בלאט 1 פון 5

קאמערא

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 9:56 pm
דורך פארטראכט
העללא. איך זיך צו קויפן א נייער קעמערא פאר די פאמיליע. איך וויל נישט די טייערסטע אבער אויך נישט די ביליגסטע. עפעס וואס וועט כאפן גוטע פיקטשערס אינדערהיים און אויך ווען מ׳וויל אביסל בעסער ווען מ׳גייט אויף וואקאציע וכדומה.

ווער קען זיך אויס וואס איז גוט און ווי איז גוט צו קויפן.

יישר כח

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:10 pm
דורך מייקראסאפט
אממ וויפעל ווילסטי ספענדן? אין בערך וואס דארפסטי?

די גאר פאפעלערע קעמערעס היינט זענען פין די S וואס די לעצטע ווערסיע האלט שוין ביי S110 אין אויך איז דא פין די G וואס די לעצטע איז G15, די פרייזען זענען אין די געגענט פין 400$ אביסעל ארויף אדער אראפ, פין די סארטן איז אויך דא נישט די לעטעסט ווערסיעס וואס דאס איז אביסעל ביליגער אין עס איז כמעט די זעלבע.

אויך איז דא די elph וואס דעס איז אויך גאר גיט אין עס איז היפש בליגער פין די אויבענדערמאנטע.

יעצט גייסטי פרעגן וואס זענען די מעלות איינס מער פינעם צווייטען? פינקטלעך ווייס איך נישט אבער די S אין די G זענען מער ווייניג אייניג די G איז נאר אסאך א גרעסער ווי די S.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
ELPH110 זענען מער די דינערע קעמעראס, דאס דארף קאסטן אין די געגענט פון 129-179 , ווענצעך וועכע טאג דו קויפסטעס.


די SX260 קאסט יעצט 219-249, דאס איז א כוטע קעמערא מיט מעכטיגע פיטשערס, א גאר גוטע זאם וכד'. (SX 500 איז די זעלבע זאך, נאר די נייע מאדעל דערפון)

די S100 איז די בעסטע פוינט ענד שאט קעמערע וואס ס'איז דא, ס'האט א מעכטיגע לענס פאר קלארע פיקטשערס, ס'האט אויך גאנץ גוטע פיטשערס ס'קאסט צווישן 249 ביז 369. געוואנדן ווען און וואו דו קויפסטעס. (די S110 איז די נייע מאדעל דערפון, ס'איז א טאטש סקרין, אבער גארנישט בעסער, און ס'קאסט אסאך מער)

די G12 איז די ביליגסטע "סאפיסטיקעיטעד" קעמערא, ס'טייטש מ'קען צולייגן לענסעס זאאם וכד'... ס'קאסט אין די געגענט פון 299-449. (די G15 איז די נייע ווערסיע דערפון)

מיין פערסענאל אפיניען אויב איז דיין משפחה נישט צו טיעף אין פיקטשערס, און זיי וועלן ענדערש גיין פאר פיטשערס, נעם די SX260. (אדער 500)

אויב פארשטייט זי צו קלארע שארפע בילדער, נעם די S100...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 11:00 pm
דורך פארטראכט
יישר כח ביידע פון ענק פארן ארויסהעלפן און ענטפערן אזוי קלאר.

וויכי. איך אליין גלייך שארפע פיקטשערס. כ׳פלעג האבן א פענעסאניק לומיקס (נישט זייער דין אבער קלאר) אבער די ווידיאס פלעג איך האבן פראבלעמען אראפצולאודן.

