בלאט 4 פון 6

טיפ אפצומעסטען אינגרידיענטס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:10 pm
דורך אנעים זמירות
for some reason נוצען כמעט אלע אמעריקאנע רעצעפטען מאָסען פון גלעזערע און לעפלעך. סיי וואס עס איז נישט פונטקליך און סיי וואס עס קען אמאל זיין היבש שווער אפצומעסטען געהעריג (וויפיהל איז א האלבע גלאז צושניטענע באנאנע?). פיהל געשמאקער איז צו וועגן די אינגרידענטס.

פאר דעם צוועק קען מען זיך איינארדענען א דיזשיטעל וואג, און נוצען גוגל איבערצוטייטשען די מאסען פון גלעזער\לעפלעך צו וואג. [בד"א ליטער\מיליליטער און קילאגראם\גראם איז פיהל גרינגער צו דאפלען אדער שניידען אויף העלפט ווי פונט און אונצעס.]

מען לייגט ארויף דעם שיסעל אויפען וואג און מען גיסט פשוט אריין די אינגרידענטס. נאך יעדע אינגרידיענט קען מען קוועטשען tare (אדער א צווייטע קנעפל וואס טוט ס'זעלבע) און דער וואג ווייזט נאכאמאל זיראו.
----
גלאז וואסער - 240 מל
גרויסע לעפל וואסער - 15 מל
קליינע לעפל וואסער - 5 מל
(אויל וועגט בערך ווי וואסער און בד"כ קען מען נוצען די זעלבע צאל)

קליינע לעפל זאלץ - 7 ג
(צוקער וועגט בערך ווי זאלץ)

גלאז מעהל - 135 ג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:25 pm
דורך farshlufen
אנעים, איר האט רעכט, ס'איז נישט מער ווי קאמאן סענס צו מעסטן פונקטליך און זיך שפארן דורכפאלן.

אבער, גם אני בחלומי בין געוואוינט צו קאכן און באקן אומפונקטליכערהייט, אזוי האבן מיר געזען ביי די מאמע זז"ג, ס'איז שוין א טראדיציע.

איה השוק"ל ואיה הסופ"ר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:28 pm
דורך משה קארנפעלד
שנאפס האט געשריבן:פונקט נעכטן געהערט נאכזאגן פון יואלי לעבאוויטש, אז א רומענער האט אים אמאל געגעבן א רעסעפי צו מאכן רומענישע אייער שפייז,

ער פאנגט אן: מען גנב'ט צוויי אייער..


לאכטי...

און פאר די וואס ווייסן נישט, סיז דא אן אונגארישע אייער שפייז, ד"ה א פשוטער אייער שפייז אפגעקאכט צוזאמען מיט לעטשאו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
משה קארנפעלד האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:פונקט נעכטן געהערט נאכזאגן פון יואלי לעבאוויטש, אז א רומענער האט אים אמאל געגעבן א רעסעפי צו מאכן רומענישע אייער שפייז,

ער פאנגט אן: מען גנב'ט צוויי אייער..


לאכטי...

און פאר די וואס ווייסן נישט, סיז דא אן אונגארישע אייער שפייז, ד"ה א פשוטער אייער שפייז אפגעקאכט צוזאמען מיט לעטשאו.

מיינסטעס?

און דא וויל מיר די גוי ביי בערי קליין, איינרעדן אז עס איז "ספאניש אמלעט" און בעט דערפאר א טולער מיט אהאלבן מער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:43 pm
דורך כותב
רבותי!
ווער ס'וויל קען קומען צו מיר די וואך,
מיינע חלות וואס מיין ב"ב האט אהערגעשטעלט, אלע הני טעמים פלעג די זיידע זאגן אויף אזעלכע ראפאגאש חלות!
אבער בתנאי קודם למעשה, ברענגט'ס מיט א רעסעפי אויף ספאנדש קעיק...
עפעס א גוט'ס??

אגב וועגן קוגל, איז כדאי אריינצולייגן די קארטאפל קוגל אינעם טשולענט, עס קאכט זיך איבער נאכט אינאיינעם מיטן טשולענט
און בייטאג נאך קידוש איז דאס די בעסטע עונג שבת, א ברוינע קוגל מיט א טעם גן עדן, אינאיינעם מיט א גוט שטיקל לאקשן קוגל....

