בלאט 4 פון 6

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 12:48 am
דורך קנאפער ידען
יש ברירה האט געשריבן:אקעי, וועלכע זום האט די סאוני קאמערע אריינגעבויט, אויב עפעס...

און אגב וואס זאגסטו צו דעם?
https://shop.usa.canon.com/shop/en/cata ... d&pageSize

קודם כל, דער מעלה פונעם Sony A6000 (וכדו') איז אז עס איז נישט ממש א פראפעשענעל קעמערע סאו עס כאפט פיינע זאכן "סתם" אן גארנישט זיך שפילן מיט די קאמפלעצירטע סעטטינגס.

דו שיקסט אזוי א לינק פון א גאנצע סטאק, סאו עס איז שווער צו קאמפערן, אבער אין דזשענעראל דער T6 (וכדו') זענען היבש שוואכער אין עצם קוואליטעט (זאל זיין פאקוס פאונטס, מעגא פיקסעל, ISO, שנעלקייט פון שאטס, און נאך אסאך) און היבש באלקיער. דער M6 (וכדו') איז שוין יא נישט שלעכט און היבש ענליך אבער דאס איז שוין נישט ביליגער (נאר טייערער, דו צאלסט באלד 5 מאות פאר א ריפערבישט און נאר מיט דער פשוט'ער לענס.)

איבער זאאם, איז עס טאקע נישט מער ווי דער G16 (אביסל ווייניגער אויב עפעס), אבער האסט אסאך מער מעגא פיקסעל צו שניידן פון שפעטער. און - ווי געזאגט - דאס איז נאר ביי דער פשוטער לענס, און ביי דעם קענסטו שפעטער קויפן א עכטע זאאם לענס וואס ראקט...

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:19 am
דורך יש ברירה
אקעי טענקס פאר די אינפארמאציע!

אויב דו קענסט, וואס זאגסטו צו דעם? וויאזוי פארגלייכט זיך עס צו מער טייערע קאמערעס.
https://www.amazon.com/dp/B07FXXVC74/re ... B01MT3SZ46

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:21 am
דורך יש ברירה
קנאפער ידען האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אקעי, וועלכע זום האט די סאוני קאמערע אריינגעבויט, אויב עפעס...

און אגב וואס זאגסטו צו דעם?
https://shop.usa.canon.com/shop/en/cata ... d&pageSize

קודם כל, דער מעלה פונעם Sony A6000 (וכדו') איז אז עס איז נישט ממש א פראפעשענעל קעמערע סאו עס כאפט פיינע זאכן "סתם" אן גארנישט זיך שפילן מיט די קאמפלעצירטע סעטטינגס.

דו שיקסט אזוי א לינק פון א גאנצע סטאק, סאו עס איז שווער צו קאמפערן, ...

או מיי...

יעצט זעה איך אז כהאב געלייגט א שלעכטע לינק!...

געוואלט שטעלן דאס...
https://www.bestbuy.com/site/canon-eos- ... Id=6323759

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 6:03 am
דורך קנאפער ידען
יש ברירה האט געשריבן:אויב דו קענסט, וואס זאגסטו צו דעם? וויאזוי פארגלייכט זיך עס צו מער טייערע קאמערעס.
https://www.amazon.com/dp/B07FXXVC74/re ... B01MT3SZ46

דאס (און דער גאנצער ליניע פון קענאן) האט אסאך פיטשיוועקעס און א גרויסער זאאם אבער די פשוט'ע סענסאר איז ווייט נישט אזוי קלאר און גוט (אפילו דער קענאן G, אדער אמאל S, ליניעס האבן נישט דער זאאם אבער די פשוטע בילדער זענען געעוענדליך בעסער.)
יש ברירה האט געשריבן:או מיי...

יעצט זעה איך אז כהאב געלייגט א שלעכטע לינק!...

געוואלט שטעלן דאס...
https://www.bestbuy.com/site/canon-eos- ... Id=6323759

אה, דאס מאכט שוין יא מער סענס.... (אויב שוין יא מיינעך אז עס לוינט זיך צו צוצואלן פאר א קיט ווי דאס.)

