וואקאציע - גרענד קעניאן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 115
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 10:53 am
וואקאציע - גרענד קעניאן
אזוי ווי איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן אויף וואקאציע צו זעהן די נפלאות הבריאה ביים גרענד קעניאן, וואלט איך געוואלט פרעגן ביים חשובן ציבור ווער עס איז געווען דארט און קען מיטטיילן אביסל אינפארמאציע בנוגע:
- לוינט זיך צו פארן אין די ווינטער אדער בעסער נאך פסח
- South rim or North Rim
- וואו זאל מען לאנדען? אין פיניקס אדער לאס וועגעס
- וועלכע האטעל זאל מען איינשטיין
א דאנק

- מתבונן
- שר האלף
- תגובות: 1037
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
- לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.
וויווידעל, זעה אז דו האסט א גוטן 'טעיסט'. אדרבה, אויב איינער ווייסט פון עפעס אינפארמאציע, אפשר וועט מען אנהויבען טראכטן...?
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
וויווידיזיינער האט געשריבן:אזוי ווי איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן אויף וואקאציע צו זעהן די נפלאות הבריאה ביים גרענד קעניאן, וואלט איך געוואלט פרעגן ביים חשובן ציבור ווער עס איז געווען דארט און קען מיטטיילן אביסל אינפארמאציע בנוגע:
- לוינט זיך צו פארן אין די ווינטער אדער בעסער נאך פסח
- South rim or North Rim
- וואו זאל מען לאנדען? אין פיניקס אדער לאס וועגעס
- וועלכע האטעל זאל מען איינשטיין
א דאנק
יעצט געטראפן דעם אשכול און איך קען מיך נישט איינהאלטן פון ענטפערן...
זיכער די סאוט רים
זיכער אין די זומער (די פלאץ איז ביי א עלעוואציע פון 7000 פיס טא ס'נישט אזוי הייס אין די זומער)
די פראגע ווי מען זאל לאנדען איז שוין קאמפליצירט... אויב גייסטו אויף וועגאס וועסטו נישט קענען זעהן די עכטע שיינע ערטער וועלכע געפינט זיך די אנדערע עק ... ווי די "גרענד קעניען נאציאנאלע פארק" געפינט זיך, און איז א 4 א האלב שעה דרייוו פון וועיגעס
די ארט ווי די וועגאס מענטשן גייען ווערט גערופן "גרענד קעניען וועסט" און באלאנגט צו די אינדיאנער... אגב איז דארט די ארט ווי ס'געפינט זיך די "סקיי וואלק" וואס קאסט אגב א הימל שרייענדע 70$... און דאס פלאץ ווירבעלט מיט העליקאפטערס וועלכע מאכן משוגע און הארגענען אוועק די געפיל
אויב גייסטו לאנדען אין פיניקס גייט עס זיין א 3 שעה דרייוו וועלכע דו וועסט געדענקן דיין גאנץ לעבן! ס'איז הערליך שיין!
אויב גייסטו אויף וועגאס וועסטו אוודאי איינשטיין אין א ארטיגע האטעל און די דרייוו צו די קעניען איז ווייניגער ווי א שעה. אגב א אפשטעל ביי די "האָווער דעם" אויפן וועג איז נישט עפעס וואס דו וועסט ווילן פארפאסן...
אויב קומסטו פון פיניקס וועסטו אנקומען צו א שטעטל גערופן טוסייען וועלכע געפינט זיך הארט נעבן די פארק און פארמאגט אסאך האטעלס פאר צוגענגליכע פרייזן און עטליכע געשעפטן
עניטינג איי לעפט אוט?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30752
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
יש ברירה האט געשריבן:עניטינג איי לעפט אוט?
Off course you did! עפעס בילדער פון דיין טריפ/ס...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