אוי! איך ווארט שוין קוים אויפן שבת!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:45 pm
דורך כותב
פאר די וואס זענען באהאווענט מיט מנהגים ווייסן צו זאגן אז דאס ווערט אנגערופן בלשון נקי' די שלום בית קוגל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:04 pm
דורך זיידע ומומחה
כותב האט געשריבן:פאר די וואס זענען באהאווענט מיט מנהגים ווייסן צו זאגן אז דאס ווערט אנגערופן בלשון נקי' די שלום בית קוגל

דער מקור פון שלו' בית קוגעל

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 14, 2013 7:44 am
דורך אנעים זמירות
farshlufen האט געשריבן:אנעים, איר האט רעכט, ס'איז נישט מער ווי קאמאן סענס צו מעסטן פונקטליך און זיך שפארן דורכפאלן.

אבער, גם אני בחלומי בין געוואוינט צו קאכן און באקן אומפונקטליכערהייט, אזוי האבן מיר געזען ביי די מאמע זז"ג, ס'איז שוין א טראדיציע.

איה השוק"ל ואיה הסופ"ר.


איך האב נישט געמיינט אזוי ווייט אלץ פונטקליכקייט ווי אלץ באקוועמליכקייט. איך רעד אין פאל ווען מען מעסט יא די אינגרידיענטס איז פיהל גרינגער צו וועגן ווי צו מעסטן אין א כלי, ווי אויך איז דא ווייניגער צו, וואשען שפעטער.
אגב, כאטש ביים קאכען קען מען בד"כ גיסען בערך, איז באקען אבער אנדערש. ביים באקען חלות צ.ב.ש. קען אפילו איין לעפל וואסער ארויף אדער אראפ גאנץ אסאך אויסמאכען.

–––––
פרישע הערבס (herbs) זענען פיהל בא'טעמ'טער ווי טרוקענע. דער פראבלעם איז נאר אז געווענליך זענען זיי גאר שטארק מנוגע בתולעים. טאמער וויל מען אבער נאר ארויסבאקומען דעם טעם קען מען זיי ווייקען אין זייפיגע וואסער, אפשווענקען און אריינלייגען אין ספעציעלע זעקלעך וועלכע לאזען נישט דורך קיין שרצים (איך נוץ מיט וואלאוע הכשר). עס איז ראטזאם צו נוצען unscented זייף.

טאמער וויל מען א שטערקערע הערבס טעם זאל מען עס אריינלייגען סוף פונעם קאכען (לעצטע 10–15 מינוט). פאר א מער subtle טעם זאל מען לייגען גלייך ביים אנהייב.

א קןרצע רשימה וואס גייט מיט וואס:
טאמעטא - בעזיל
יוהך - דיל, פארסלי
לאמפלייש - מינט, טיים
טשיקען - טערעגאן
פיש - פארסלי
רינדפלייש - טיים, ראוזמערי

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 14, 2013 9:26 am
דורך מילכיגער
שנאפס האט געשריבן:פונקט נעכטן געהערט נאכזאגן פון יואלי לעבאוויטש, אז א רומענער האט אים אמאל געגעבן א רעסעפי צו מאכן רומענישע אייער שפייז,

ער פאנגט אן: מען גנב'ט צוויי אייער..

אריין אין מילתא דבדיחותא אשכוך ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 2:37 pm
דורך יענקל פאטאש
איינער ווייסט ווי אזוי צו מאכן גוטע ארבעס (זכר באנדליך)?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 2:56 pm
דורך אנעים זמירות
דעק איבער מיט וואסער (בערך צוויי אינטשעס העכער די ארבעס), קאך בערך 2-2.5 שעה. לייג זאלץ און פעפער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 3:21 pm
דורך יענקל פאטאש
איך האב געהערט אמאל אז כדי עס זאל בלייבן ווייעך קען מען צולייגן אביסל בעיקונג סאדע. ווייסט איינער וויפיל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 3:27 pm
דורך מומחה עצום
נישט פארגעסן, ווייקן אין וואסער פאר 24 שעה! ווייל אז נישט...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 8:22 pm
דורך Elvin
כבין אביסל מחולק, קאך עס פאר 4-5 שעה, און עס איז זייער וויכטיג צי לייגן אביסל צוקער

טונא סטעיק

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 08, 2013 7:51 pm
דורך וואסערפאל
יעצט אין די ניין טעג זענען די פאליצעס פון די געשעפטן פיל מיט פיש סטעיקס, צווישן אנדערע טרעפט מען דארט ' טונא סטעיק'. טונא סטעיק איז לייכט צו מאכן, מען קען דאס מאכן ווי פאלגענד (ווער ס'פארמאגט א גאז גריל):

לייגט אריין אביסל אויל אין א פלאכן טעלער, לייגט אריין דעם טונא סטעיק, באשפריצט דאס מיט אביסל זאלץ און מיט אביסל לעמאן-פעפער אויף ביידע זייטן.

