בלאט 1 פון 3

שדכנים פאר 2nd Marriage. (גרושים/גרושות/אלמן/אלמנות)

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 01, 2012 8:04 pm
דורך נישט גוט
אויב איינער ווייסט פון נעמען און טעלאפאן נומערס פון מענטשן וואס טוען אין די ענינים ביטע עס פאוסטן דא אדער מיר שיקן אין אישי,
ישר כח למפרע

כ'האב עס געוואלט עפענען אין "ולאחיו יאמר חזק" נאר דזשעי נעט לאזט נישט דארט עפענען קיין אשכולות

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 9:08 pm
דורך מחותן
איך האב שוין געפענט א אשכול איבער די פראבלעם דערווייל קענענן די מנהלים פירען די אשכול למקומו,

בנוגע דיין שאלה, איך ווייס נישט קיין ענטפער אבער א ברכה וועל איך דיר געבן יה״ר בכל מקום אשר תפנה תצליח ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 9:43 pm
דורך ווינקל
מה ענין שמיטה אצל דזשעי נעט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 9:51 pm
דורך משנה מקום
ווינקל האט געשריבן:מה ענין שמיטה אצל דזשעי נעט?

פאר א וואך צירוק בערך האט זשעי נעט אפגרעטעד זייער פליטער זיי בלאקען אסאך לינקס פין איי וועלט פלאס זיי בלענקען אסאך תגובות בקיצור סאיז צרות קוק די אשכול צי ווי מחותן האט געלינקט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 9:51 pm
דורך מחותן
ווינקל האט געשריבן:מה ענין שמיטה אצל דזשעי נעט?


נישט גוט האט געשריבן:כ'האב עס געוואלט עפענען אין "ולאחיו יאמר חזק" נאר דזשעי נעט לאזט נישט דארט עפענען קיין אשכולות


קאפשו?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 10:03 pm
דורך ווינקל
Got it
יישר כח

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 10:07 pm
דורך גוגל
משנה מקום האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:מה ענין שמיטה אצל דזשעי נעט?

פאר א וואך צירוק בערך האט זשעי נעט אפגרעטעד זייער פליטער זיי בלאקען אסאך לינקס פין איי וועלט פלאס זיי בלענקען אסאך תגובות בקיצור סאיז צרות קוק די אשכול צי ווי מחותן האט געלינקט

downgraded

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 11:19 pm
דורך הימל געשריי
תכלעס, האט איינער א פאר נומערען פין שדכנים ? אדער זאל איך גיין צי זדשעי נעט אפשר וועלען זיי האבען

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2012 12:00 am
דורך מחותן
א עצה איז אויך גוט? אדער נאר נומבערס פון שדכנים?

איך האב געהאט א חבר וואס איז - געווען - א גרוש, איך וועל דיר זאגען פון אייגענע עקספיריענעס ווי אזוי ער איז געווארען אויס גרוש נאר א חתונה געהאט׳ער אינגערמאן.

צוויי גאר נאנטע חברים האבן גענימען די זאך און די האנט, און נאגעגאנגען יעדע שידוך וואס מען האט אנגעטראגטן געקאלט און גארבייט ארום און ארום איבער אלע פרטים, הן מיט טרעפן אינפערמאציע איבער די מדוברות און הן צושטעלן ווער עס זאל געבן אינפערמאציע פאר וועם מען האט אנגעטראגן די שידוך, מען האט געארבייט מיט א פאר אינגעלייט ארום און ארום און זיך געטוישט אינפערמאציע איבער יעדע נאמען גרושה וואס מען האט געהערט, נאך בערך אכט חדשים איז ער בשעטו״מ א חתן געווארען, ער האט שוין א קינד.

ווי די ווייסט איז ביי אונז סעקאנד מערידיש גאר שווער, עס עסט אויף ימים מיט צייט, שווערע הארוועניע פון הערן צרות ישראל און פראבירען מלקט צו זיין פתולת מתוך אוכל נישט צו גלייבען יעדע לשון הרע און ארבייטען אויפן צד השני אז זיי זאלן נישט גלייבען אלע לשון הרע׳ס, דאס איז פול מער ווי איין שדכן קען טיען עפעקטיוו און שנעל, מיט א נעטווארק פון צוויי דריי גיטע געטרייע חברים/חברת׳עס קען מען שנעלער און בעסער אויפטיען,

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2012 12:31 am
דורך משולם טענענבוים
מחותן די זאגסט זייער גוט,

שדכנים איז נישט די ענפער, יא זיי קענען קומען צי הילף אבער ווען ס'דא א פאר חברים וואס טראגען די עול קען מען ריקען זאכען,

בכלל די קאנסעפט פין א שדכן ספעציעל פאר סעקאנד מערידזש איז נישט דוקא א ריכטיגע, א שדכן איז א שדכן, אין רוב שדכנים טוען ביידע, אין אפילו טאמער ס'דא איינער וואס טוט נאר אין סעקאנד איז ער גענוג ביזי אין ס'שווער אנציקומען צי זיי אז זיי זאלען זיך געהעריג אריינלייגען חוץ טאמער איינער האט א גרויסען טייסטער אין שמירט גוט די רעדער,

