בלאט 1 פון 1

לאק-שעלדריק, פאלסבורג, וואדרידזש ומה שביניהם

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 11:05 am
דורך זיס
אין די לעצטע צייטן זענען מיר עדות צו אן אויפוואכונג בקרב אנשי שלומינו איבער דער וויכטיגע פאקט פון ארויסגיין פון די ווינדלען און זיך טרעפן אנדערע מקומות וואו אידן קענען וואוינען איש תחת גפנו ותחת תאנתו, אן זיין געדריקט אין געלט, דירות וכדומה.

פיל דעוועלעפמענטס זענען שוין אפיר געקומען און אונטערגעגאנגען כלעומת שבא, יעדער איינער מיט זיינע תירוצים; אויפן קרעטשמע אליין האבן זיך שוין געעפנט פילע אשכולות ארומצורעדן איבער דעם דעוועלעפמענט אדער יענער. מען קען מאריך זיין דערין, אבער הצד השוה שבהם, אז כמעט יעדער איז היינט מודה אז די איינציגסטע פראקטישע ארט, וואס איז שוין אייגנטליך האלב געבויט און האט שוין א שטיקל אידישן פנים, איז בלי ספק די קעסטיקלס, א פלאץ וואס וועט פריער אדער שפעטער באוואוינט ווערן מיט אנשי שלומינו חסידי'שע אידן פון אלע סארט.

אצינד שטעלט זיך די וויכטיגע שאלה: וואו אין די מאונטינס איז כדאי צו לייגן א געוויכט?

עס זענען פאראן פארשידענע פלעצער, וואו מען קען שוין זען אז עפעס גייט דארט ווערן, יעדע מקום האט זיינע מעלות און זיינע חסרונות. עס איז דעריבער שטארק כדאי פארן ציבור און פאר כלל ישראל, אויסצושמועסן ברבים און זען די פלעצער, וואו זענען די מעלות און חסרונות פון יעדן ארט.

איך וועל אנהויבן מיט די דריי אויבנדערמאנטע פלעצער, די מעלות און חסרונות לויט מיין בליק, און דער עולם איז מכובד צוצולייגן אדער אויפברענגען אנדערע ערטער אין דעם ראיאן וואס קענען בייהילפיג זיין דעם ציבור:

לאק-שעלדריק:
לאק שעלדריק איז אפשר אביסל ווייט פון אנדערע אידישע געגנטער, אבער מאידך גיסא איז שוין פאראן דארט א שיינעם אידישן שטעטל, וואס בליעט מיט א שיינעם פראכט. דעם ווינטער איז שוין נתחדש געווארן דער נייער תלמוד-תורה תפארת אבות (וואס האט לכתחילה געזאלט זיין אין סט. פאלסבורג). אויך א דיין איז שוין אויפגענומען געווארן אין שטאט, הרה"ג רבי יחיאל שטיינמעץ שליט"א (וואס האט אויך לכתחילה געזאלט זיין אין סט. פאלסבורג). טייל פון די איינוואוינער אין שטעטל זענען מיטגלידער דא אויף איי וועלט און מיר האבן שוין זוכה געווען צו הערן א לעבעדיגן גרוס פון זיי.

מאידך גיסא
רוב רובם פון די איינוואוינער זענען נאכנישט זיכער אז זיי פארבלייבן דארט, און זענען לכתחילה אהינגעקומען מיטן ציל צו באקומען סעקשן 8. א גרויסער חלק פון זיי האלטן נאך זייערע דירות אין שטאט, כדאי צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא. אויך איז די שטעטל געאייגנט בעיקר פאר יונגע יונגעלייט, מיט קלענערע דירות, און דערווייל נאכנישט געאייגנט פאר גרעסערע משפחות. אין אנדערע ווערטער - דער יישוב איז נאכנישט גענצליך א פאקט, עס דארף נאך רחמי שמים אז עס זאל אנהאלטן.

פאלסבורג:
אין סט. פאלסבורג זענען פאראן פיל הייזער וועלכע זענען אויף פאקלאוזשער, און זייער פיל הייזער וועלכע זענען היינט אונטער די בעלות פון אידן. מען קען זאגן אויף פאלסבורג אז דאס איז אן עכטע אידישע געגנט, נאר עס וואוינען דארט גוים. עס זענען פאראן א קבוצה יונגעלייט וועלכע ארבעטן אויף א מקום יישוב אין שטאט און פראבירן ארויסצונעמען מענטשן אהין. אין פאקט איז דעם שבת בראשית נתחנך געווארן א חסידי'שע בית-המדרש אין א בעיסמענט פון איינע פון די אידישע הייזער, וואו דארט וועט זיין א חסידי'שע מנין יעדע שבת. די עסקנים פון פאלסבורג האבן מייסד געווען דעם חדר תפארת אבות, נאר וויבאלד רוב עלטערן פונעם חדר וואוינען אין לאק-שעלדריק, איז דער חדר אוטומאטיש אנגעקומען אהין. אויך דער דיין ר' יחיאל שטיינמעץ האט לכתחילה געוואלט גיין קיין פאלסבורג, נאר וויבאלד פאלסבורג איז נאכנישט קיין געהעריגע מקום יישוב, האט ער אנגענומען דעם פאסטן אין לאק-שעלדריק.

מאידך גיסא
דער יישוב עקזיסטירט נאכנישט. וויפיל עס קוקט אויס אז יא, דארט איז א מקום וואו אידן 'קענען' זיך באזעצן, אלעס געהערט פאר אידן, דירות און הייזער זענען שפאט ביליג, נאנט צו אלע אנדערע אידישע ישובים, איז אין פאקט דערווייל גארנישט דא דארט, אויסער אפאר געציילטע אידן וואס קומען ארויס אהין וואוינען. אין אנדערע ווערטער: קיינער וויל נישט זיין דער ערשטער, יעדער האט מורא, און דערווייל איז גארנישט דא, און קיינער ווייסט נישט ווי אזוי דארט וועט זיך אויסקאכן.

וואדרידזש:
וואדריזש איז אין פאקט א אידישע שטאט. דארט איז דא א ישיבה, אויב זוכט איר א חסידי'שע מקום האט איר ר' יצחק לעבאוויטש, אויב ווילט איר נישט זיין אזוי עקסטרעם, דאן פארמאגט הרב טאבאק א מנין כמעט א גאנצע יאר. דארט קענט איר גרינגער טרעפן אידן פון אלע שטערמונגען און קרייזן. וואדרידזש איז אויך א שטאט וואו איר קענט גרינגער געפינען לעבנס וויכטיגע זאכן, ווי אין די פריעדיגע צוויי אויבנדיערמאנטע ישובים.

מאידך גיסא
דער פלאץ ציעט צו זיך דאס אפפאל פון כלל ישראל. לעצטנס איז ליידער געווארן דארט אן ארט וואס כל צרי וכל זב וואס געפינט זיך נישט דאס ארט אין שטאט, קומט אהין. יעדע מוצאי שבת וועט איר געפינען הענג-אוטס מאחינו בני ישראל. אין אנדערע ווערטער - עס קען זייער מעגליך זיין אז דארט וועט ווערן א מקום וואס איז נישט מסוגל פאר א חסידי'שע איד.

דאס איז מער ווייניגער מיין אפשאצונג, און אדרבה! זאל יעדער איינער צולייגן זיינע צוויי סענט און דורכשמועסן דעם ענין ווי עס דארף צו זיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 12:06 pm
דורך קיווי סטראבערי
זייער א שיינע אנאליז. לדעתי איז אביסל מאדנע צו מאכן פון פאללסבורג און וואודריזש צוויי באזונדערע געגנטער. צווייטנס, האסט פארגעסן ארויסצוברענגען אז אין פאללסבורג איז פארהאן א מורא'דיגע מעלה וויבאלד דארט עקזעסטירן שוין עטליכע היימישע געגנטער ווי ישיבה סאוט פאללסבורג און גיבערס וכו'. ווי אויך איז דא דארט דעוועלעפמענטס, אלפיין ועוד, וואס פונקציאנירן במשך דעם גאנצן יאר. דאס אליין קען אויך געבן א שטופ פאר מענטשן זיך צו באזעצן דארט במשך דעם יאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:53 pm
דורך SPUSMN
הלוואי ווען עס ארבעט זיך אויס. און הלוואי נאך מיט 50 יאר צוריק ווען עס איז נאך געווען א גאנצען דור צו ראטעווען.

פאר די וואס ווייסען נישט, איז די קעטסקילס געווען מיט א 100 יאר צוריק כמעט און גאנצען אידיש. ווען די רוסישע אידען זענען אנטלאפען פון די פאגראמען און זיך באזעצט און אמעריקע, האט די קעטסקילס געצויגען די וואס האבען נאך און רוסלאנד געהאט פארמס, און געוואלט דא און אמעריקע אויך האבען א פארם. ליידער זענען די רוסישע אידען פון די קעטסקילס געגאנגען דארטען ווי זייערע ברודער און גאנץ אמעריקע, און עס איז געבליבען פון זיי נעבעך אחד מעיר ושנים ממשפחה.