פאר מען גייט צו בילדער... איך האב אויסגעלאזט א וויכטיגע זאך...
אראפגיין אינעם קענען
אויב ווילסטו אראפגיין צו די קאלאראדא ריווער וועלכע לויפט אינעם קעניען דאן זאלסטו גיין דורך וועגאס און נעמען א העליקאפטער
ביי די נאציאנאלע פארק זענען העליקאפטער פארבאטן און די וועג אראפ איז א הייק וועלכע נעמט א גאנצן טאג און זיי ווארענען שטרענג קעגן מאכן די וועג אראפ און ארויף אין איין טאג... נאר רעקאמענדירן צו קעמפּען איבערנאכט אינעם קעניען (זיי דארפן כסדר ראטעווען מענטשן וועלכע פרובירן דאס דורצופירן און בלייבן שטעקן אויפן וועג מאכטלאז אדער באוואוסטלאז...)
ביי די שפיץ פונעם קעניען ביי די וועסט זייט נעבן וועגאס קען מען אפילו אריינפארן אינעם קעניען מיט א קאר אבער ווי געשריבן, נישט פון דארט רעדט די פסוק... די קעניען ווענט זענען היפש נידריג און בכלל נישט די זעלבע זאך

אין וועגאס איז דא מנינים לרחצה... ס'איז אפילו דא איינס 10:00!!!!! (דאס איז א יקר המציאות אין די סטעיטס...)
ביי די נאציאנאלע פארק איז די נענסטע ארט ווי ס'איז דא מנין געוויסע וואכן אין די זומער (מען דארף רופן די שליח צו קאנפערעמען) איז פלעגסטעף וועלכע איז א שעה אוועק
כשר'ס איז דא אין פיניקס אדער סקאדסדעיל (אויך אויפן וועג בערך 20-30 מינוט פון פיניקס) ביי די גרענד קעניען זעלבסט איז פארהאן א קליינע אויסוואל פון כשר'ע פראדוקטן ווי צום ביישפיל באנאנעס און מאראנצן... און אין א שוואכע מינוט או. יא. ניסלעך...

ס'דא זאכן וואס מיט א בילד קען מען באקומען א שטיקעלע השגה, פון וואס מען רעדט דא...
לא כן גרענד קעניאן - לענ"ד איז נישט מעגליך אפצולערנען פון א בילד די אטעם-פארכאפענדע מעכטיגקייט פון די גרענד קעניאן.
זעמיר דארט געווען אמאל (פאר א גאר קורצע צייט), און פארשטייט זיך געכאפט עפעס בילדער. אבער עס איבערקוקנדיג אינדערהיים, האב איך געמאכט "נעה..." - נישט דאס מיינט די פסוק.
לדוגמא: די אייפעל טורעם, נייאגארא פאללס אד"ג, איז מעגליך אריינצוכאפן דאס גאנצע אין איין בילד.
לעומת זה, די קעניאן איז מיילן לאנג, און ווי מער מען שפאצירט, אנטפלעקט זיך פרישע מיילן פון מאסיווע בערג און טיפע טאלן - דאס קען א בילד נישט אפכאפן.
----------------
האמיר אהין געדרייווט, אין די ווינטער, פון סקאטסדעיל אריזאנע. די וועג איז גאר גאר שיין.
היות מיר האבן לכתחלה נישט געהאט אין פלאן צו גיין אהין. איז דאס באזוך געבליבן אויפ'ן לעצטן טאג. אנקומענדיג, האב איך זיך שוין כמעט געדארפט יאגן צוריק קיין פיניקס צו כאפן מיין פליגער.
איי איז דאס געווען א שאד, אז מיר האבן נישט געהאט מער שעות צו פארברענגן דארט. דאס איז דאך אזאנס מעכטיג און אטעם-אפשטעלנד.
וויאזוי זאגט מען: אויפ'ן וועג אהיים, אוי מיין הארץ עס בענקט...

הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30752
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
יש ברירה האט געשריבן:@קנאפער יעדן, דיס איז פאר יא...!
WOW! איבערמעכטיג! מה רבו מעשיך ה'!
א דאנק פארן שטעלן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4104
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm