בלאט 2 פון 6

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 3:08 pm
דורך משזר
די ISO איז גיט פאר לאו לייט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 4:02 pm
דורך שמעק_טאביק
יהושע האט געשריבן:צו וואס פעלט אויס די ISO ס'אידאך דא א פלעש פאר דעם צוועק, אז ווען ס'טונקעל מאכט ער ליכטיג און אזוי קען מען כאפן דעם בילד?


ס'איז אינגאנצן א אנדערע טעכנאלאגיע.

קודם כל פלעש - וועלכע איז בכלל נישט רעקאמענדירט צו נוצן נאר ממש ווען גאר נויטיג - מאכט ליכטיג נאר דעם קליינעם שטח ארום דעם קעמערע. מאנכע קעמרעס לאזן עדזשאסטן ווי שטארק די פלעש זאל זיין, צו שטארק קען זיין צופיל און דער בילד ווערט "אווער-עקספאוזד", צו ליכטיג, עס פארלירט די דיטעילס. אבער די מעלה איז אז עס מאכט ליכטיג א גרעסערע שטח. אבער אויב מאכט מען שוואך דעם פלעש, איז עס נישט גענוג צו באלייכטן א שטוב.

ISO ארבעט אז דער סענסאר ווערט מער סענסיטיוו, ס'אזוי ווי איינער שטופט זיך אריין די ברילן און שטרענגט זיך אן צו זעהן בעסער (נישט ממש, משל בעלמא היא), דער לענז ווערט מער קלעבעדיג צו יעדע זאך וואס ער זעהט, אבער דאס האט עטליכע דאונסיידס אויכעט, קודם ווי פריער געשמועסט ווערן די בילדער "גרעיני", פול מיט פינטלעך, און נאכדעם קען עס ווערן בלארי שנעלער.

זעה בילדער פון א הויכע ISO, ווי נישט קלאר דאס איז, און ווי העכער עס איז אנגעשטעלט, אלס ערגער ווערט עס.

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 2:21 pm
דורך derech eretz
איז דא א ביליגע גוטע קעמרע מיט Remote Shooting*, צו קענען נעמען פיקטשערס פונעם קאמפיוטער

*to turn your computer into an external screen and control panel for your camere

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 2:32 pm
דורך יהושע
כ׳האב למעשה געקויפט די canon sx260 ס׳איז א מעכטיגע שטיקל, זייער צופרידן סוי פאר.
א ש׳כח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן.

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 2:48 pm
דורך שנאפס
דרך ארץ ליין אביסעלע

http://lifehacker.com/5898247/how-to-re ... s-and-more

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 2:54 pm
דורך גוגל
למעשה איז די פרייז יעצט
CANON SX260 $240
CANON S100 $300
וואס זאגט די עולם וואס זאל איך נעמען???
נישט איך און נישט מיין ווייב פארשטייען מוראדיג צו בילדער

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 5:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב געקויפט א S100, ס'איז געוואלדיג!!!

למעשה אויב פארשטייסטו נישט בכלל צו פיקטשערס קענסטו נעמען א SX260, ס'האט אויך גוטע פיקטשערס, אבער העסט מער ענדזשויען די פיטשערס...

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 6:10 pm
דורך derech eretz
שנאפס האט געשריבן:דרך ארץ ליין אביסעלע

http://lifehacker.com/5898247/how-to-re ... s-and-more

כהאלט שוין נאכן עס ליינען.. ער שרייבט אז סאיז דא פוינט ענד שאטס פון קענאן וואס האבן אויך די אפשען, ווייסט אפשר וועלכע?

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2013 11:10 pm
דורך גוגל
וויכי מיין שאלה איז צו עס לוינט זיך די איבריגע 60 דולר פאר די S100, זיך צו שפילען מיט פיטשערס האבעך נישט קיין צייט און געדילט
למעשה זאגסטו אז אפטוקל זאאם איז די עיקר, און איך זעה אז די SX260 האט פינף מאל אזוי סאך אפטיקל זאאם איז וואס איז געווען דיין חשבון מיטן נעמען די S100?

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 1:38 am
דורך וויכטיג מאכער
די S100 האט סאאאך א בעסערע לענס... די פיקטשערס פון די S100 זענען ממש פאוסט קארדס!!! און די S100 האט בכלל נישט קיין שלעכטע זאאם, ס'האט א 5X אפטיקל זאאם... נאר די SX260 איז פשוט סאאאך בעסער, דאס מיינט אבער נישט אז די S100 איז שלעכט...

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 11:17 am
דורך שנאפס
איינער וואס כאפט נישט קיין סאך ווייטע בילדער, דארף נישט קיין 10X זום

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 12:41 pm
דורך יהושע
גוגל האט געשריבן:למעשה איז די פרייז יעצט
CANON SX260 $240
CANON S100 $300
וואס זאגט די עולם וואס זאל איך נעמען???
נישט איך און נישט מיין ווייב פארשטייען מוראדיג צו בילדער

ווי האסטו געזעהן אזא פרייז???
אויף עמעזאן איז יעצט די ביליגסטע $213.99
אויף איבעי קענסטו עס האבן פאר $202.96
eBay item# 221203126025
איך האב געצאלט אויף איבעי 208

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 5:11 pm
דורך גוגל
איך רעדט פלאס טעקס

