עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 9:19 am
*שוין א שטיקעל א רעצעפט דאס מאל, אבער נאך אלס בגדר טיפ. צו מאכען א געשמאקען קארטאפעל סאלאט (גרינג און ביליג): מען קאכט קארטאפעל געשניטען אין קליינע קעסטלעך (cubed - מיט דער שאלאכץ איז געשמאקער) פאר בערך פופצען מינוט. אכטונג געבן נישט צו לאנג צו קאכען ווייל אנדערש צופאלט עס שפעטער. נאכען קאכען גוט שווענקען אין קאלט וואסער (דאס נעמט אראפ די שמוץ און סטארטש, אויך לאזט עס נישט ווייטער קאכען און ווערן צו ווייך). א געריבענע רויטע צוויבעל, אביסעל מעיאנעיז, אפאר פיקעלס געקעסטעלט (cubed), זאלץ און פרישע פעפער. דער געריבענע רויטע צוויבעל מאכט שטארק אויס.
Advertisement
פרייטאג אוקטובר 05, 2012 3:29 pm
אז מ'רעדט שוין פון קאכן אייער לייג איך צו אינפארמאציע וואס איך האב געטראפן
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:17 pm
איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'מאכט פרישע פאפקארן ביי זיך אינדערהיים אן א ספעציעלע מאשין דערפאר?
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:29 pm
נעם ארויס א טאפ גיס אריין אביסל אויל
לייג אריין די פאפקארן, און מאך צו דעם דעקל
נאך 2-3 מינוט טאנצט, האסטו פערטיגע פאפקארן
נאך בעסער ווי די מאשין
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:37 pm
בערך וויפיל אויל און זאלץ פאר וויפיל פאפקארן סידס?
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:40 pm
אויטש.. איך בין נישט קיין קעכער פון פאך
איך האבעס אמאל פרובירט אליין'ס צו מאכן
און אריין געלייגט אביסל אויל גענוג אז עס זאל צודעקן די גאנצע פלאך
נאכן קאכן גיס עס איבער אין א שיסעל
און דארט גיס אריין זאלץ, און שאקל דעם שיסל, הייב אהן מיט אביסל...
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:41 pm
ידיד האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'מאכט פרישע פאפקארן ביי זיך אינדערהיים אן א ספעציעלע מאשין דערפאר?
נעם פאפקארן קערלעך, אויל (קענאלע אדער וועדזשטעבל) און זאלץ (סיסאלט, וואסער-זאלץ נישט די ניק, איז בעסער).

נעם א גרויסן טאפ כזה:

מאך זיכער אז דו האסט דעם דעקל פונעם טאפ פאר דו הייבסט אן...
גיס אריין די אויל אז די גאנצע פלאר פון די טאפ זאל זיין איבערגעדעקט מיט אויל, דערנאך לייג אריין די פאפקארן (ווען די אויל איז נאך קאלט!)


מאך זיכער אז אלע קערלעך זענען איינגעטינקען אונטערן אויל. אויך מאך זיכער אויסצושפרייטן די קערלעך, נישט אז עס זאל זיין אין א הויפן.


לייג צו זאלץ (אדער קענסטו צולייגן נאך וואס עס האט שוין געפאפט, וויאזוי דו ווילסט)

צינד אן די פלאם צו מידיום, און שאקל דעם טאפ אביסל הין און צוריק אז די היץ זאל זיך אייניג אויסשפרייטן צווישן די גאנצע אויל און אלע קערלעך

נאך צוויי דריי מינוט וועט די ערשטע קערעלע פאפן

ווי נאר דאס פאסירט, כאפ שנעל דעם דעקל און דעק צו די טאפ.

שאקל ווייטער דעם טאפ הין און צוריק ווילאנג עס גייט דורך נאך אפאר מינוט, און דו וועסט שוין נישט הערן קיין פאפינג נויז ווייל אלע קערלעך וועלן שוין האבן געפאפט.
עפן אויף דעם דעקל און געב אכטונג נישט צו ווערן אבגעבריבט,

לאז עס אויסקילן און דאן ענדזשוי.

דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:43 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:*געמאלענע פעפער קען זיך בשו"א פארגלייכען צו פרישע פעפער. דער פשוט'סטע סאלאט קריגט גאנץ א צווייטען טעם ווען מען נוצט פריש-געמאלענע פעפער. עס איז דא צו באקומען האנט-מילעכלעך אדער עלעקטראנישע פאר גאר מעסיגע פרייזען. פערזענליך האב איך געהאט געשמאקע עקספעריענס מיט
דעם האנט-מיל און
דעם עלעקטראנישען. בד"א,
ביי זאלץ מאכט בכלל נישט אויס פריש צי געמאלען און עס איז א שאד ס'געלט אויסצוגעבען דערויף.*.
וואס ווייסטו איבער זאלץ? וואלט נישט שיין געווען זאלסט מיך קודם פרעגן?
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:45 pm
WOW דא איז אן ארבעט!
תזכה למצוות!
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:50 pm
יישר כח דרךהמלך, און א יישר כח ירוחם פאר די פונקטליכע אנווייזונגען מיט בילדער, (שיק עס אריין צו די באלייכטונגען, זיי וועלן עס אריינלייגן אויף די לעצטע זייט אלס א פארזעצונג מיט בילדער...)
גיימער עס אי"ה אויספראבירן לכבוד שבת קודש.
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 2:45 pm
ירוחם'ל...
נישט פארגעסן צו שניידן די נעגל בעפאר שבת.
דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 2:49 pm
מען קען אריינגיסען די פאפקארן קענדליך אויך אין א הייסע טאפ, ווי אויך קען מען גלייך צודעקען (איידער עס הייבט אהן פאפן).
עס איז ראטזאם אנצוהייבען מיט גאר א קליינעם צאל קערנדלעך ווייל ווען עס איז זייער שווער זיך אפצומאלען וויפיהל פלאץ עס וועט פארנעמען געפאפטערהייט, און ווען דער טאפ איז צו פול האלט עס אפ די איבעריגע קערנדלעך פון געהעריג פאפן, אדער קענען די געפאפטע ווערן צוגעברענט. מיט אביסעל ערפארונג ווייסט מען גענוי וויפיהל דער טאפ קען פארנעמען אויף א מאל.
אויך איז וויכטיג אראפצונעמען פון פייער און אויסגיסען אין א שיסעל זוי גלייך ווי עס הערט אויף עכ"פ איין פאפ יעדע צוויי-דריי סעקונדעס, אנדערש ווערן די געפאפטע צוגעברענט (דאס פאסירט זייער שנעל).
נ.ב. ביי מיר אינדערהיים האב איך איינגעפירט א וועג עס צו האבען אהן קיין סאך ארבעט: מיין אשת חבר מאכט עס.
דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 4:15 pm
הגם איך שרייב נישט דא קיין רעצעפטען וועל איך מאכען אן אויסנאם. נאך פון קינדווייז אהן קען איך נישט ליידען קיין טאמאטא זופ. איך האב שוין אין מיינע יארען אויספראבירט פארשידענע און קיין איינס האב איך נישט ליעב געהאט. ביי מיר אין געשעפט האב איך לעצטענס געהאט עטליכע וואס האבען געפרעגט נאך טאמאטא זופ (יעדן טאג סערווירען מיר אן אנדערע), האב איך באשלאסען צו זוכען א גוטען רעצעפט. דאס וואס איך האב געפונען איז אזוי גוט דאס אפילו איך האב עס ליעב, ע"כ מוז איך מאכען אן אויסנאם און דאס פאוסטען.
בערך דריי פונט טאמאטא (ווי ווייכער\רייפער אלץ בעסער)
1 סטאאק סעלערי
1-2 מייערען
1 קארטאפעל (נישט אזוי ווייט צוליב טעם נאר עס מאכט שפעטער די זופ זאל זיין creamy)
1-2 צוויבעל
בערך א האלבע גלאז צוקער
בערך א דריטעל גלאז Osem chicken soup mix
עטליכע סטאאקס און בלעטער באזיל*
הייץ אהן א טאפ מיט אביסעל אויל. ווארף אריין צושטיקעלטע צוויבעל און לאז דינסטען א פאר מינוט. דערווייל שנייד די טאמאטאס אין האלב, דאן לייג אריין אין טאפ (אלץ נאך אויף א הויכען פלאם). באשיט מיט צוקער. שאקל טאפ אדער מיש פון צייט צו צייט. שייל די מייערען, שנייד אויף עטליכע שטיקער און ווארף אריין. טוה דער זעלבע מיט קארטאפעל (שיילען פעלט נישט אויס) און סעלערי.
