ווער האט דען נאך נישט געהערט פון
עמעזאן פריים איינע פון די סערוויסעס וואס די מעכטיגע
עמעזאן טעקנאלידשי פירמע פארמאגט.
עמעזאן פריים איז א פראגרעם וואס קאסט $79 א יאר, אלץ א מעמבער באקומסטו 2 ביסנעס טעג פרי שיפינג אויף מיליאנ'ס אויף אייטעמ'ס וואס זענען קוואליפייעד פאר עמעזאן פריים, דאס זענען אלע אייטעמ'ס וואס עמעזאן פארקויפט אליין, אדער פון אן
FBA סעללער.
אויך קען מען באקומען 1 דעי שיפינג פאר די נישטיגע פרייז פון $3.99
נישטא קיין לימיט אויף די סייז פון די ארדער.
אנלימיטעט סטרימינג ווידיאויס און טיווי שאויס (אויף אלע גוים!)
ווי אויך קען מען בארגן א יעדע חודש איין קינדל ביכל בחנם, פון א געוויסע צאל ביכלעך וואס זענען קוואליפייעד פאר עמעזאן פריים מעמבער'ס.
די ערשטע חודש איז א פרי טרייעל.
בקיצור ס'איז א פיינע סערוויס וואס לוינט זיך פאר יעדעם וואס קויפט איין אסאך אויף עמעזאן, ווייל במשך פונעם יאר צאלט זיך עס אויס בכפלים.
ווי אויך רעכענען זיי זיך מיט א פריים מעמבער, למשל איך האב געהאט אין די ערשטע חודש אז איינע פון די ארדערס איז נישט אנגעקומען אין צייט, האב איך זיי געקאלט פרעגן ווי מיין ארדער איז, האבן זיי געזאגט אז ס'האט זיך געמאכט עפעס א טעקניקעל פראבלעם אינמיטן וועג און דערפאר וועט די ארדער אנגעקומען שפעט, אבער כדאי צו פארגיטיגען האבן זיי מיר ארויף געלייגט $7 וואס כ'האב דערמיט איינגעקויפט ביים קומענדיגן ארדער.
ועל כולם איז די בענעפיט אז די קענסט שערן די אלע בענעפיט'ס פון דיין פריים אקונט מיט נאך 4 פעמעלי מעמבער'ס פון אייוועלט, דאס הייסט אז אויב איך צאל איין $79 א יאר צו באקומען עמעזאן פריים, קען איך אינווייטן
זייער נייגעריג אחראי thefact און מאשקע (פארשטייט זיך אויב זענען זיי זיך משתתף זיין אין די הוצאות), און זיי באקומען אויך אלע בענעפיט'ס וואס איך האב אלץ אן עמעזאן פריים מעמבער.
זיי האבן אבער איין תנאי אז דאס שערן קען נאר זיין מיט פעמעלי מעמבער'ס אדער קא-ווארקערס, דאס הייסט אז די אלע מוזן וואונען אויף איין פלאץ, ווייל די שיפינג אדרעס מיז זיין די זעלבע ווי מיין, אבער אויפן טעלעפאוין האבן זיי מיר געזאגט אז לאו דוקא, די עיקר איז אז זיי קענען נאר שיקן צו איינע פון די שיפינג אדרעסן וואס איך האב אין מיין אקאונט, מילא העט מיר זייער נייגעריג און די אנדערע מוזן געבן זייערע שיפינג אדרעסן, אזוי אז ס'וועט זיין אין מיין אקונט וועט עס קענען אנקומען צו זיי אהיים.
שטייצעך מ'דארף זייער אכטונג געבן וועגן גילוי אין אזעלכע מקומות.