איין פרובלעם האבען אונז וואס איז אונזער שונא נומער איינס, נישט קיין נפקא מינה וואס מיר טוהן. א איד האט זיך באזעצט ביים עק פון בארא פארק מיט א 40 יאר צוריק אויף א גאס וואס דארט האבען נאך געוואוינט נאר גוים. מיין טאטע האט אים געפרעגט פארוואס? האט ער געזאגט: פארוואס זאל איך צאלען דאפעלט ווייל יענקל וואוינט דארט, זאל יענקל צאלען דאפעלט ווייל איך וואוין דארט.

דער מינוט וואס איין איד וואוינט שוין דארט, גייט ארויך דער פרייז אסטראנאמיש. און פארוואס דארף אזוי צו זיין? פארוואס האט מען געבויעט פיר, זעקס, און אכט שטאקעדיגע הייזער און וויליאמסבורג, און attached די הייזער ווי און א געטא; ווען מען האט געקענט פאר די זעלבע געלט ממש בויען נאר דריי שטאקעדיגע הייזער און שוין האלטען כמעט ביי קראון הייטס (אדער כאטש ביי אטלאנטיק עוועניו)? וואלט געווען אזוי שלעכט ווען מען קען גיין צופיס פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק און נאר גיין צווישען אידען? וואלט געווען אזוי שלעכט ווען מען האט ווי צו פארקען?

מיר אידען זענען זיך די אייגענע שונאים. ווען מען וואלט געטוהן צום זאך, האט מען נישט היינט דעם פרובלעם פון די פארשאלטענע ארטיסטען וואס איז א מכה אשר לא כתובה בתורה און עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג.

אלזא זאל יעדער זעהן וואס ער קען טוהן אז א ישוב זאל נישט מיינען געלט; וויל אויב געלט ווערט דא פארמישט, קען מען שוין זאגען קדיש אויף דער גאנצער פלאן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 3:32 pm
דורך הבדלה וויין
קודם שלום עליכם טייערע חברים.
אין די ענין פון א נייע געגענט ווי חסיד'ישע אידן זאלן זיך קענען באזעצן, איז שוין געשריבן געווארן פילע אשכולות און פילע סיבות וואס די שטרויכלונגען זענען אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, תמצית הדברים איז אז פילע האבן פרובירט און עס איז נישט געלונגען.
לדעתי איז ווי לאנג דער עולם קומט נישט צום שכל אז אם אין אני לי מי לי און מען ווארט אז יענער וועט מיך העלפען, וועט גארנישט ווערן, והא ראי' די גאנצע לאק שעלדריק איז געווארן פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן באקומען די אכטע און האב'ן זיך גענומען אין דער האנט אריין און עס איז נישט געקומען דורך איינע פון די גרויסע קהילות אדער ארגאנזאציעס.
אויך איז דא נאך א סיבה אז ווילאנג עס איז נישט צו סאך ביליגער ווי מאנסי/מאנרא/לעיקוואוד, דארף א אינגערמאן זיין משוגע צו זיין דער נחשון בן עמינדב און אריינשפרונגען אין א זאך וואס קען דורכפאלן, ווען ער קען ווען גיין קיין לעיקוואוד/מאנסי/מאנרא פאר כמעט די זעלבע געלט.
לגבי די דריי פריערדערמאנטע געגענטער מאנרא/מאנסי און לעיקוואוד, וואונדער איך מיך זייער פארוואס עס ווערט נישט אזא שטארקע ווינט צו מופן קיין לעיקוואוד, דארט איז די ביליגסטע רענט, און עס איז שוין א פארטיגע שטאט, אויך צו קויפן איז דארט זייער ביליג. לויט ווי איך הער גייט באבוב דארט עפענען א שיינע גרויסע קהילה, און אויך בעלזא גייט זיך דארט אויפבויען א געגענט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 3:47 pm
דורך זיס
בקיצור, די חסידים גייען איינעמען לעיקוואד אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 5:09 pm
דורך טהור-עיניים
די חסידים זענען שוין לאנג זייער שטארק אין לעיקוואד, אבער עס זענען נישט דא קיין גרויסע קהילות פון די גרויסע קאמפאניס וועלכע האבן דארט אויפגעשטעלט מוסדות. סקווער, גער, סאטמאר, ראכמיסטריווקא און קלויזענבורג האבן שוין דארט שטיבלאך און אזוי אויך זענען דא נאך אסאך פריוואטע חסידישע בתי מדרשים, אבער עכט חסיד'ישע מוסדות זענען נאך נישט דא דארט. בעלז ווייס איך ארבעט יעצט אויף אהינברענגען אינגעלייט אהין און אויפשטעלן מוסדות. אויף באבוב האב איך גארנישט געהערט, פון וועלכע באבוב רעדט מען דא, מהרמ"ד אדער מהרב"צ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 5:17 pm
דורך גוגל
ראחמיסטרייוקא האט שוין א גרויסע חדר דארטן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 8:24 pm
דורך הבדלה וויין
מען רעדט פון מהרב"צ מ'באבוב.
לויט ווי איך האב געהערט האט סקווירא יעצט געעפנט א נייע חדר, ווי אויך איז דא דארט עטליכע פריוואטע חסידישע מוסדות, ווי אויך האט סאטמאר דארט א חדר, קומט אויס אז כמעט יעדע חסיד'ישער אינגערמאן קען זיך געפינען זיין פלאץ דארט, חוץ אפשר א חבד'ניק...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 10:21 pm
דורך חיים של פרנסה
קומענדיג יעצט פון קאנטרי וועל איך דאס מאכן קורץ און אי"ה מארגן זיך לאזן הערן.