נאך עטליכע מינוט דארפען די טאמאטאס שוין זיין גאנץ ווייך און געדעכט. איך בין זיך נוהג דעמאלס אראפצונעמען די שאלאכץ דורך אויפהייבען יעדע טאמאטא מיט א גרויסע לעפל און אראפשלעפען די שאלאכץ (איך האב דיספאזעבעל הענטשוך אנגעטוהן, קען איך פארנעמען דער ביסעל היץ פון די שאלאכץ זיי קומען דענסמאל אראפ זייער גרינג). עס פעלט נישט אויס נאר עס איז אביסעך געשמאקער צום עסן (ווייל די שאלאכץ ווערן נישט גוט צומאלען).
שיט אריין די אסעם זופ פאדער, אביסעל זאלץ און פעפער, געב א גוטען מיש, לייג צו וואסער זאל איבערדעקן אלעס און לאז אויפקאכען. דאן מאך קלענר דעם פלאם און לאז קאכען בערך צוואנציג מינוט. לייג אריין דעם באזיל* און לאז קאכען נאך צעהן מינוט. ווען עס איז אפגעקילט (טאמאטאס מיט צוקער ווערן גאר הייס און מען קען זיך חלילה שטארק אפבריהן טאמער לאזט מען נישט אפקילען) צומאל גוט אין בלענדער וכדומה ביז עס ווערט creamy. מאך א ברכה און האב הנאה.
*פרישע herbs זענען כמעט אוממעגליך בודק צו זיין. איך לאז עס קודם ווייקען אין זייפיגע וואסער פאר עטליכע מינוט ארויס צו נעמען מכלל מוחזק און דאן לייג איך עס אים ספעציעלע זעקלעך (וואלאווע הכשר) - מען קען בשעת הדחק אויך נוצען זאקען אדער שטרימפ.
בעזה"י מער איבער herbs קומענדיגע מאל.
דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 7:51 pm
דעיס איז געקאכטע אדער רויע?
דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:18 pm
fiena nieas האט געשריבן:דעיס איז געקאכטע אדער רויע?
וואס, די זופ? כא'דעך געשריבען אנווייזונגען וויאזוי צו קאכען.
זונטאג נובמבר 18, 2012 5:34 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:
*קנאבעל וואס מען וויל נוצען אין געקעכץ, צ.ב.ש. יוהך אדער טשולענט ועוד, פעלט נישט אויס צו שיילען. עס איז א שאד די צייט און געדולד. מען ברויך עס בלויז איבערשניידען (ליתר שאת) אז דער טעם זאל גרינגערהייט ארויסגיין, און אריינווארפען אין טאפ כמו שהיא.
וואס איז מיט ווערים וואס קען זיין אין שאלעכץ?
די שמוץ פון פעלד און פון די וואס האבן געקליבן די קנאבל?
זונטאג נובמבר 18, 2012 5:38 pm
א קליינע פלאם און אסאך צייט.
לאנג קאכן, נעמט אריין גוט אלע טעמים אין די עסן.
היינטיגע צייטן איז דאך נישטא קיין צייט...
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 4:59 pm
א גרינגע סאפער האט איינער א רעסעפי?
געשמאקע טשיקן צו קאכן גרינג? ווען די ב"ב איז נישט אין די דישעס
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:18 pm
רב שויתי, אויב איר זיינט אביסל הענדי אין קאכן קענט איר עניטינג אהערשטעלן אין אביסעלע צייט, ווייס איך נישט צו איר גלייכט פאפריקאש, מאי-פאשטעטאם, איבערגעצויגענע פלייש אדער פאשירט.
ווענדט זיך וואס פאר א צוגעהער איר האט אין שטוב און וועלכע כלים איר האט ביי די האנט און איר האלט ביים אויסוואשן דערנאך.
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:22 pm
איינער קען די פונקטליכע רעסיפי פון די טאהשע בצעי? ביטע מיטטיילן
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:25 pm
טשיקען איז די גרינגסטע צו בראטען אין אויווען. לייג עס אין א פויל קאנטעינער, שנייד ארויף אביסעל צוויבעל, (קנאבעל), זאלץ און פעפער, דעק עס גוט איבער און לייג אריין אין אויווען פאר צוויי שעה.
אז דו ווילסט מאכען געשמאקער קענסטו ארויפגיסען פארשידענע sauces, צ.ב.ש. קאטשקע סאוס, בארבעקיו סאוס, וויין, אדער אפילו עפריקאט דזשעם. אויך קענסטו צו-לייגען פארשידענע ספייסעס ווי למשל rosemary אדער thyme.
פעסטע (לאקשען) איז א גרינגע און שנעלע סייד דיש, און פאר א נויט דארף מען נישט מער ווי אפקאכען און לייגען אביסעל זאלץ, נאכער אריינמישען צוזאמען מיט דער פלייש.
לעצט פאראכטן דורך
אנעים זמירות אום דאנערשטאג פבואר 28, 2013 8:12 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:27 pm
שויתי'ניק האט געשריבן:א גרינגע סאפער האט איינער א רעסעפי?
געשמאקע טשיקן צו קאכן גרינג? ווען די ב"ב איז נישט אין די דישעס