עס איז א פיינע קעמערע, אבער היבש אסאך באלקיער ווי דער A6000 (אדער דער G16), דער A6000 קומט נאכאלץ ארויס א געווינער מיט אסאך גרעסערע מעקס ISO און מער פאוקעל פוינטס, און דער A6000 - ווי געזאגט - האט דער מעלה פון כאפן פשוטע גוטע בילדער אפילו מען שפילט נישט מיט סעטטינגס ווי א פראו.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 11:07 am
דורך veltsman
איך בין א שטארקע חסיד פון די קאמערא
Canon PowerShot SX740 HS

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 11:10 am
דורך יש ברירה
קנאפער ידען האט געשריבן:עס איז א פיינע קעמערע, אבער היבש אסאך באלקיער ווי דער A6000 (אדער דער G16), דער A6000 קומט נאכאלץ ארויס א געווינער מיט אסאך גרעסערע מעקס ISO און מער פאוקעל פוינטס, און דער A6000 - ווי געזאגט - האט דער מעלה פון כאפן פשוטע גוטע בילדער אפילו מען שפילט נישט מיט סעטטינגס ווי א פראו.

בקיצור, טו ריקעפּ... עס איז נישט פארהאן די קאמערע וואס איך זוך פאר די פרייז וואס איך וויל צאלן... טא, מען ברויך אביסל סעטלען. איך קען נישט קויפן קיין A6000 אן די לענס ווען די גאנצע סיבה פארוואס איך אויף א נייע קאמערע איז וועגן די לענס... הגם עס שמעקט מיך גאנץ גוט אנצוקומען מיט א סאוני קאמערע אן אפשפעטן פון די סימפל חסידים וואס קויפן נאר קענאן....

וואס וואלסטו געזאגט איז מיין נעקסט בעסט טשויס?

אגב, וויאזוי טראנסלעיט מען די mm פון א לענס צו די פשוט'ע × וואס שטייט אויף ביליגע קאמערעס?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 12:35 pm
דורך קנאפער ידען
יש ברירה האט געשריבן:

איך בין נישט קיין עכטער פאטאגראפירער אדער פאטאגראפי מבין צו קענען רעקאמענדירן א עכטער פראו קעמערע. אבער דער T6 וואס דו האסט געלינקט סאונדט זייער גוט.

וועגן דער זאאם חשבון איז עס נישט סימפעל. אבער עס ארבעט מיט דער ערשטער נומער טיימס דער צווייטער נומער. דאס הייסט דער G16 האט א 5x זאאם ווייל עס איז (ווי די ספעקס זאגן אייביג) 28–140 mm און 140 איז 5 מאל 28. אבער עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס זינט דאס איז דאך דער זאאם פון דער בעיס סייז און דער בעיס סייז איז אנדערש ביי יעדע לענס.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 12:40 pm
דורך יש ברירה
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין עכטער פאטאגראפירער אדער פאטאגראפי מבין צו קענען רעקאמענדירן א עכטער פראו קעמערע. אבער דער T6 וואס דו האסט געלינקט סאונדט זייער גוט.

וועגן דער זאאם חשבון איז עס נישט סימפעל. אבער עס ארבעט מיט דער ערשטער נומער טיימס דער צווייטער נומער. דאס הייסט דער G16 האט א 5x זאאם ווייל עס איז (ווי די ספעקס זאגן אייביג) 28–140 mm און 140 איז 5 מאל 28. אבער עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס זינט דאס איז דאך דער זאאם פון דער בעיס סייז און דער בעיס סייז איז אנדערש ביי יעדע לענס.

מיין לינק איז געווען א T7 כ'ווייס נישט וויפיל חילוק עס איז.

טענקס פאר די אינפארמאציע. אויב דו שטויסט זיך אן אין עפעס קענסטו מיטטיילן...