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 5:24 pm
דורך יהושע
וועגן דעם האב איך עס געקויפט אויף איבעי פון א סעלער וואס טשארשט נישט קיין טעקס.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 30, 2013 11:09 pm
דורך יהושע
Canon PowerShot ELPH 520 For Just $109.90 Shipped From Amazon!
Canon PowerShot ELPH 520
This is the lowest Amazon price ever for this model!
-World’s thinnest camera with a 12x Optical Zoom 28mm Wide-Angle lens with Optical Image Stabilizer
-Canon’s HS SYSTEM with a 10.1 MP CMOS Sensor with DIGIC 5 Image Processor (up to 3200 ISO)
-3.0-inch PureColor System LCD
-Smart AUTO with 58 predefined shooting scenarios and the new Face ID function
-Full 1080p HD Video in Stereo Sound with a dedicated Movie Button and HDMI Output for HDTV viewing
-10.1 effective megapixel, 1/2.3-inch high-sensitivity CMOS sensor
-3-inch TFT PureColor system LCD with wide-viewing angle
-DIGIC 5 Image Processor
-Full 1080p HD video with stereo sound and dedicated movie button
-28mm wide-angle lens (12x optical zoom, approx. 4x digital zoom and 48x combined zoom) with optical image stabilizer

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2013 12:37 am
דורך גוגל
וואס מיינט א ELPH קאמערא?

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2013 2:50 am
דורך שמעק_טאביק
קענאן גרייט זיך שוין ארויסצוגעבן די נייערע SX280 וואס וועט האבן צום ערשטן מאל א סאמע נייע digic6 פראסעסאר, עס וועט ארבעטן שנעלער און האבן בעסערע ווידעאו ווען מען רוקט זיך ארום אינמיטן אפכאפן (די פריערדיגע פלעגט ווערן בלארי), ווי אויך וועט עס האבן ווייפיי צו אפלאודן די בילדער, וואס וועט ארבעטן דורך סמארטפאונס.

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2013 4:44 am
דורך יהושע
גוגל האט געשריבן:וואס מיינט א ELPH קאמערא?

ELPH is a combination of the word 'elf' (for a camera that is small and magical) and the word 'photograph'

The ELPH (also known as IXUS in some markets) is Canon's range of ultra-slim, compact and beautifully designed Point-and-shoot cameras.

The ELPH/IXUS series of cameras combine excruciatingly beautiful designs with slimness, ease of use, and portability. These cameras are also equipped with bigger LCDs for batter framing.

The original ELPH film cameras were the ones with the smaller cartidge film, I believe they called it APS.

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2013 2:09 pm
דורך גוגל
איך האב יעצט די canon SD1200 IS און איך בין נישט צופרידען פון עס, די פרייז זעהט אויס כמעט ווי די canon S100, וויל איך וויסען צו איך גיי זיין מער צופרידען ווי מיין אלטע?
ולמצוה גדולה יחשב

געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2013 11:48 am
דורך שנאפס
איך האב די S100 און איך בין זייער צופרידן, עס איז סאך בעסער ווי די SD קעמערעס, איך האב געהאט פארדעם א SD880

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:19 am
דורך derech eretz
כ'וויל יעצט קויפן די S100 ס'איז יעצט ארום $300 אויף איבעי, מ'קען עס טרעפן ערגעץ ביליגער?

וואלט איר געקויפט פון א אינטערנעשענל סעלער מיט ווייניג פידבעקס און נאו ריטערנס?
http://www.ebay.com/itm/Canon-PowerShot ... 20d19feb31

אדער ענדערש פון אים, ווארט איך צו הערן פון אים וואס איז מיט טעקס
http://www.ebay.com/itm/Brand-New-Canon ... 257ac220f4

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:22 am
דורך וויכטיג מאכער
וועגן אינטערנעשענעל סעללער ווייסעך נישט, איך וואלטעס נישט געטוהן... האועווער, 300 איז גאר ביליג פאר א S100 אין די היינטיגע טעג...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:26 am
דורך derech eretz
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועגן אינטערנעשענעל סעללער ווייסעך נישט, איך וואלטעס נישט געטוהן... האועווער, 300 איז גאר ביליג פאר א S100 אין די היינטיגע טעג...

ייש"כ פארן שנעלען ריספאנס, אז דו ביזט שוין דא, די S100 איז נאך טאקע פון די בעסטע קעמרעס אין די פרייז רעינזש, אדער לעצטנס איז דא נייערע בעסערע, כ'רעד אינעם קלארקייט פון די פיקטשערס?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:39 am
דורך וויכטיג מאכער
לגבי קלארקייט, נאו טשעינדזש דערווייל...

ס'דא די S110, ס'איז א טאטש סקרין... אבער ס'איז טייערער, און טאטש סקרין איז ביי מיר א חסרון...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:43 am
דורך derech eretz
וויכטיג מאכער האט געשריבן:לגבי קלארקייט, נאו טשעינדזש דערווייל...

ס'דא די S110, ס'איז א טאטש סקרין... אבער ס'איז טייערער, און טאטש סקרין איז ביי מיר א חסרון...

טענק יו, יעצט געזען א בי ענד עידזש ווידיאו ריוויאו אויף דעם זעט אויס פיין, גיימער עס יעצט כאפן! יענער בעט נישט קיין טעקס.