בלאט 8 פון 8

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:26 pm
דורך אביונה
לעכטל האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

זייער זייער שיין כל הכבוד!
אבער קען מען נישט קויפן צו אפט טייערע זאכן, מען דארף זיך אבער ווינסענדיג מאכן לכבוד יום טוב!
קויפט מען א קלענערע זאך (30 - 75..$) די שאלה איז נאר ווער האט עפעס אן איידיע?

ער שרייבט דאך אז ער האפט נאר...
דארף נאך נתעשר ווערן...

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:31 pm
דורך לעכטל
אביונה האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

זייער זייער שיין כל הכבוד!
אבער קען מען נישט קויפן צו אפט טייערע זאכן, מען דארף זיך אבער ווינסענדיג מאכן לכבוד יום טוב!
קויפט מען א קלענערע זאך (30 - 75..$) די שאלה איז נאר ווער האט עפעס אן איידיע?

ער שרייבט דאך אז ער האפט נאר...
דארף נאך נתעשר ווערן...

איך וואונטש אים 'כל טוב'!

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:38 pm
דורך פייף דיך אן
געקויפט א הערליכע לעדערנע קריאת שמע ליינער, פאר די אויסגעמוטשעטע באלעבאסטע.
פונקט געטראפן אין ספרים סטאר פאר 40 טאלער.
אלע ספרים געשעפטן פארמאגן דאס?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:22 pm
דורך חוח בין השושנים
פייף דיך אן האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:געקויפט א הערליכע לעדערנע קריאת שמע ליינער, פאר די אויסגעמוטשעטע באלעבאסטע.
פונקט געטראפן אין ספרים סטאר פאר 40 טאלער.

אלע ספרים געשעפטן פארמאגן דאס?

קיין אנונג.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:04 am
דורך שמארטיקל
איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:55 am
דורך שמחהלע
שמארטיקל האט געשריבן:איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

כהאב געהאט א גוטע עקספיריענס ביי Jacob Jewlers in bp פאר Earrings.
Amsel דארף אויך זיין גוט.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:46 pm
דורך אנעים זמירות
ציהרינג איז הכל לפי המבייש. א שיינער פארדינער קעניש אהיימקומען מיט א פופציג פונט\דאלער-דיגע תכשיט וואס ער האט נאך געקויפט האלב פרייז. עכ"פ נישט ווען דאס איז דער איינציגסטע זאך וואס ער קויפט אויף יו"ט.

משא"כ עמיצער וואס האט נישט אזויפיהל געלט, איז גוט אפילו עפעס ביליגער, ווי לאנג ע"ז זעהט זיך אהן אז ער האט אריינגעלייגט מחשבה דערין, און נישט געכאפט מכל הבא ליד. זאל ער וועלען דעם ציהרינג לכה"פ א פערטעל צייט וויפיהל ער וועלט אן אתרוג.

פערפיום קען שטענדיג זיין א גוטע מתנה. מ'דארף אבער זיכער מאכען עס איז וואס זי האט ליעב און לייגט זיך גוט (דער זעלבע פערפיום שמעקט אנדערש אויף פארשידענע אנדערע מענטשען). פיהל פירמעס וועלען געבען קליינטשיגע סעמפלס פון וואס מ' וויל קויפען, אזוי קעמען אהיימברענגען אויספראבירען.

א נוצבארע זאך (למשל קאך געצייג) איז בלויז א מתנה אויב עס איז קאנטיג אז מ'האט אריינגעלייגט מחשבה. דערביי איז גאר וויכטיג ארויסצוברענגען אז מען האט עס געקויפט אלץ דאנקבארקייט און שעצונג פאר איהר שווערע ארבעט. למשל א פרוי וואס מוטשעט זיך מיט אן אלטע פוד פראסעסאר, קעמען אינוועסטירען אין א נייע פון גוטע קוואליטעט, און ערקלערען אז מען האט עס געקויפט ארויס צו ווייזען וויפיהל מען עפרישיעט וואס זי טוט אלץ לכבוד יו"ט.

