עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג מרץ 07, 2013 7:18 pm
פריי זיך האט געשריבן:פריי זיך האט געשריבן:איינער קען די פונקטליכע רעסיפי פון די טאהשע בצעי? ביטע מיטטיילן
קיינער ווייסט נישט? ס'מיז נישט זיין ממש פונקטליך
תודה
און בערך?
Advertisement
פרייטאג מרץ 08, 2013 1:07 am
דאס מייניך דאך, בערך איז אויך גוט. בעסער ווי גארנישט.
פרייטאג מרץ 08, 2013 1:11 am
ווער סקען מיר צושטעלן ווי זוי מע מאכט פעצעי פארן איימער צוויבל, וועל איך אים מטיב זיין אביסל פון מיינע חאמינאדעס!
נאר פארדעם א טיפ, אויב דער מאגען וועט מיר ברענען ביז דינסטאג האלב נאך איינס ביי שחרית, דאן ברויך איך עס נישט
יישר
פרייטאג מרץ 08, 2013 1:26 am
כ'געלערענט אין טאהש א יאר צוויי, און די זיפיגע בצעי מיט די הינער פיס וואס מ'האט געטיילט ביים צופריע'דיגע סעודה ליגן מיר נאך אין די ביינער... איך וואלט באצאלט פאר די רעסיפי.
פרייטאג מרץ 08, 2013 1:31 am
פריי זיך האט געשריבן:כ'געלערענט אין טאהש א יאר צוויי, און די זיפיגע בצעי מיט די הינער פיס וואס מ'האט געטיילט ביים צופריע'דיגע סעודה ליגן מיר נאך אין די ביינער... איך וואלט באצאלט פאר די רעסיפי.
נאך אזוי אין די יארן פון הרה"צ רבי מרדכי ז"ל
פרייטאג מרץ 08, 2013 1:35 am
יא יא
פרייטאג מרץ 08, 2013 8:33 am
דאס מנהג פון פצעי אין טאהש האט הרב ר' אביגדור דניאל שליט"א אריינגעברענגט, דאס איז נישט געוועזן בעפאר.
ר' מרדכי ז"ל'ס רעסעפיס קען מען דען נאכמאכן?
פרייטאג מרץ 08, 2013 12:33 pm
farshlufen האט געשריבן:דאס מנהג פון פצעי אין טאהש האט הרב ר' אביגדור דניאל שליט"א אריינגעברענגט, דאס איז נישט געוועזן בעפאר.
ר' מרדכי ז"ל'ס רעסעפיס קען מען דען נאכמאכן?
נא ברענגט דעם פשוטען רעסעפי שוין באלד שבת, איך גאר נאך שטראק צו טינקען די ווייכע חלה, (קומענדיגע וואך גייט שוין זיין געקויפטע א ספק ברכה לבטלה)
פרייטאג מרץ 08, 2013 2:13 pm
משה יענקל האט געשריבן:שויתי'ניק האט געשריבן:א גרינגע סאפער האט איינער א רעסעפי?
געשמאקע טשיקן צו קאכן גרינג? ווען די ב"ב איז נישט אין די דישעס

צו באקען
עס איז א פסח דיגע רעסעפי אבער ואין דומה לו
לייג אויס אויף א בעקעלע צוויבעל ארום א האלבע אינטש ביז א אינטש דיק
שפרייט אויס באדדאמס אויף די צוויבעל
שמיר עס גוט אן מיט אויל
באזאלץ עס
[קענסט צולייגען פעפער]
דעק עס צו און לייג עס אריין און אויבען און לאז עס באקען א שיינע פאר שעה
לייג ארויף געשניטענע פאטעטאס אויף די פלייש, זאל שוין זיין א גאנצע סאפער
זונטאג מרץ 10, 2013 1:06 am
און נאך גרינגערע אנווייזונגן פאר א געשמאקע עוף געריכט. ווי איך האב עס מקובל פון דער מוטער זאל זיין געזונט.
דו וועסט ברויכן:
א שטייט-קאכער/קראק-פאט
עטליכע טשיקן באדעמס
א צוויי קארטאפל (אפשאנאל)
(קיינע ציבעלעך, קנאבל אדער ספייסעס...)
אנווייזונגן:
טוה אריין די באדעמס אינעם קראקפאט, איינס העכערן צווייטן, אויבערן גאנצן הויך פון טעפל,
מאך זיכער אז די באדעמס זענען פעסט כמו-באהאפטן איינס צום צוויטן, אן קיין לופט אינדערצישן...
דעק גוט צו דעם טאפ, ממש אויף די פלייש.
שטעל אן דעם דעם טעפל אויף נידעריג, און לאז עס זיך פארקאכן איבערן טאג.
אין אווענט וועט איר טרעפן דאס געשמאקסטע געדעמפטע טשיקן וואס איר האט נאר ווען פארזוכט (גוזמא קתני...)
אויב ווילט איר א שטערק (סטארשט) דיין באדערט דעם באדן פון טעפל מיט רעפטלעך קארטאפל, און העכער דעם די באדעמס.
איר וועט שטארק נהנה זיין דערפון.
טיפ: די אינטערשטע באדעמס וועלען זיין מער זאפטיג, בעת די העכערע א געדאנק טרוקענער.
