בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 23, 2014 3:19 pm
דורך goldman
נישט גוט האט געשריבן:עדיין לא נושעתי,
עס קןמט שוין די זיבעטע פסח וואס מיר טוען זיך אהן דעם קיטל ב"ה,
און קיין איינס דערפון נישט געהאט די זכי',
צו:
ושמחת אתה וביתיך,

דריגענדע רוף,

ווער עס ווייסט עני באדי וואס טוט אין די ענינים אדער וויל טוהן אדער האט א אנונג וויזוי מ'טוט,
מיר צו העלפן
פליז

1 ס׳איז א שווערע פעלד, אבער מיט תפילות ודמעות צום רבונו של עולם קומט מען אבן גאר ווייט.
2 געהערט אז bayisshaini טוהט א געוואלדיגע ארבעט.
3 חזק ואמץ, ווייל ישועת ה׳ כהרף עין.

#אין חכם כבר נסיון

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 23, 2014 9:55 pm
דורך green
כ'האב געהערט פון איינעם ר' פנחס שעכטער און בארא פארק וואס איז זייער גוט דערינען
כווייה נישט קליינע דיטעילס און כ'האב נאר "געהערט" אבער קען זיין סעט אויפוועקן דא איינעמ'ס זכרון

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 8:44 am
דורך נישט גוט
ישר כח,

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 12:54 pm
דורך Yoely
לוח המודעות Someone who is looking for a shidech can advertise in the
And write that someone is looking for a shidech and will pay 5000 - 10,000.
.You will get a lot of phone calls
I know a few people who did it.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 1:02 pm
דורך חסיד נלהב
אין אישי קענט איר מיר שיקען עני אינפא. פאר א שידוך וואס זיכט איינעם אינעם זיווג שני פעלד, מיט געוויסע אישוס, רעדי צו צאלען 15.000$$

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 3:57 pm
דורך נישט גוט
איך זוך נישט צו אויפהייבן פאון קאלס אויף צענדליגער ליידיג גייער,
און זיך פארשעמן פאר צענדליגער,
איך זזוך איינער וואס האלט ביים טוהן, און איך בין רעדי צו צאלן וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר די ריכטיגע רעזולטאטן,
א עד אין די פעפערס, וועט נאר ברענגען קאלערס, נישט קיין ערענסטע הילף
חוץ אז איך שרייב ארויס מיין נאמען אדער בעסיק אינפא, וואס דעמאלט קען עס מער שאטן אבער אויך אויפטוהן,
סא עס איז נישט קיין עצה

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 3:58 pm
דורך נישט גוט
אויב עני וואן האט מיר א נאמען און טעלאפאן נומער פון איינעם וואס קען מיר העלפן,
הן לשם מצוה, הן פאר געלט,
ביטע מיר לאזן וויסן ישר כח,

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:05 pm
דורך ווינקל
די עצה פאר ליידיגייערס איז א גוגל וואויס נומער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:10 pm
דורך נישט גוט
ישר כח,
איך קען אלע וועגן און אויסוועגן אויסענווייניג ב"ה,
איך האב שוין געהאט 6 יאר צייט צו אויספיגורן וואס אימער אויף די וועלט,
אבער העלפן וועט עס נישט,
ווייל איך ווייס קיינמאל נישט וועלכע קאל עס איז ערענסט,
הזמן יכלו והם לא יכלו

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:17 pm
דורך Alien
אגב. מיין הארץ איז מיט דיר. איך ווארט אויף א פרייליכע מעלדונג.
ימלא ד' כל משאלותך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:19 pm
דורך ווינקל
Alien האט געשריבן:אגב. מיין הארץ איז מיט דיר. איך ווארט אויף א פרייליכע מעלדונג.
ימלא ד' כל משאלותך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:22 pm
דורך נישט גוט
מיין נעכטיגע שרייבן האט געברענגט גוטע רעזולטאטן,
ישר כח אלע

אבער איך ווארט נאך צו הערן צו איינער האט א מושג פון איינעם אדער מער וואס טוט אין די פעלד:
פאר גרושים/גרושות
עידזשעס 20-30 דא אין ניו יארק,

און קען מיר העלפן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:29 pm
דורך אודה השם
ר' שלמה לאנדא דער סופר
ער איז א מומחה אין זיווג שני