ממילא א פאר גוטע חברים קען אסאך מער אויפטוהן, רבותי לכו והתפרנסו זה מזה, העלפטס ענק ארויס איינער דעם צווייטען, ס'וועט זיין זה נהנה וזה נהנה, מזל טוב

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2012 6:02 pm
דורך JOELHEALTH
איך מיין עס וואלט געווען א גוטע עצה צו מאכען database א פשוטע ליסט פין אלע singels מיט besic info. פונם היימישע ציבור. יעדע גרוש גערושה וועט קענען דארט אריין לאגען אין זען וואס איז אלס avalble אין פון דארטן קענסטו שוין שיקען א שדכן זען אויב יענער איז אויך אינטערסיט 

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2012 7:29 pm
דורך נישט גוט
איך האב געמאכט א גוגל דאקס ווי מען קען קען אריינפילן אינפא, ווער עס וויל עס אפדעיטן זאל זיך קאנטאקטן מיט מיר אויף גוגל טאלק,
gurish12@gmail.com

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2012 1:21 am
דורך נישט גוט
כ'האב שוין געגעבן עקסעס צו די גוגל דאקס, פאר עטליכע, איינער האט שוין ארויפגעלייגט א נאמען, ממנו ילמדו וכן יעשו,
די דאק וועט נישט זיין עוועלעבל צו זעהן פארן פובליק,
ווער עס באקומט פרעמישאן עס צו זעהן קען עטידן, דערווייל

א גרויסן ישר כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן און וועלן זיך אנרופן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2012 2:14 pm
דורך נישט גוט
די ליסט האט שוין היפש אסאך נעמען,
ווער עס קען אפדעיטן אינפארמעישן אדער צולייגען נייע
ביטע מיר קאנטאקטן
GURISH12Q@GMAIL.COM

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2012 3:27 pm
דורך JOELHEALTH
ווער עס ווייסט פון א גרוש אדער גערושה זאל עס שוקען צו די אמעיל אויבען
אויך ווער עס האט א געדאנק וויאזוי צו מאכען די ליסט מער פאבליק זאל דא מודיע זיין

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 6:29 pm
דורך נישט גוט
ב"ה די עולם רופט זיך אהן ווארם,
צוצולייגן נעמען אדער אפדעיטן עקזיסטינג נעמען
קענד איר זיך ווענדן צו
GURISH12@GMAIL.COM

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 7:16 pm
דורך geek
כ'מיין מזאל טוישן די נאמען פון גרושים/גרושות צו אנשים/נשים אדער מענער/פרויען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 5:15 am
דורך נישט גוט
ניין, בחורים און מיידלעך איז א אנדערע ליין,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 12:17 pm
דורך geek
כ'האב געמיינט צו טוישן די נעמען אויפן גוגל דאקס (וואס איז שוין געטוהן געווארן).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 9:55 am
דורך נישט גוט
ב"ה מיר זענען געגאנגען מחיל אל חיל,
מיר האבן געעפענט א וועבסייט, ווי יעדע גרוש/גרושה אלמן/אלמנה קען אריין לייגן זיין אינפא

ווי עס וועט אריין געלייגט ווערן אין א דעטא בעיס וואס וועט זיין עקסעסעבל נאר פאר אפראווט שדכנים

ווי אויך וועט די וועב סייט האבן א ליסט פון אלע שדכנים וואס האבן עקסעס צו די ליסט,

די לינק איז: http://bayisshaini.org

בשם השם נעשה ונצליח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 10:53 am
דורך אויפריכטיג
וויאזוי ארבעט דער גוגל דאקס פייל, איך קען דאס זען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 11:49 am
דורך JOELHEALTH
די פראבלעם מיט די google docs איז אז סהאט נישט קיין קאנטאקט אינפא , און בכלל ווייניג פרטים פון די מענטשען, משא״כ די נייע database האט יא די אלע פרטים , אבער נאר aproved שדכנים קענען זען די אינפא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 12:46 pm
דורך נישט גוט
דצו באקומען פערמישאן צו עקסעסן די גוגל דאקס דארף מען שיקן א אימעיל צו:
GURISH12@GMAIL.COM

אריין צולייגן אינפא אין די דעטא בעיס,

קליקט דא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2013 1:14 pm
דורך ווינקל
עלה והצלח!

השי"ת זאל העלפן זאלסט שנעל און געך טרעפן א זווג הגון לאוי"ט, און וועסט ווייטער אנהאלטן די מצוה, איא?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 23, 2014 3:04 pm
דורך נישט גוט
עדיין לא נושעתי,
עס קןמט שוין די זיבעטע פסח וואס מיר טוען זיך אהן דעם קיטל ב"ה,
און קיין איינס דערפון נישט געהאט די זכי',
צו:
ושמחת אתה וביתיך,

דריגענדע רוף,

ווער עס ווייסט עני באדי וואס טוט אין די ענינים אדער וויל טוהן אדער האט א אנונג וויזוי מ'טוט,
מיר צו העלפן
פליז