זונטאג מרץ 10, 2013 2:01 am
כ'קען דיר שרייבן מיין פצעי רעסעפי, א דריי פערטל געלעכל פונעם איי, א האלבע קיוב קנאבל ( וויבאלד ס'איז א שאלה אויף די געהעריגע קנאבל ניץ איך די פראזען) בלעק פעפער, גארליק פאודער, זאלץ, ציקער.
לעמאן דזשוס אדער לעמאן זאפט, פונקט געניג די פצעי זאל נישט זיין צו רינעדיג אדער צו טריקן. (נאך פארן לייגן די טשולענט זאפט).
ווען דו לייגסט אריין די זאפט מאך זיכער ס'זאל נישט זיין צו סאך זאפט, בערך אין א קאמפאט טעלער פילט מען אן ווייניגער ווי א דריי פערטל.
מאך נאר זיכער צו געדענקן די ראשי תיבות, עמך ישראל צריכים פרנסה.
די מאכל מיט די ראשי תיבות האב איך מקובל פון אדמות"ר מקרעטשניף זי"ע.
זונטאג מרץ 10, 2013 12:38 pm
יש"כ לייבי. וויפיל סערווינגס איז דיין רעסיפי?
זונטאג מרץ 10, 2013 12:43 pm
leiby האט געשריבן:כ'קען דיר שרייבן מיין פצעי רעסעפי, א דריי פערטל געלעכל פונעם איי, א האלבע קיוב קנאבל ( וויבאלד ס'איז א שאלה אויף די געהעריגע קנאבל ניץ איך די פראזען) בלעק פעפער, גארליק פאודער, זאלץ, ציקער.
לעמאן דזשוס אדער לעמאן זאפט, פונקט געניג די פצעי זאל נישט זיין צו רינעדיג אדער צו טריקן. (נאך פארן לייגן די טשולענט זאפט).
ווען דו לייגסט אריין די זאפט מאך זיכער ס'זאל נישט זיין צו סאך זאפט, בערך אין א קאמפאט טעלער פילט מען אן ווייניגער ווי א דריי פערטל.
מאך נאר זיכער צו געדענקן די ראשי תיבות, עמך ישראל צריכים פרנסה.
די מאכל מיט די ראשי תיבות האב איך מקובל פון אדמות"ר מקרעטשניף זי"ע.
יישר כח! איצט זונטאג נאכמיטאג קען איך אפי' נישט ליינען דעם רעסעפי - אבער עוד חזון בעז"ה פרייטאג
פרייטאג מאי 03, 2013 1:16 pm
ווער האט א גיטע רעסעפי פאר פארווע זיסע קישקע.
א דאנק
דינסטאג יוני 11, 2013 7:02 pm
ווער האט ביטע א גוטן רעסעפי פון א פיינע ספאנדש קעיק?
איך דארף א רעסעפי וואס די טשאקלעד ווערט נישט אינגאנצן פארהארטעוועט (עכ"פ פון אויבן אינדרויסן)
דינסטאג יוני 11, 2013 7:12 pm
איך דארף א רעסעפי פאר א גוטע שארפע חריין.
דינסטאג יוני 11, 2013 7:42 pm
שארפע כריין? רייב א פרישע כריין. דער שארפקייט ווענדט זיך אינעם harvest.
מיטוואך יוני 12, 2013 6:23 pm
רבותי, איך בין הונגעריג, אביסעלע רחמנות, ווער האט א ספאנדש קעיק רעסעפי?
דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:40 am
איך זע דו מיינסט עפעס מער ווי א פשוטעער ספאנדזש קעיק, דו רעדסט פון טשאקלאד וואס א געווענטליכער ספאנדזש קעיק האט נישט.
ערקלער פונקליכער וואס דו זיכסט, אולי וועט מען קענען העלפן.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:42 am
כותב האט געשריבן:רבותי, איך בין הונגעריג, אביסעלע רחמנות, ווער האט א ספאנדש קעיק רעסעפי?
הונגעריג? ספאנדש קעיק? עפעס איז נישט רייט...
דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:51 am
זאג איך דיר דאך ער רעדט פון עפעס מער ווי א פשוטער ספאנדזש, עפעס ראפאגאש....
בכלל איז א רחמנות צו קוקן אויף אים ער הונגערט שוין עטליכע טעג.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:49 pm
משזר האט געשריבן:כותב האט געשריבן:רבותי, איך בין הונגעריג, אביסעלע רחמנות, ווער האט א ספאנדש קעיק רעסעפי?
הונגעריג? ספאנדש קעיק? עפעס איז נישט רייט...
אינגערמאנן, די באבע האט געקענט אראפלייגן א ספאנדש קעיק, אז צען קאקאשקעיק'ס האבן זיך געקענט פארשטעקען! און ווער רעדט נאך פון די קאקאש אליינ'ס... אהההההה געווען אמאל צייטן!
דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:55 pm
א גוטע ספאנדזש קעיק ברויך עקספיריענס, פון דעם מאכן די שניי ביזן פארלעשן דעם אויוון.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:35 pm
ווען איך זוך א רעסעפי פרעג איך מיר נאך ביי ר' גוגל. ער איז א ידען נפלא.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:42 pm
פונקט נעכטן געהערט נאכזאגן פון יואלי לעבאוויטש, אז א רומענער האט אים אמאל געגעבן א רעסעפי צו מאכן רומענישע אייער שפייז,
ער פאנגט אן: מען גנב'ט צוויי אייער..