מיין פאמיליע גלייכט שארפע פיקטשערס (נישט אזוי ווייט אריינגעטוהן אין זום). אויך מוז עס קענען דערהייבן און פראדוצירן גוטע ווידיא קליפס.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 2:18 am
דורך וויכטיג מאכער
דעמאלטס נעם די S100. ס'האט די בעסטע לענס פון אלע פוינט ענד שוט קעמעראס, דאס מיינט די בבעסטע פיקטשערס, ס'האט אויך גוטע ווידיאו פיטשערס...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 9:11 am
דורך ריק פערי
די SX האט אסאך ביסערע יוזער רעיטינג ווי די S100, קוק אויף עמעזאן ביידע די רעוויוס.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 10:33 am
דורך פארדינט
http://www.bhphotovideo.com/c/product/8 ... amera.html
דרוק אויף add to cart for more details וועט די פרייז זיין $299

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:23 am
דורך ריק פערי
פארדינט האט געשריבן:http://www.bhphotovideo.com/c/product/822124-REG/Canon_PowerShot_S100_Digital_Camera.html
דרוק אויף add to cart for more details וועט די פרייז זיין $299


+ ארום $30 טעקס.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 12:59 pm
דורך קארן
אויף עמעזאן קען מען עס באקומען פאר $249.99 טאטאל.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 2:19 pm
דורך שנאפס
אויך + טעקס

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 4:56 pm
דורך green sunday

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 10:05 pm
דורך פארטראכט
ביךיגסטע איז נאך עמעזאן. אפילו מיטטעקס איז עס $272

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2012 10:59 pm
דורך שמעק_טאביק
די G15 האט דעם זעלבן לענס ווי די S100, אבער האט בעסערע רעוויוס, און איז באלד טאפעלט די פרייז, בערך 450.
איך האב א שכן מיט די G15, די בילדער זענען עפעס משוגע צו ווערן, שארף ווי א שפיז, און גאר שנעל.
די מעלה דערפון איז אז עס כאפט אויך גוטע בילדער אפילו אין דער טונקל. די סקרין איז מער קלאר ווי די S100.
עס איז גרויס, טייער, אבער אין די לאנג ראן יו געט וואט יו פעיד פאר.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2012 2:47 am
דורך יואל שווארטץ
איך פארמאג אין שטוב א G11.
זייער צופרידן.
כ'האב נאכנישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט זינטן קויפן, בערך איינס אהאלב יאר צוריק.
געצאלט בערך $300 פאר א refurbished.

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2013 1:12 am
דורך יהושע
וועלכע קעמערע זאל איך קויפן?

וואס איז די חילוק צווישן אפטיקל זאם און דיזשיטל זאם?
פארוואס איז די עולם אזוי משוגה איבער קענאן, וואס איז שלעכט מיט סאני?
לוינט נישט צו גיין מיט מער פיקסל אין זאם, אפי' ס'איז סאני?
וואס איז וויכטיגער, מעגא פיקסל אדער זאם?
כ'וויל אביסל מער קלארער ווערן אין די נושא, אויב איינער קען אראפ לייגן א געהעריגע שיעור!
א דאנק אייך פון פאראויס!!!

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2013 10:25 am
דורך קהת
איך האב יעצט געקויפט די panasonic LX7 און נישט געקויפט די Canon S110 ביידע האבען כמעט די זעלבע פיעטשערס נאר די LX7 האט א Leica lens וואס קיינער האט נישט סאיז די בעסטע Lens אויפן מארקעט לייג אריין און גוגל LX7 VS S110

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2013 10:52 am
דורך וויכטיג מאכער
קענאן איז א ברענד נעים, ס'מיינט נישט אז אנדערע מאכן נישט קיין גוטע קעמעראס, זיי ווייסעך אז זיי זענען גוט, און זיי האבן גוטע סערוויס...

א אפטיקל זאאם איז ווי א קוקער, ס'ברענגט די זאך נענטער, א דידזשעיטעל זאאם בלאזט אויף די אבדזשעקט, סאו ס'פארלירט קלארקייט ווען מ'נוצט דידזשיטעל זאאם...

מעגא פיקסלס מאכט כמעט נישט אויס ווען מ'רעדט פון 12 צו 15 מעגא פיקסלס, פאר א רעגולער 4X6 פיקטשער, ענדערש נעם א בעסערע קעמערא, ס'טייטש בעסערע לענס, בעסערע זאאם, ווי איידער מער מעגא פיקסעלס...

