בלאט 7 פון 8

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:33 pm
דורך nmi
א סערטיפיקעט אין א טיכל/שייטל געשעפט אדער אין עני אנדערע קליידער סטאר.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:51 pm
דורך נאך א ניק
nmi האט געשריבן:א סערטיפיקעט אין א טיכל/שייטל געשעפט אדער אין עני אנדערע קליידער סטאר.

נישט קיין שלעכטע איידיע אבער לכתחילה וויל איך עפעס, נישט קיין סערטיפיקאט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:19 pm
דורך רשי הקטן
שרייב איר א בריוו בייגעלייגט מיט( אפילו) א קליינעקייט, אז די בעסטע ממש אין א דילעמע. בערך אזוי...

''איך וויל אויסדרוקן מיין שעץ צו דיר, איך האב דיר געוואלט עפעס קויפן. איך שטיי אין איך טראכט וואס קען זיין עפעס וואס זאל ארויס ווייזן מיין שעץ צו דיר אויף די שטארקסטע אופן, אין איך ווייס נישט וואס. איך ווייס נישט וואס פארא פיזישע מתנה קען אויסדרוקן מיין דאנק פאר אזא זאך וואס די האסט געטון... איך שעץ עס מער ווי סיי וואס איך קען דיר קויפן.... '' וכו
דערנאך זאג אז די ווילסט נאך אלץ איר קויפן עפעס, געב איר בודשעט זאל זי זיך אליינס אויס וועלן..
איך מיין אז די בריוועלע איז נאך בעסער ווי אלעס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:25 pm
דורך ענדע צדיק!
נאך א ניק האט געשריבן:א אינטערסאנטע שאלה, איך וויל קויפן פאר די בני בית א מתנה און יאך וואלט גיוואלט הערן אן איידיע, סתם אזוי ב"ה איז נישט אזא עסק וואס צו קויפן ווייל צרכי נשים מרובים און ס'אלץ דא עפעס וואס די פרענד האט און זיי דארפן זייער שטארק, אמאל מער פערזענליך און אמאל עפעס פאר די הויז, פאר די ווירטשאפט און קיך וכדו' , נאר מאי שנא דאס מאל, ווייל די סיבה איצט איז סאמטינג דיפרענד ממילא ברויך איך איידיעס פון אנדערע, איז וואס איז די רעדע יעצט, די בני בית האט ב"ה געמאכט א קליינעם שינוי לטובה אינעם קאפ לבוש לכבודי ולכבוד אירע עלטערן, א שינוי לטובה און לבוש איז פאר א אשה זייער א שווערע החלטה און זייער א שווערע זאך צו טון, ובפרט ווען מ'רעדט פונעם קאפ כידוע, איז פארדינט זי צו פילן און וויסן אז דער מאן אירע איז דאס מחשיב און עפרישיעיט עס זייער, וואלט איך געוואלט עפעס קויפן פאר א מתנה און מיט א צעטעלע און דערזייט אינאיינעם איר לאזן וויסן אז דאס איז ביי מיר און ביים בורא כל עולמים אוודאי א געוואלדיגע זאך, איינער מיט אן איידיע ?

א שיינע זילבערנע צינדער/צדקה פושקע וכדו' מיט א ווארעמע צעטל וואס זי האט אלס געטוהן מיט איר שריט און די נח"ר פונעם אייבערשטן וכו' עס ועט ליגן מיט פראכט אלס א אייביגע און וועכנטליכע אנדענק פאר איר מסי"נ.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:48 pm
דורך נאך א ניק
ענדע צדיק! האט געשריבן:

ש'כח פיינע געדאנק
לאמיר הערן נאך איידיעס פונעם עולם צו האבן אן אויסוואל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:54 pm
דורך וואס עפעס?
אויב האט דיין ווייס ליעב צו טוהן עפעס היים קרעפטס
דאן קענסטו איר מהנה זיין מיט א שיינע paint by number מיט א קאנוועס קיט

דא אויף אמעזון פאר גוטע פרייזן

שיינע פעינטינגס און קען געניצט ווערן פאר נוי סוכה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 3:20 pm
דורך נאך א ניק
וואס עפעס? האט געשריבן:אויב האט דיין ווייס ליעב צו טוהן עפעס היים קרעפטס
דאן קענסטו איר מהנה זיין מיט א שיינע paint by number מיט א קאנוועס קיט

דא אויף אמעזון פאר גוטע פרייזן

שיינע פעינטינגס און קען געניצט ווערן פאר נוי סוכה

איך הער, אבער איך וויל עפעס מער אייגענארטיג און תוכן'דיג היות די סיבה איז אייגענארטיג און תוכן'דיג

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 3:46 pm
דורך התבונני
נאך א ניק האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אויב האט דיין ווייס ליעב צו טוהן עפעס היים קרעפטס
דאן קענסטו איר מהנה זיין מיט א שיינע paint by number מיט א קאנוועס קיט

דא אויף אמעזון פאר גוטע פרייזן

שיינע פעינטינגס און קען געניצט ווערן פאר נוי סוכה

איך הער, אבער איך וויל עפעס מער אייגענארטיג און תוכן'דיג היות די סיבה איז אייגענארטיג און תוכן'דיג

אולי דאס וועט זיין אינטרעסאנט....
טרעף עפעס ביי דיר וואס דו קענסט זיך טוישן לטוב[ת]ה (ווי דו רופסט עס "אייגענארטיג און תוכן'דיג")
און ברענג דאס ארויס מיט א בריוועלע....