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 12:42 pm

אופס, דאס האבעך געמיינט. עס איז בעסער פון דער T6. און דער קיט קומט מיט א זאאם לענס.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 12:53 pm
דורך יש ברירה
קנאפער ידען האט געשריבן:וועגן דער זאאם חשבון איז עס נישט סימפעל. אבער עס ארבעט מיט דער ערשטער נומער טיימס דער צווייטער נומער. דאס הייסט דער G16 האט א 5x זאאם ווייל עס איז (ווי די ספעקס זאגן אייביג) 28–140 mm און 140 איז 5 מאל 28. אבער עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס זינט דאס איז דאך דער זאאם פון דער בעיס סייז און דער בעיס סייז איז אנדערש ביי יעדע לענס.

איך פארשטיי בערך וואס דא שטייט...

טא די צווייטע לענס ביים T7 הייבט זיך היפש מער אריינגעזומט ווי די קלענערע איז ווען ס'איז די מערסטע געזומט. איא?

און וויפיל וואלט אויסגעקומען 75-300mm ביי דעם קאמערע?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:02 pm
דורך ענדע צדיק!
@יש, קודם דארפסטו דיסיידן, דארפסט א טו-גאו קעמרע? אדער א פראפעשאנעל קעמרע וואס מען קען שפילן מיט די פיטשיווקעס/לענסעס וכו׳?

אויב די ערשטע, נעם עני גוטע פאוער-שאט מיט דיין קריטעריע (זאאם, מ״פ). אויב די צווייטע דאן איז די אויסוואהל ענדלעסס... אבער אויב ווילסטו - לאמיר זאגן - נאר איינס צוויי בעיסיק לענסעס, ביסט גרייט אביסל צי שלעפן און טוישן לענסעס ארגע פאר די געדולד פון די קינדער פלאצן... קענסטו פרובירן א גוטע מיררארלעסס קאמערא.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:05 pm
דורך ענדע צדיק!
קנאפער ידען האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט קיין עכטער פאטאגראפירער אדער פאטאגראפי מבין צו קענען רעקאמענדירן א עכטער פראו קעמערע. אבער דער T6 וואס דו האסט געלינקט סאונדט זייער גוט.

וועגן דער זאאם חשבון איז עס נישט סימפעל. אבער עס ארבעט מיט דער ערשטער נומער טיימס דער צווייטער נומער. דאס הייסט דער G16 האט א 5x זאאם ווייל עס איז (ווי די ספעקס זאגן אייביג) 28–140 mm און 140 איז 5 מאל 28. אבער עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס זינט דאס איז דאך דער זאאם פון דער בעיס סייז און דער בעיס סייז איז אנדערש ביי יעדע לענס.

מיין לינק איז געווען א T7 כ'ווייס נישט וויפיל חילוק עס איז.

טענקס פאר די אינפארמאציע. אויב דו שטויסט זיך אן אין עפעס קענסטו מיטטיילן...

אופס, דאס האבעך געמיינט. עס איז בעסער פון דער T6. און דער קיט קומט מיט א זאאם לענס.

די זאאם לענס איז שווער, און מיט יעדע ריר איז די פיקטשער א פארגאנגענהייט, עס איז טאקע א אפטיקל זאאם און עס איז קלארער ווי א פאלשע זאאם, אבער עס איז א שוואכע לענס.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:48 pm
דורך דניאל אויערבאך
The best choice for you would be the Canon G7X Mark II
it has a 20 megapixel so you can crop much more than the G16
If you're used to Canon interface this will probably serve your purpose

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:56 pm
דורך יש ברירה
ענדע צדיק! האט געשריבן:@יש, קודם דארפסטו דיסיידן, דארפסט א טו-גאו קעמרע? אדער א פראפעשאנעל קעמרע וואס מען קען שפילן מיט די פיטשיווקעס/לענסעס וכו׳?

אויב די ערשטע, נעם עני גוטע פאוער-שאט מיט דיין קריטעריע (זאאם, מ״פ). אויב די צווייטע דאן איז די אויסוואהל ענדלעסס... אבער אויב ווילסטו - לאמיר זאגן - נאר איינס צוויי בעיסיק לענסעס, ביסט גרייט אביסל צי שלעפן און טוישן לענסעס ארגע פאר די געדולד פון די קינדער פלאצן... קענסטו פרובירן א גוטע מיררארלעסס קאמערא.