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2013 12:38 pm
דורך שנאפס
כ'וויכי, מעגא פיקסל איז נאר א חילוק אויב ווילט איר שטארק גרעסער מאכן אייערע בילדער

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2013 2:37 pm
דורך שמעק_טאביק
קהת האט געשריבן:איך האב יעצט געקויפט די panasonic LX7 און נישט געקויפט די Canon S110 ביידע האבען כמעט די זעלבע פיעטשערס נאר די LX7 האט א Leica lens וואס קיינער האט נישט סאיז די בעסטע Lens אויפן מארקעט לייג אריין און גוגל LX7 VS S110


טייל האלטן טאקע אז פענעסאניקס לענס איז די בעסטע, אבער איי בעג טו דיפער. איך האב שוין געקויפט פענעסאניקס מיט קענאן'ס, קענאן איז געווען בעסער אין אלע הינזיכטן. קלארער, שנעלער, בעסערע קאלירן.
פענעסאניק איז נישט שלעכט, און אויך נישט אלע קענאנ'ס זענען גוט, אבער וועט נישט פארקויפט פון די פראפעגאנדע.

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2013 3:05 am
דורך יהושע
א גרויסן ש'כח, כ'האב שוין שיעור נישט געוואלט קויפן די WX150 ס'הייסט ס'אידאך 18mp און איר זענט גערעכט ס'פעלט מיר טאקע נישט אויס די היי רעסילושען , די עיקר וואס כ'דארף איז צו קענען מאכן שארפע קלארע פיקטשערס און ווידיאויס, אינסייט אייטסייט, פון נאנט און ווייט.
איצטער קוק איך שוין אויף די SX260 איז עס טאקע גוט, אדער ס'דא בעסערע מיט די זעלבע דינקייט, און מער פיטשערס?
וואס הייסט א גוטע לענס?
און וואס איז טאקע פשט פון די דיטשיטעל זאאם, אויב מאכט עס אומקלאר, צו וואס דארף מען עס בכלל? איז עס יא אמאל גוט צו ניצן?
וואס מיינט ISO Sensitivity?

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2013 8:50 am
דורך שנאפס
די SX260 איז א גוטע קעמרע, ער פארמאגט א ווייטע לענס (אפטיקעל זאאם), און עס כאפט קלארע בילדער

די דיגיטאלע זאאם איז געמאכט ווען מען וויל אמאל כאפן א ווייטע בילד, אבער עס איז בכלל נישט אזוי קלאר ווי אפטיקעל, איינער וואס כאפט אסאך ווייטע בילדער דארף נעמען א קעמרע מיט אסאך אפטיקעל זאאם

אויב מען כאפט אין די טונקל, אדער נישט אזא ליכטיגע פלאץ דארף מען האבן אסאך ISO, און ווען מען כאפט אין א ליכטיגע פלאץ, דארף מען ווייניגער, למשל אונטער די זון דארף מען כמעט גארנישט, ווייל די זון גיבט כמעט די גרעסטע מאס ליכטיקייט וואס איז שייך

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 10:52 am
דורך למעלה משבעים
להערה, ווי א העכערע נומער די ISO איז אנגעשטעלט, פארלירט די בילד פון די שארפקייט. ווי נידריגער אלץ שארפער איז די בילד.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 11:03 am
דורך שנאפס
אבער ווען עס איז טונקל מוז מען העכער מאכן די ISO, אויב וויל מען בכלל האבן א בילד

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 2:28 pm
דורך יהושע
צו וואס פעלט אויס די ISO ס'אידאך דא א פלעש פאר דעם צוועק, אז ווען ס'טונקעל מאכט ער ליכטיג און אזוי קען מען כאפן דעם בילד?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 3:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'בין נייגעריג צו ISO איז נאך באמת אזא חילוק אין די היינטיגע דיגעטאלע וועלט. אמאל מיט די פילמ'ס האט עס געמאכט א ריזן חילוק אז איינער פארשטייט ווי אזוי א פילם האט געארבייט, פארשטייט פארוואס, אבער היינט איז דאך נישט שייך די טעם, אויב אזוי וואס איז די מעשה מיטן ISO ?