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 5:02 pm
דורך ווילי זיידע
אין די אמאליקע יאהרען פלעגט זי די בני בית גלייכען צו שטריקען גאבליין, אפשר קען מען נאך געפינען היינטיקע ווייבלעך וואס האבען דאס אויך גערן, זיי זענען נישט טייער, און מ'קען אויפנייען שיינע זאכן און באצירונגען

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 5:12 pm
דורך הלשון
זילבערנע לייכטער - אויב האט מען נאכנישט, און מען האט די געלט דערפאר

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:00 pm
דורך אויפגעפרישט
א שיינע נייע דירה דאפעלט סווער פיס פון יעצט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:33 pm
דורך ראש המערכה
אויב כ'מעג צילייגן מיינע צוויי גראשן...
איך וואלט אזא פאל געקויפט טאקע א נייע טייערע קאפ צידעק זאל זיין אביסל טייערער ווי מוואלט זיך סתם אזוי ערלויבט ס'דא אאן א שיעור ווי טייער מ'קען גיין מיט דיע זאכען אין ס'מיינט גאר אסאך באם פלגא דגופא דאס'ט געבן ד'מעסעדזש אין האבן א שטארקן רושם פאר אלע פלגא'ס ציגלייך. פארשטייטסעך מיט די אפשען פין טוישן די סטייל.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:42 pm
דורך ראש המערכה
נאך א ניק האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אויב האט דיין ווייס ליעב צו טוהן עפעס היים קרעפטס
דאן קענסטו איר מהנה זיין מיט א שיינע paint by number מיט א קאנוועס קיט

דא אויף אמעזון פאר גוטע פרייזן

שיינע פעינטינגס און קען געניצט ווערן פאר נוי סוכה

איך הער, אבער איך וויל עפעס מער אייגענארטיג און תוכן'דיג היות די סיבה איז אייגענארטיג און תוכן'דיג

אלץ די חלק פון תוכן'דיג זאלסטע שרייבען אויפן צעטעלע "איך שעץ דאס זייער אין אנערקען וויפוהל דאס מיינט פאר דיר... זאל דער אויבערשטער העלפן בזכות..." אבער אפרישיעטען וועט זי א טייערע ניצבארע זאך מעהר ווי א תוכן'דיגע צענא רענא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:44 pm
דורך אוראייניקל
אויפגעפרישט האט געשריבן:א שיינע נייע דירה דאפעלט סווער פיס פון יעצט

פארוואס? זי זאל האבן צו וואשן דאפעלט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:57 pm
דורך לעכטל
אוראייניקל האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:א שיינע נייע דירה דאפעלט סווער פיס פון יעצט

פארוואס? זי זאל האבן צו וואשן דאפעלט?

וואשן וועט די גויטע!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:57 am
דורך נאך א ניק
אויפגעפרישט האט געשריבן:א שיינע נייע דירה דאפעלט סווער פיס פון יעצט

ואמר כל העם אמן !!!!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:14 pm
דורך שמחהלע
נאך א ניק האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א סערטיפיקעט אין א טיכל/שייטל געשעפט אדער אין עני אנדערע קליידער סטאר.

נישט קיין שלעכטע איידיע אבער לכתחילה וויל איך עפעס, נישט קיין סערטיפיקאט

דארפסט נישט קויפן א סערטיפיקאט, קענסט קויפן די זאך אליינס, קענסט שיקן דיין שוועסטער, מאמע וכו' צי קויפן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 3:55 pm
דורך nmi
שמחהלע האט געשריבן:
נאך א ניק האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:א סערטיפיקעט אין א טיכל/שייטל געשעפט אדער אין עני אנדערע קליידער סטאר.

נישט קיין שלעכטע איידיע אבער לכתחילה וויל איך עפעס, נישט קיין סערטיפיקאט

דארפסט נישט קויפן א סערטיפיקאט, קענסט קויפן די זאך אליינס, קענסט שיקן דיין שוועסטער, מאמע וכו' צי קויפן.

ברויכסט קענען די נשים אביסל בעסער...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:16 pm
דורך אדער יא

עס קומט שוין יו"ט!

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:33 pm
דורך לעכטל
רבותי איך דארף א פרישע אדיע וואס צו קויפן...

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:44 pm
דורך אחת ואחת
האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:31 pm
דורך לעכטל
אחת ואחת האט געשריבן:האף איך אויף דעם יו"ט צו קויפן א דיימאנד פין אי"ה

זייער זייער שיין כל הכבוד!
אבער קען מען נישט קויפן צו אפט טייערע זאכן, מען דארף זיך אבער ווינסענדיג מאכן לכבוד יום טוב!
קויפט מען א קלענערע זאך (30 - 75..$) די שאלה איז נאר ווער האט עפעס אן איידיע?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:43 pm
דורך אדער יא
גיב איר געלט פאר א נייע קלייד.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:04 pm
דורך חוח בין השושנים
לעכטל האט געשריבן:רבותי איך דארף א פרישע אדיע וואס צו קויפן...

געקויפט א הערליכע לעדערנע קריאת שמע ליינער, פאר די אויסגעמוטשעטע באלעבאסטע.
פונקט געטראפן אין ספרים סטאר פאר 40 טאלער.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:11 pm
דורך לעכטל
אדער יא האט געשריבן:גיב איר געלט פאר א נייע קלייד.

ייש"כ אבער שוין געקויפט אלע קליידער וואס מען דארף... למעשה בין איך אריין אין א לאקאלע סטאר, און געקויפט עפעס א 'שמעקער', וואס דאס קען אייביג צוניץ קומען!
איר דארפט פארשטיין: חאטש איך וויל נישט, קויף איך/מען גלייך ווען מען דארף עפעס, איז שווער צו טרעפן 'א מתנה'...