צו באקען
עס איז א פסח דיגע רעסעפי אבער ואין דומה לו
לייג אויס אויף א בעקעלע צוויבעל ארום א האלבע אינטש ביז א אינטש דיק
שפרייט אויס באדדאמס אויף די צוויבעל
שמיר עס גוט אן מיט אויל
באזאלץ עס
[קענסט צולייגען פעפער]
דעק עס צו און לייג עס אריין און אויבען און לאז עס באקען א שיינע פאר שעה
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:28 pm
שויתי'ניק האט געשריבן:א קליינע פלאם און אסאך צייט.
לאנג קאכן, נעמט אריין גוט אלע טעמים אין די עסן.
היינטיגע צייטן איז דאך נישטא קיין צייט...
נישט אלעמאל זוכט מען אריינצונעמען אלע טעמים (ווי צ.ב.ש. אין א זופ), אמאל וויל מען איינשפארען די טעמים זיי זאלען בלייבען אינעם מאכל (צ.ב.ש. סטעיק און אנדערע פלייש), און דאן איז בעסער צו לייגען קודם אויף א הויכע פלאם. בכלל אין Asian cooking באנוצט מען זיך מיט הויכע היץ.
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 8:44 pm
ש'כח
האמיר געמאכט געדינצטע צוויבל און דערנאך אריין געלייגט די טשיקן, ארויפגעגאסן ספייסעס, קנאבל פאודער, BBQ פאודער, רויטע פאפריקע, צוגעדעקט און עס איז שוין כמעט נישטא קיין זכר...
סייד דישעס,
רייז, דערנאך קען מען צוגיסן די זאפט פון די פלייש דערויף
א פעקל מיקסד וועדזשטעבלס, אויך געדינצט קודם צוויבל און דערנאך אביסל זאלץ און קנאבל פאודער.
דעלישעס...
דאנערשטאג פבואר 28, 2013 11:00 pm
פריי זיך האט געשריבן:איינער קען די פונקטליכע רעסיפי פון די טאהשע בצעי? ביטע מיטטיילן
קיינער ווייסט נישט? ס'מיז נישט זיין ממש פונקטליך
תודה