר מער פון א יובל יארן אן קיין קאמפיוטער און אן קיין פענסי שטיינער און טיילס, מ'האט זיך גערעכענט מיט די קעשענס פון די בני הקהלה. און ס'איז ב"ה נישט געווען קיין פראטעסטען אדער העקערס.

פלוצלינג מ'מאכט עס איבער, מ'טוט עס פארהיינטיגן, און מ'רוקט ארויף די פרייזן. איז דא פראטעסעטן, העקערס, שריפות, נישט קיין גוטע עקזאסט וכו'.

מ'דארף אביסעלע הכנעה און סייעתא דשמיא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך מארטש 14, 2018 7:13 pm

נא_שכל האט געשריבן:די בעקעריי אויף בראדוועי איז אנגעגאנען פאר מער פון א יובל יארן אן קיין קאמפיוטער און אן קיין פענסי שטיינער און טיילס, מ'האט זיך גערעכענט מיט די קעשענס פון די בני הקהלה. און ס'איז ב"ה נישט געווען קיין פראטעסטען אדער העקערס.

פלוצלינג מ'מאכט עס איבער, מ'טוט עס פארהיינטיגן, און מ'רוקט ארויף די פרייזן. איז דא פראטעסעטן, העקערס, שריפות, נישט קיין גוטע עקזאסט וכו'.

מ'דארף אביסעלע הכנעה און סייעתא דשמיא.

אוי אוי זאגסט עפעס

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 1:10 am

נא_שכל האט געשריבן:די בעקעריי אויף בראדוועי איז אנגעגאנען פאר מער פון א יובל יארן אן קיין קאמפיוטער און אן קיין פענסי שטיינער און טיילס, מ'האט זיך גערעכענט מיט די קעשענס פון די בני הקהלה. און ס'איז ב"ה נישט געווען קיין פראטעסטען אדער העקערס.

פלוצלינג מ'מאכט עס איבער, מ'טוט עס פארהיינטיגן, און מ'רוקט ארויף די פרייזן. איז דא פראטעסעטן, העקערס, שריפות, נישט קיין גוטע עקזאסט וכו'.

מ'דארף אביסעלע הכנעה און סייעתא דשמיא.


זעהט אויס אז די גלייכסט מער אלטע טיילס וואס האט מער אזא סארט פארשימלטע גרוך... נייערע טיילס איז שוין מאדערן... איבערמאכן א בעקערי, הס מלהזכיר, דאס איז דאך היינטיג....

אוי וויי ווי זעמיר
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 8:29 am

סידיראם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:די בעקעריי אויף בראדוועי איז אנגעגאנען פאר מער פון א יובל יארן אן קיין קאמפיוטער און אן קיין פענסי שטיינער און טיילס, מ'האט זיך גערעכענט מיט די קעשענס פון די בני הקהלה. און ס'איז ב"ה נישט געווען קיין פראטעסטען אדער העקערס.

פלוצלינג מ'מאכט עס איבער, מ'טוט עס פארהיינטיגן, און מ'רוקט ארויף די פרייזן. איז דא פראטעסעטן, העקערס, שריפות, נישט קיין גוטע עקזאסט וכו'.

מ'דארף אביסעלע הכנעה און סייעתא דשמיא.


זעהט אויס אז די גלייכסט מער אלטע טיילס וואס האט מער אזא סארט פארשימלטע גרוך... נייערע טיילס איז שוין מאדערן... איבערמאכן א בעקערי, הס מלהזכיר, דאס איז דאך היינטיג....