צינדט אן דעם גאז גרילל, לאזט דאס ברענען אביסל, אזוי אז די גרידס זאלן ווערן גוט הייס, לייגט ארויף דעם ססטעיק, דעקט עס צו און לאזט דאס גריללן פאר בלויז 3 מינוט, נאכהער דרייט דאס אויף די אנדערע זייט פאר נאך 3 מינוט.

מאכט זיכער אז די פלאם איז קרוב צו די העכסטע, און אז די גריל איז צוגעדעקט בשעת די פיש בראט זיך. סך הכל נעמט דאס בלויז 6 מינוט (מ'דארף זיך נישט דערשרעקן אויב די פייער צופלאמט זיך).

ס'איז וויכטיג איינמאל מ'נעמט עס אראפ, נישט זיך פארזוימען, נאר עסן תיכף, אויב לאזט מען דאס ווארטן פארלירט עס דאס חשיבות.

דאס קאסט נישט טייערע ווי אנדערע פישן, עס איז א גוטע פראוטין, ויאכלו ענווים וישבעו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 08, 2013 8:14 pm
דורך אנעים זמירות
ביי אונז קאסט טונא בערך דאפעלט ווי סעמאן. (פראטעין האט עס אויך נאר אזוי פיהל ווי אנדערע פיש.)

נאך א וועג איז אנצוהייצען א פרייאינג פען, אנשמירען דעם טונא מיט אביסעל בוימאייל אויף ביידע זייטען, באשפרינקלען מיט זאלץ און (פרישע) פעפער, און גרילען א מינוט-צוויי אויף יעדע זייט. עס איז בעסער ווען אינעווייניג איז נאך רויטליך (medium בלע"ז).

אנדערע אפציעס זענען צו באשפרענקלען מיט לעמאן דזשוס און corriander seeds וועלכע זענען טיילווייז צושטויסען.

אויך קען מען נוצען fennel seeds
מיט basil.

די איבעריגע אנווייזונגען בלייבען די זעלבע.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 10:19 pm
דורך מחותן
א גיטע רעסעפי פאר ירושלים'ער לאקשן קיגעל?? עס זאל זיס און פעפערדיג און נאס'ליך,

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:19 am
דורך אנעים זמירות
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי צו מאכן גוטע ארבעס (זכר באנדליך)?


מיין א"ח האט לעצטענס געקאכט ארבעס מיט אביסעל צוויבעל פודער, קנאבל פודער, זאלץ און פעפער פאר צירקע 2-3 שטונדע. נאכער האט זי צוגעשיט נאך אביסעל זאלץ און פעפער און עס האט געהאט אלע טעמים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:31 am
דורך יענקל פאטאש
איך האב פראבירט צו קאכן מיט זאלץ און פעפער, די טעם איז נישט שלעכט אבער עס האט אויסגעזעהן חלשותדיג שווארץ ברוין... עמער עס פראבירן נאכאמאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:53 am
דורך אנעים זמירות
איהר האט עס געווייקט פריער?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:26 pm
דורך יענקל פאטאש
יא

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:27 pm
דורך פריי זיך
ס'דא וואס קויפן אין די קענס פון קדם אדער הדר און מ'לייגט עס אזוי ארויף אויפן פלאם אזוי ווי ס'שטייט און גייט, מ'לייגט צו ספייסעס און ס'א מחיה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:48 pm
דורך farshlufen
פשוט פרישע ארבעס מיט בלויזע זאלץ צום טעם איז אויך זייער בע'טעם'ט, וכן אני נוהג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 11:30 am
דורך ק.נ.א. וועטער
א גוטע רעסעפי פאר לעיבער (כבד) האט איינער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:04 pm
דורך יוסף שרייבער
איך זוך אויך סאו לאמיר זוכען צוזאמען.
און ביטע אנצייכענען אויב עס כאפט א חילוק צווישען טשיקען לעיבער און טורקי לעיבער.