בלאט 1 פון 1
איך זוך וואו איינצושטיין אין בארא פארק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 3:49 pm
דורך אנעים זמירות
איך קום אי"ה (איין מאן אליין) קיין בארא פארק מיטוואך י"ב שבט (יענואר 23) ביז זונטאג נאכמיטאג, און איך זוך א בעיסמענט וואו איך קען איינשטיין. איך וויל אויסדרוקלעך נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים ממש ווייל איך שפיר זיך אומבאקוועם דערמיט, אבער עס שאדט נישט אויב דער בעיסמענט האט דעם זעלבען איינגאנג ווי דער הויז. טאמער איינער קען מיר ארויסהעלפען ביטע זיך ווענדן אין אישי.
ייש"כ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 3:53 pm
דורך בעל דעת
יהא בואו לברכה להרמת קרן התורה
ווען טראכט מען צי זיין ביי אינז שטאט וויליאמסבורג?
בכלל וואלט געווען ראטזאם אז מען זאל ארויס שטעלן א פינקליכער פלאן ווי אזוי דע סדר הביקור וועט פארקימען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 9:05 pm
דורך לוי יצחק
ווער מאכט נישט פתיחה פאר אנעים זמירות?
איך וויל דיר נאר זאגן אז טאמער דו האסט מיין אדרעס אויף דיין ליסטע גיי איך דיר נישט באמערקן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 10:44 pm
דורך משיח
ועד הכנסת אורחים פארמאגט א רשימה פון בעלי אכסניות,
פארבינד אייך מיט זיי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2013 12:26 pm
דורך משיח
אויב נאכנישט געפונען קיין אכסניא, פארבינד זיך אין אישי.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 1:30 pm
דורך אנעים זמירות
געפונען ב"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2013 9:06 pm
דורך לוי יצחק
אנעים זמירות האט געשריבן:איך בין היבש אפגעמוטשעט ב"ה, ווי אויך בין איך שוין עטליכע טעג נישט אזוי בקו הבריאות
מיט דעם און צוזאמען מיט וועטער דארט בין איך היפש באזארגט אויף דיין נסיעה. ווי אר לוקינג פורווארד.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 2:56 pm
דורך אנעים זמירות
לוי יצחק האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:איך בין היבש אפגעמוטשעט ב"ה, ווי אויך בין איך שוין עטליכע טעג נישט אזוי בקו הבריאות
מיט דעם און צוזאמען מיט וועטער דארט בין איך היפש באזארגט אויף דיין נסיעה. ווי אר לוקינג פורווארד.
ביידע האבען זיך שוין ב"ה אביסעל נאכגעלאזט, און מיר האפען בעזה"י אנצוקומען מארגען בערך 11.30 צופרי. בכדי נישט אויפצורייצען די גוים אין די גלות-גאסען בעט איך מען זאל נישט אויסהענגען לעמפלעך אויפען גאנצען וועג פון JFK ביז אריין אין ב.פ., נאר בלויז אין שטאט אליין. אויך פעלט נישט אויס צו הענגען פלאקאטען צדיק בא לעיר וכדו', ערשטענס מפני ענוות קדשי, און צווייטענס ווייל ס'ז פלעין ליגען...
דער סדר היום ווייס מיר נאך נישט קלאר, אבער דאס איז זיכער אז איין צופרי ע'מער בעזה"י פראבירען צו כאפען א היטש פון ק"י קיין ב.פ., בעפאר פרישטאג און מיט א גרויס טשעק אין טאש...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 3:00 pm
דורך מאנ-יימער
דער יעניגער וואס גיט די היטשעס געפונט זיך שוין אונטערן טיש פאר א היבשע וויילע, אן קיין פלענער ווען ארויסצוקומען פון דארט, זאלסט ענדערש נעמען די באס (העכסטענס וועסטו באשרייבן די באס).
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 4:46 pm
דורך IMBZ
עפשער מאגסטי א פארברערגן מיט דיר אין ווילי
וואס זאגט דער עולם דערצי
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 22, 2013 9:48 pm
דורך לוי יצחק
אנעים זמירות האט געשריבן:בכדי נישט אויפצורייצען די גוים אין די גלות-גאסען בעט איך מען זאל נישט אויסהענגען לעמפלעך אויפען גאנצען וועג פון JFK ביז אריין אין ב.פ., נאר בלויז אין שטאט אליין. אויך פעלט נישט אויס צו הענגען פלאקאטען צדיק בא לעיר וכדו', ערשטענס מפני ענוות קדשי, און צווייטענס ווייל ס'ז פלעין ליגען...
סארי, אבער נישטא קיין פלאץ צו הענגען פלאקאטן אין ב.פ... ביי אונז איז נישט אזויווי ביי אייך, ס'פשוט נישטא ווי צו הענגען...
בפרט אז די וואך קומט עפעס א רבי קיין ב.פ. און איינער גייט עפעס געבן לעסאנס אויף "חיים נישאויים באושר" עפעס אזוי, סאו עסט מוזן מאכן מעיק בליוו...
אנעים זמירות האט געשריבן:דער סדר היום ווייס מיר נאך נישט קלאר,
מנין נאך חצות אין ב.פ. קען מען טרעפן נאר אין מונקאטש. מעריב נאך חצות אין ב.פ. נאר אין שומר שבת
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2013 3:27 am
דורך אנעים זמירות
Later today (Thursday) I hope to visit Williamsburg iyh.
My phone no. in USA is 347 675 5018. This is a rented phone and will only be my number till Sunday night.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2013 10:33 am
דורך אליעזר גרינפעלד
וויליאמסבורג ברעיקינג
הרב אניעם עט אי"ה ווילן אין וומס"ב שפעטער
נישט זיך שטופן סע דא גענוג....
ווי קען איך דיר ברענגן א קאפי??