אוי וויי ווי זעמיר

יא יא, אז ס'יז געווען א ר' יודל מיט זיין לב טוב, גלייך איך טאקע מער די אלטע טיילס מיט די פארשימלטע גערוך...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:49 am

ולמי שרוצה לידע, די משגיחים ומנהלים פונעם קוממיות'ער בעקעריי זענען אלע היימישע אידן יראים ושלמים, מער ווייניגער סאטמארע אידן. אבער די ארבעטער'ס זענען ספרדישע מענער און מיידלעך פון די ארומיגע דערפער, זייער זייער ווייט פונעם היימישן קרייז. טייל נשים גייען מיט הויזן, און מען גיסט זיי אפ נעגל וואסער דארטן אויפן פלאץ. ועו' וכו'
עס איז גאר א מהודר'דיגע בעקעריי, ממש אויפן העכסטן סטאנדארד וואס איז שייך, אבער אויב איינער קוקט אויף ארבעטער'ס יראים ושלימים איז קוממיות נישט דאס בעסטע אין דעם הינזיכט.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:55 am

מוטשע נישט האט געשריבן:ולמי שרוצה לידע, די משגיחים ומנהלים פונעם קוממיות'ער בעקעריי זענען אלע היימישע אידן יראים ושלמים, מער ווייניגער סאטמארע אידן. אבער די ארבעטער'ס זענען ספרדישע מענער און מיידלעך פון די ארומיגע דערפער, זייער זייער ווייט פונעם היימישן קרייז. טייל נשים גייען מיט הויזן, און מען גיסט זיי אפ נעגל וואסער דארטן אויפן פלאץ. ועו' וכו'
עס איז גאר א מהודר'דיגע בעקעריי, ממש אויפן העכסטן סטאנדארד וואס איז שייך, אבער אויב איינער קוקט אויף ארבעטער'ס יראים ושלימים איז קוממיות נישט דאס בעסטע אין דעם הינזיכט.

אזוי ווי ס'איז אנגעגאנגען יארן לאנג אין די היימישע בראדוועי בעקערי, מיט די רוסישע חברה

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:58 am

אין אויפפאסונגען קאלום פון די צייטונג, ווערט ציטירט פון ר' יעקב ברוך טירנויער הי"ו אין א שמועס אין דער איד פאריגע וואך איבער'ן ווייץ-שניט פאר סאטמאר-בראדוויי. ער זאגט דארט אז מ'האט געבויט א נייעם ווייץ-מאגאזין.
דאס איז אויך אין קעמפ נעבן דעם פרייען פעלד, אדער ערגעץ אנדערש?
אויך זאגט ער דארט אן אינטערעסאנטע זאך, אז צוליב אזא דראסטישע העכערונג אינעם געברויך בליעה"ר (מ'האט געשניטן א האלב מיליאן! פונט) איז נישט גענוג געווען צו שניידן בלויז פון לאנג-איילענד, נאר מ'האט אויך געשניטן אין אינדיאנע און קאליפארניע.

יונה
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:00 pm

לא לנו האט געשריבן:אין אויפפאסונגען קאלום פון די צייטונג, ווערט ציטירט פון ר' יעקב ברוך טירנויער הי"ו אין א שמועס אין דער איד פאריגע וואך איבער'ן ווייץ-שניט פאר סאטמאר-בראדוויי. ער זאגט דארט אז מ'האט געבויט א נייעם ווייץ-מאגאזין.
דאס איז אויך אין קעמפ נעבן דעם פרייען פעלד, אדער ערגעץ אנדערש?

די נייע ריזיגע מאגאזין איז אין מידעלטאון ניו יארק, 7-8 מייל פון בלומינגבערג.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:07 pm

לא לנו האט געשריבן:אין אויפפאסונגען קאלום פון די צייטונג, ווערט ציטירט פון ר' יעקב ברוך טירנויער הי"ו אין א שמועס אין דער איד פאריגע וואך איבער'ן ווייץ-שניט פאר סאטמאר-בראדוויי. ער זאגט דארט אז מ'האט געבויט א נייעם ווייץ-מאגאזין.
דאס איז אויך אין קעמפ נעבן דעם פרייען פעלד, אדער ערגעץ אנדערש?
אויך זאגט ער דארט אן אינטערעסאנטע זאך, אז צוליב אזא דראסטישע העכערונג אינעם געברויך בליעה"ר (מ'האט געשניטן א האלב מיליאן! פונט) איז נישט גענוג געווען צו שניידן בלויז פון לאנג-איילענד, נאר מ'האט אויך געשניטן אין אינדיאנע און קאליפארניע.