אויך איז גאר גוט צו געבען איין אווענט קעש אדער דעם קרעדיט קארד (מעג אפילו זיין מיט א תנאי קודם למעשה וואס דער לימיט איז), און הייסען ארויסגיין קויפען א נייעם קלייד. ווער רעדט נאך אז מען בעביסיט דאן (בעביסיט? ס'דאך דיינע קינדער!).

דאס זענען אלס קלאסישע מתנות. פארשטייט זיך אז אויך קלייניגקייטען וועלכע מאכען ס' לעבען עטוואס געשמאקער אדער גרינגער, זענען אויך גאר אין פלאץ. מעט הכמות ורב האיכות.

אין דעם איז אריינגערעכענט א נייע ליין בוך, עקסטערע גוי'טע שעות, א טשאקאלאד א.ד.ג.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:51 pm
דורך אסדר לסעודתא
געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2019 6:03 pm
דורך נאו נעים
אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

שוין געקויפט, אדער עצות זענען נאך אקטועל?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:01 pm
דורך חמרא טבא
אסדר לסעודתא האט געשריבן:געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.

זי ארבעט די נייט שיפט?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:15 pm
דורך אסדר לסעודתא
חמרא טבא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.

זי ארבעט די נייט שיפט?

ניין, אבער ווען איך שלאף נאך...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:10 pm
דורך עפל קאמפאוט
הערט'ס אויס אן אלטע איד:

די בעסטע פרעזענט פאר די ווייב איז נישט דוקא א טייערע זאך. מען קען קויפן א ביליגע זאך "אבער עס זאל זיין פערזענליך", דהיינו אפילו למשל א שיינע קאפי קאפ וואס זאל שטיין אויף דעם אויסגעקריצט "טו מיי דיער ווייף" וכדומה, דאס איז א פערזענליכע מעסעזש הונדערט מאל שטערקער ווי א צירינג (מען דארף אמאל קויפן א צירינג אויך, חוץ המעשה), און טויזנט מאל שטערקער און אינו דומה כלל צו א מתנה פאר די הויז וואס איז נישט פערזענליך.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:23 pm
דורך א גולם
אסדר לסעודתא האט געשריבן:געקויפט א נייע פאקעט בוק און בערזל צום נייעם יאר, געקאסט א חמש מאות, און ס'איז עפעס וואס זי וועט נוצן יעדן איינציגן טאג. כ'האב אריינגעשריבן א שיין בריוול 'ותקם בעוד לילה ותתן טרף לביתה וכו''. אז ס'איז אלס הכרת הטוב פארן צוהעלפן מיט די פרנסה אין שטוב.


אז ממעג פרעגן ווי האט מען עס געקויפט?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:04 pm
דורך שמארטיקל
שמארטיקל האט געשריבן:איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 6:24 pm
דורך נאו נעים
שמארטיקל האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איך וויל קויפן א טייערע קייטל. ווייסט איינער פון א גוטע געשעפט אין וויליאמסבורג?

יישר כח

סתם אן עצה אויב ס'איז שייך.
אסאך מאכן יעצט פון א פּין א קייטל. נישט מיט יעדע פּין זעהט עס אויס גוט, אבער ס' ווערט אריינצוקוקן דערין.
מ'מאכט אזוי אז אויב קומען פינס צוריק אריין אין סטיית קען מען עס נאך ניצן

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 8:38 pm
דורך לעכטל
עפל קאמפאוט האט געשריבן:הערט'ס אויס אן אלטע איד:

די בעסטע פרעזענט פאר די ווייב איז נישט דוקא א טייערע זאך. מען קען קויפן א ביליגע זאך "אבער עס זאל זיין פערזענליך", דהיינו אפילו למשל א שיינע קאפי קאפ וואס זאל שטיין אויף דעם אויסגעקריצט "טו מיי דיער ווייף" וכדומה, דאס איז א פערזענליכע מעסעזש הונדערט מאל שטערקער ווי א צירינג (מען דארף אמאל קויפן א צירינג אויך, חוץ המעשה), און טויזנט מאל שטערקער און אינו דומה כלל צו א מתנה פאר די הויז וואס איז נישט פערזענליך.

יא ריכטיג! גוט ארויסגעברענגט!