איך וויל א קאמערע וועלכע זאל זיין עפעס אינדערצווישן. איך נוץ אביסל פשוטע פיטשעווקעס, למשל ארפעטשער, לאנג עקספאוזשער אביסל ארומשפילן מיט די ISO.

עס דארף אבער נישט זיין קיין פראפעסיאנאלער קאמערע 90% פון די צייט וועל איך עס נוצן אויף אויטא. אבער.... איך האב זייער ליב צו פאטאגראפירן באשעפענישן און פייגלעך! פאר דעם דארף איך א גוטע זום און הויכע מעגע פיקסל ווען אפילו די זום איז נישט גענוג...

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:00 pm
דורך יש ברירה
דניאל אויערבאך האט געשריבן:The best choice for you would be the Canon G7X Mark II
it has a 20 megapixel so you can crop much more than the G16
If you're used to Canon interface this will probably serve your purpose

ס'איז בעסער ווי די SX740?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:22 pm
דורך קנאפער ידען
יש ברירה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:The best choice for you would be the Canon G7X Mark II
it has a 20 megapixel so you can crop much more than the G16
If you're used to Canon interface this will probably serve your purpose

ס'איז בעסער ווי די SX740?

ווי געזאגט פריער איז דא דער SX ליניע וואס איז מער פיטשיווקעס און בעסער זאאם אבער נישט בעצם אזא גוטע לענס סאו די בילדער קענען זיין ווייניגער קלאר. און דאן איז דא דער S און G ליניעס וואס זענען בעצם בעסער אבער אן קיין גוטע זאאם און אנדערע פיטשיווקעס וואס פעלן.

דער G16 און דער G7X זענען ביידע פון דער צווייטער סארט. סאו דער G7X איז טאקע נייער און מער מעגא פיקסעל פונעם G16 אבער עס איז א המשך פונעם זעלבער ליניע און דער זאאם איז נאך אפילו ווייניגער (און נישטא אזא זאך טוישן לענס...)

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:23 pm
דורך ענדע צדיק!
יש ברירה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:The best choice for you would be the Canon G7X Mark II
it has a 20 megapixel so you can crop much more than the G16
If you're used to Canon interface this will probably serve your purpose

ס'איז בעסער ווי די SX740?

SX740 האט אסאך דאונסיידס קאמפערד צו די G7X, אבער א גוטע זאאם.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:27 pm
דורך יש ברירה
בקיצור, זאך איך קויפן די T7 און פערטיג? @ענדע דו האסט א אישו מיט די עצם קעמערע? לענס אין א זייט געלייגט.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:30 pm
דורך ענדע צדיק!
האסט איבריגע 2000$+ פאר לענסעס?

טשעק אויס די Canon SX70 אפשר

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:37 pm
דורך יש ברירה
פאר די צייטן וואס איך דארף א שטארקע זום איז דיזע וואס קומט מיט נישט גענוג?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:48 pm
דורך ענדע צדיק!
סאיז סיי נישט גוט אין קוואלעטי און נישט גענוג לאנג

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:51 pm
דורך יש ברירה
די לענס?

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 2:55 pm
דורך ענדע צדיק!
יש ברירה האט געשריבן:די לענס?

יא. ס׳איז א 75-300 לענס (גייט אויסקומען אביסל ווייניגער מער 335 בערך). אבער יענס האט אסאך ווייטער.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 12:10 am
דורך יש ברירה
ענדע צדיק! האט געשריבן:טשעק אויס די Canon SX70 אפשר

נאכגעקוקט אביסל...

קוקט אויס פיין און פיגורירט אויף אלע ליסטעס פון בעסטע ברידזש קאמערעס. דער עולם רעדט זיך אבער אפ אז עס ארבעט נישט גוט אין שוואכע ליכטיגקייט.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 6:57 am
דורך מאתים
סאיז דא א קאמערע Panasonic lumix zs80 וואס איז די נייעסטע פון זיי, מיט א 25 זאאם, אויך 4k HD מיט א גוטע אפערטשער לענס פון 2.8 נאר סקאסט איבער 400, סאיז אויך דא די zs70 פאר אביסל ביליגער אין די 300 רענטש.