קודם לאמיר אנהייבן מיט א גוט ווארט, היינט, איז נתייסד געווארן די מיידל סקול, אנגעהויבן מיט 5 מיידלעך.

און נאך די לעצטע שבע ברכות פון (...) וועט זיין בעז"ה נאך צוויי מיידלעך, וואס ביז פרשת חיי שרה וועלן זיי זיין אין וויליאמסבורג, צו געסטעריי ביי זיידע באבע וואס וועלן שעפן נחת פון די אפסטעיט אייניקלעך.

עס איז כמעט נישט דא קיין חילוק פון די געגענטער נאר דאס איינע, אז אין פאללסבורג געט דיר די טאון א ברייטערע האנט, וואס דאס איז נישט מסודר אין טאון אוו טאמפסאן (וואדרידזש), אויסער דעם, קען מען וואוינען אין וואדריזש בהרחבה, עס איז דא פיינע דירות, און די חדר אפילו ביז ווי לאנג עס איז נאך אין לאק שעלריק איז א דרייוו נישט מער ווי 10 מינוט,

מארגן וועסטו אויך הערן איבער ליבערטי. מאנטיסעלאו.

וועלן מיר זיך זעהן מארגן מיט א אפהאנדלונג אויף די אויפטוען פון די לעצטע וואך, אונטערן אשכול פון תפארת אבות.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 12:29 am
דורך טהור-עיניים
הבדלה וויין האט געשריבן:מען רעדט פון מהרב"צ מ'באבוב.
לויט ווי איך האב געהערט האט סקווירא יעצט געעפנט א נייע חדר, ווי אויך איז דא דארט עטליכע פריוואטע חסידישע מוסדות, ווי אויך האט סאטמאר דארט א חדר, קומט אויס אז כמעט יעדע חסיד'ישער אינגערמאן קען זיך געפינען זיין פלאץ דארט, חוץ אפשר א חבד'ניק...


אבער מיט מיידל סקולס מוטשעט מען זיך דארט. און סאטמאר דארט איז נישט סאטמאר פון ווילי, ב"פ, מאנסי אדער מאנדראו. און די סאטמאר'ע מיידל סקול דארט איז נישט סאטמאר, עס געהערט פאר א פריוואטן איד

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 11:14 am
דורך SPUSMN
הבדלה וויין האט געשריבן:מען רעדט פון מהרב"צ מ'באבוב.
לויט ווי איך האב געהערט האט סקווירא יעצט געעפנט א נייע חדר, ווי אויך איז דא דארט עטליכע פריוואטע חסידישע מוסדות, ווי אויך האט סאטמאר דארט א חדר, קומט אויס אז כמעט יעדע חסיד'ישער אינגערמאן קען זיך געפינען זיין פלאץ דארט, חוץ אפשר א חבד'ניק...

ביידע באבוב'ס האבען נישט דארט קיין גרויסע עולם. באבוב 45 האט נישט גע'עפענט קיין שטיבעל דארט נישט צו צונעמען פון דריי אפיליערטע בתי מדרשים וואס עס דאוונען און זיי באבובער חסידים; הרב גרינשטיין, הרב פרענקעל, און שעדליץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 1:45 pm
דורך derech eretz