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:38 pm
דורך Alien
זייו מעלה איז ער האט וואס דו זיכסט; א ליסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:39 pm
דורך נישט גוט
איך רעד צו אים יעדע וואך,

איך זוך נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 11:10 am
דורך Yoely
אחים בדרך פאר גרושים 866-487-9133

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 11:17 am
דורך Yoely
נישט גוט האט געשריבן:איך זוך נישט צו אויפהייבן פאון קאלס אויף צענדליגער ליידיג גייער,
און זיך פארשעמן פאר צענדליגער,
איך זזוך איינער וואס האלט ביים טוהן, און איך בין רעדי צו צאלן וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר די ריכטיגע רעזולטאטן,
א עד אין די פעפערס, וועט נאר ברענגען קאלערס, נישט קיין ערענסטע הילף
חוץ אז איך שרייב ארויס מיין נאמען אדער בעסיק אינפא, וואס דעמאלט קען עס מער שאטן אבער אויך אויפטוהן,
סא עס איז נישט קיין עצה





שרייב און די עד אז נאר ערענסטע שדחנים זאלן ריפן. און ווען מקאלט פרעג יענעם צי ער איז א שדחן.

איך ווייס פון די וואס האט אדווערטייזט אז אסאך ערענסטע שדחנים האבן געריפן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 11:30 am
דורך נישט גוט
Yoely האט געשריבן:אחים בדרך פאר גרושים 866-487-9133


ישר כח,
אויב האסטו געליינט די גאנצע אשכול האסטו מיטגעהאלטן די השתלתלות פונעם גרינדונג אין דעם אשכול,
דערווייל איז נאך נישט דא געהעריג וואס טועהן דערין, דורך די ארגאזאציע,
מ'האלט נאך אינמיטן די פראסעס

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 25, 2014 11:36 am
דורך קאפעלוטש מאכער
נישט גוט האט געשריבן:מיין נעכטיגע שרייבן האט געברענגט גוטע רעזולטאטן,
ישר כח אלע

אבער איך ווארט נאך צו הערן צו איינער האט א מושג פון איינעם אדער מער וואס טוט אין די פעלד:
פאר גרושים/גרושות
עידזשעס 20-30 דא אין ניו יארק,

און קען מיר העלפן

האסט אמאל פרובירט בנין עדי עד אין בארא פארק? געהערט אז טוען א געוואלדיגע ארבעט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:26 pm
דורך נישט גוט
באו מים למעלה מנפש

עני וואן וואס ווייסט פון א גרושה וואס זוכט א שידוך,
אין די רענדזש וואס איך זוך,

קען מיר קאנטאקטן אויף:
GURISH12@GMAIL.COM
איך בין רעדי צו צאלן צען אלפים פאר דער ברענגט זאכליכע אינפא אויב עס קומט לידי גמר אי"ה, מעגליך אפילו מער

אבער געגאנגען,
איך ווארט מיט שפאנונג בדמעות עיני

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:09 am
דורך א גולם
פארמעקט נאכן מעורר זיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:08 am
דורך נישט גוט
כ'האב אמאל געהערט (געוואלט אפשר)
אז דאס וואס מענטשן פאסטן אויס נאך א תענית איז נישט ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה אז דער אייבערשטער גייט זיי נישט צושטעלן קיין עסן,
נאר פשוט זיי זענען הונגעריג עסן זיי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:35 am
דורך הערליך
ווען א יוד רעדט זיך אויס דאס הארץ און בעט הילף, דארף ער הילף, אויב איר קענט אים העלפן, דאן העלפט אים, אויב נישט, כאטש הער אים אויס, עצות גיב נאר ווען יענער בעט, ווען יענער בעט הילף און איר גיבט עצות, איז עס גלייך צו ווען א שטערבליך הינגעריגער מענטש בעט עסן, און איר גיבט אים א מסילות ישרים, עס איז נישט ריכטיג, בתקוה ללבנה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:56 am
דורך א גולם
אנטשילדיג! אנטשילדיג!

איר זענט גערעכט, איך האב געוואלט מחזק זיין!

איך וועל אי"ה טון וואס איך קען צו טרעפן א שידוך!

אין השי"ת זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין באשערטער בקרב ובניקל מהרה ממש...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:59 am
דורך איך גלייב
איינער ווייסט אפשר פון א ליסט פון יונגע אלמנות פאר כהנים גרישים