Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אידישע do not call list

זונטאג ינואר 06, 2013 11:07 am

איז דא א וועג זיך ארויפצילייגן אויף א do not call list וואס וועט אויך ארבעטען אויף אידישע אדווערטייזערס?
איים סאררי אבער זינטיג צען דרייסיג אינדערפרי איז נישט גערעכט צי קאלן.

Advertisement

זונטאג ינואר 06, 2013 2:42 pm

די אלע קאל-אראונד קאמפאניס קען מען געווענליך אנרופן אז זיי זאלן אייך אראפנעמען פונעם ליסט.
אויב סתם שיין בעטן העלפט נישט, וועלן זיי עס יא טון נאכן באקומען א שטרענגע פארציע.

זונטאג ינואר 06, 2013 3:12 pm

ווי קען איך זעהן וואסערע קאמפעני עס קאלט מיר? די נאמבער אויף די קאללער איי די איז א פאלטשע. אין דער וואס מאכט די פארטי קאלט נאר איינמאל א יאר.

זונטאג ינואר 06, 2013 3:31 pm

וועלכע קאמפעני איז דער אינגערמאן וואס הייבט אלץ אן "העללללאואו!" (אויפן טאן פון "אזלא גרש")?

זונטאג ינואר 06, 2013 3:41 pm

וואס זאגסטו מייקרעסאפט? זונטאג 10:30 איז נישט גערעכט? און האו עבאוט זונטאג אינדערפרי פערטל צו אכט? ביי מיר האט דאס פאסירט עטליכע וואכן צוריק, מ'רופט מיר מיט א בשורה טובה וועגן ביליגע פאנדזשעלאוס.. איך האב פראבירט עטליכע מאל צוריקצוריפן די נומער פון די איי די, אבער אין קול ואין עונה, דאס איז א שרעקליכע עולה!!

ובזה יצאתי ידי חובתי במחאה.

זונטאג ינואר 06, 2013 8:15 pm

מוצ"ש האט זיך געטון א גערופעריי, ביפס נאכאנאנד, אן קיין ענדע. השם ישמרנו ויצלנו.

אויב איינער ווייסט וויאזוי לויז צו ווערן פון די נודניקעס וועל איך אים דאנקבאר זיין.

זונטאג ינואר 06, 2013 8:34 pm

מען האט שוין אפאר מאל גערעט דא וועגען די אידישע פראמאשינעל קאולס אז זיי זענען נישט מכבד די דא נאט קאול ליסט אין די רצון פין מענטשען אין אז א מענטש איז בעל הבית אויף זיין אייגענע טעלעפאן אין אז ער לייגט ארויף זיין נאומבער אויף די גאווערמענטס דא נאט קאול ליסט מיינט עס ער האט נישט קיין רעכט צי קאולען
אבער סאיז נישט דא וואס צי טוהון א מענטש האט זיך געמאכט זיין פרנסה פין מצער זיין אין פייניגען מענטשען אין מקען גארנישט טהון

זונטאג ינואר 06, 2013 9:52 pm

מיר גייט נישט אן זיי קאלן איך האב ליב צי הערן אייביג זייער פרישע איידיעס, אבער זיי ווייסען נישט פין קיין זמנים!!

מאנטאג ינואר 07, 2013 1:14 pm

איך מיט מיין ארעמקייט האב שוין אמאל מתריע געווען אקייגן די חברה, אבער ליידער לא עלתה בידי.

מאנטאג ינואר 07, 2013 1:21 pm

וואס איז די נומער פון דא נאט קאל?

מאנטאג ינואר 07, 2013 1:23 pm

איך מיין אז די בעסטע עצה איז צו טוהן וואס מחותן האט געטוהן, כולי האי ואולי האי וועט עס עפעס אויפטוהן

מאנטאג ינואר 07, 2013 1:27 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:וואס איז די נומער פון דא נאט קאל?

1888-382-1222

מאנטאג ינואר 07, 2013 1:30 pm

זיי האבען אויך א וועבסייט
https://donotcall.gov/

מאנטאג ינואר 07, 2013 1:32 pm

ועיין עוד כאן viewtopic.php?p=586541#p586541

דינסטאג ינואר 08, 2013 8:10 am

*Reminder:Even if your number is registered, charities, political organizations, and telephone surveyors may continue to call you. Companies with which you do business may also continue to call, unless you have asked them to stop calling you. If you have asked them to stop calling, please keep a record of the date you made the request and include that information in the comment section of any complaint you submit against that company.

DO NOT CALL פאר א סעלפאון

מאנטאג יולי 14, 2014 3:48 pm

איך האב לעצטענס אנגעהויבן צו באקומען צופיל אפפערס אויף מיין סעל. איך האב נישט קיין אנונג ווי די חברה האבן באקומען מיין נאמבער, איז דא ערגעץ ווי מען קען אויפסיינען זיי זאלן נישט רופן?

מאנטאג יולי 14, 2014 4:03 pm

888-382-1222

מאנטאג יולי 14, 2014 4:31 pm

איך האב אויך געהאט צוטוהען לעצטענס מיט איינע פון די היימישע קאמפאניס (א ראפעל גראדע) וואס האט נישט אויפגעהערט צו רופען, איך האב גערופען איינמאל און געבעטן שיין אראפצוגיין, געענטפערט, ווייס נישט, נישט איך בין געשטעלט דערויף וכו' וכו'. גערופען א 2'טע מאל, יענער שוין געווארן אביסל אנגעצויגען, שוין געזאגט איך קען נישט, וכו' וכו'. גערופען א 3'טע מאל און א 4'טע מאל (ווען יענער מיינט נעבאך אז ס'איז א נייער קונה פארן ראפעל), ביז יענער האט צוגעזאגט "שוין" צו רופען ''יענעם'' מיך אראפצונעמען פונעם ליסטינג!

מיטוואך יולי 16, 2014 9:46 am

יישר כח

דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:27 pm

נו, וואס קען מען תכלית טוהן צו די פראבלעם? ס'גייט שוין אריבער אלע גבולים.

ס'באדערט נאך מער, אז זיי טוהן עס ווייל זיי ווייסן אידן גייען נישט מסר'ן. דאס הייסט אז זיי ניצן אויס אונזער ערליכקייט אונז צו בא'עול'ן.

איך וואלט געטראכט - מיט רשות פון די אחראים - זאל מען דא ארויפלייגן וועלכע סטאר/מוסד קאלט, וויפל אזייגער, און פון וועלכע נאמבער מ'רופט. און (אויב מ'ווייסט) וועלכע פירמע פירט אן די קאלס.

איך גלייב אז זיי וועלן טראכטן 2 מאל פארן מאכן אזא קאמפיין אויב זיי ווייסן אז מ'וועט עס מעלדן ברבים. (אויב זיי קאלן ארום די גאנצע שטאט, קענען זיי נישט האבן קיין טענות אז מ'רעדט פון זיי ברבים).

וואס האלט דער עולם?

מיט די צייט וועט מען קענען צוזאם שטעלן א ליסטע פון פאון נאמבערס צו בלאקן. והמגפה יעצרה...
שרייב א תגובה

Advertisement