גראדע שרייבט ער דארט 800,000 פונט,
1 + 1 = חלה דעקל...

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:20 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:א אלטע טעמע

viewtopic.php?f=3&t=1679&hilit

פארוואס האב איך נישט קיין רעכט צו ליינען די פארום? און וואס איז דער " הא" ? ער לאכט פון מיר?

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:27 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:א אלטע טעמע

viewtopic.php?f=3&t=1679&hilit

פארוואס האב איך נישט קיין רעכט צו ליינען די פארום? און וואס איז דער " הא" ? ער לאכט פון מיר?

אהה. דו מוזט ווערן כאטש א שר חמש מאות עס צו קענען ליינען.. :smile:
1 + 1 = חלה דעקל...

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:33 pm

באמת? וואס איז פשט? עס איז א פארמעקטע אשכול?

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:34 pm

פאראויס האט געשריבן:לאנדאנער, זיי מאכן יא געלט. (נישט מיליאנען, אבער זיי מאכן. ווען כ'האב געפרעגט די הנהלה פארוואס דארף מען פונקט מאכן געלט אויף עפעס וואס א איד "מוז" האבן, און נאך אין א יום טוב ווי משפחות מיטשענען זיך, האבן זיי געענטפערט "מ'קען אפלייען פאר יעזורו".)

יעצט איך האלט נישט ביים נעמען מקופה של צדקה, לאמיך אפ מיט יעזורו אבער רייס נישט פון מיר ס'הויט.
מי ביקש זאת מידכם צו איבערבויען א "פראכטפולע בעקעריי" צו קענען נאכמער הייבן די פרייזן??

לכאורה איז יעזורו נישט מער ווי איין טאש געט פאר די צווייטע ממילא ווייס איך נישט צו עס הייסט נעמען פון צדקה

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:41 pm

לכאורה איז דאס געוועהן מיין תשובה אויף יענע פראגע
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=7288

יונה
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 5:58 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:לכאורה איז יעזורו נישט מער ווי איין טאש געט פאר די צווייטע ממילא ווייס איך נישט צו עס הייסט נעמען פון צדקה

יעזורי ווערט באצאלט דורך אידן וואס באשטייערן נדבת לבם.
זעהט דעם זייטל:
https://www.duvys.com/simple/yazoiry
אריבער 33 טויזענט טאלער איז שוין אריינגעקומען פון נדבי לב, עס פעלט נאך אויס אסאך טויזענטער דאלער'ס, אויב האט איר די מעגליכקייט טוט באשטייערן וויפיל איר קענט. תזכו למצות.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג מארטש 16, 2018 12:42 am

איך ווייס נישט צו עס קומט ממש דא אריין, אבער פארוואס זאל נישט סאטמאר בראדוועי אנפאנגען צו באקן שוין זומער כדי צו לינדערן די מאנגעל וואס ווערט יעדעס יאר פאר פסח מיט מצות?

זייט מען סיעלט די באקסעס האלטן זיך די מצות פריש פאר מינומום צוויי דריי יאר, פרובירט דאס אויס, איך האב געהערט פון אידן וואס האבן מצות פון איבער א יאר צוריק, פאר חנוכה פון בראדוועי און זיי מאכן כסדר אויף באקסעס וואס איז פיין און פריש. על כל פנים פון זומער אויף פסח וועט זיך דאס זיכער האלטן פריש
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג מארטש 16, 2018 12:46 am

הייבצעך נישט אן!, ס'יז בכלל נישטא קיין מאנגל...
והא ראיה, אז נאך פסח איז דא מצות ציבאקומען ביי הערשל יאקאבאוויטש די והותר

מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובהדורך מדי דברי » פרייטאג מארטש 16, 2018 12:47 am

יעדעס יאר איז אנדערש, דאס יאר זאגט מען אז ס'איז נישטא קיין מאנגל ב"ה.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט