בלאט 6 פון 6
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 8:30 pm
דורך קהת
יידישע קהילות האט געשריבן:קהת האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איך פיל ווי נבוכדנצר, איך געדענק נישט דער נאמען און ווייס נישט די רצעפי.
דאס איז אזא געפרעגלטע הויט פון די טשיקן. איך מיין אז אין סקווער עסט מען דאס.
ווער עס ווייסט דער נאמען אדער האט רעצעפי איז געבעטן...
די מיינסט קוריסלעך?
נאט שוהר...
אפשר עפעס אזוי ווי גריוון???
מיש איך אויס עפעס?
יא, כ'האב געוואלט פארעכטן, סאיז נישט אויסגעקומען.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 8:54 pm
דורך אנעים זמירות
green האט געשריבן:ווען כמאך ריפ טוה איך אזוי
א האלב קאפ שמן זית
א האלבע לעפל פעפער
א האלבע לעפל זאלץ
א האלבע לעפל בארבעקיו ספייס
אריין אין א פלאכע טעלער אויסגעמישט, איך לאז די ריפ זיך ווייקן ביז ווען איך דעסייד דאן לייג איך עס גרילן אויף אן עלעקטראנישע גריל וואס מאכטסעך צו (אזוי בראטסעך עס פון ביידע זייטן) פאר 15 מינוט בערך (אדער ביז ס'זעהט אויס צלי)
דער עולם באלעקטסעך דערמיט
מען דארף היבש ווייניגער אויל - אנשמירען אליין (און אריינרייבען) איז גענוג. דערביי וויל איך איבער'חזר'ן אז עס איז נישט מעגליך צו פארגלייכען פרישע פעפער מיט געמאלענע, און עס לוינט צו קויפען א פעפער מיל. (מען קען אויך קויפען פעפרקארנס אין א דיספאוזעבעל מיל - געפאקט אזוי ווי געמאלענע פעפער און אנדערע ספייסעס - און עס איז געאייגענט צו נוצען ביז דער פלעשעל ענדיגט זיך.)
מען קען מאכען אייגענע מישונגען פון ספייסעס ארויפצושמירען, און פאר דעם איז גוגעל גאר א גוטע מקור.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 9:42 pm
דורך green
אנעים, פאר דיר טרעיטעך אפ
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 13, 2014 4:06 pm
דורך באס דרייווער
שוועמל האט געשריבן:נוצן אויל אין די טאפ? עס דארף צו זיין א נאן-סטיק פען
לייגן די טאפ מיט די אויל אין אויוון?
פראקטיש, קען איך לייגן א פלעסטיק הענטל אין אויוון?
איך לייג אריין דעים טאפ מיטן פלעסטיק הענטעל פאר א האלבע שעה אין אויבען און עס איז פיין (עס איז געמאכט אויסצוהאלטן דעי הוץ) בד"וו מיין ריפ סטעיק רעסעפי איז אזוי, נאכן ספייסען און אוילן לייג איך אריין דעים ריפ אין א פרייענג פען אויף א גאנץ גרויסן פלאם באדעק מיט זילבער פעיפער פאר פינעף מינוט איטש זייט נאכדכעם דעק איך אים אויף און מען פאקט אים אריין אין אויבן פאר א האלבע שעה אויף דריי פופציג... אהה סאיז גיט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 13, 2014 4:37 pm
דורך להגדיל שמו
מיט וואס ספייסטו עס?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 13, 2014 6:46 pm
דורך באס דרייווער
להגדיל שמו האט געשריבן:מיט וואס ספייסטו עס?
מיין דגוש איז בעיקר אפן טעקסטשיור דהיינו אויב איז ער פיין געבראטן מיטן ריכטיגן קריספ און ברען דאן איז ער שוין גיט.. איך פערסענעל ספייס עס מיט גארליק פאודער, אביסלע ווייט פעפער, זאלץ, און ממש אביסעל אויל.. (ער האט גענוג און נאך און בעסערע שמאלץ) י
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 13, 2014 7:07 pm
דורך קהת
להגדיל שמו האט געשריבן:מיט וואס ספייסטו עס?
און צום צווייטען מאל, מאנטריאל ספייס איז פיינע נייעס די גייסט נישט חרטה האבען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 7:41 pm
דורך פייווישעל
קהת האט געשריבן:לעבער רעסעפי
3 גרויסע צוויבל פאר יעדע פונט לעבער
1-2 קנאבל (איך נוץ דעיע פון פריזער)
לאז עס בראטען ביז עס ווערט שיין ברוין
ווען די צוויבל איז שוין כמעט געענדיגט לייג צו זאלץ
שווארצע פעפער
רויטע פאפריקא
1 טעבל ספון ציקער
לייג אריין די לעבער און קאך עס פאר 5 מינוט.
איך האב עס ליעב אביסל זאפטיג גיס איך צו אביסל וואסער צום סוף אדער קען מען צולייגען אביסל אויל
און מען עסט עס אנגעליינט
גוט שבת!
ישר כח סאיז געלונגען עפעס נישט סתם די רעסעפי
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 22, 2014 10:42 pm
דורך ראש הקהל
האט איינער א גוטן טאמעיטא דיפ רעסעפי. ס'זאל אויס קומען שיין געדעכט ארענדש. נישט רויטיג וואסערדיג?
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 22, 2014 10:44 pm
דורך קהת
פייווישעל האט געשריבן:קהת האט געשריבן:לעבער רעסעפי
3 גרויסע צוויבל פאר יעדע פונט לעבער
1-2 קנאבל (איך נוץ דעיע פון פריזער)
לאז עס בראטען ביז עס ווערט שיין ברוין
ווען די צוויבל איז שוין כמעט געענדיגט לייג צו זאלץ
שווארצע פעפער
רויטע פאפריקא
1 טעבל ספון ציקער
לייג אריין די לעבער און קאך עס פאר 5 מינוט.
איך האב עס ליעב אביסל זאפטיג גיס איך צו אביסל וואסער צום סוף אדער קען מען צולייגען אביסל אויל
און מען עסט עס אנגעליינט
גוט שבת!
ישר כח סאיז געלונגען עפעס נישט סתם די רעסעפי
ב"ה פאר דעים
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 22, 2014 10:45 pm
דורך קהת
ראש הקהל האט געשריבן:האט איינער א גוטן טאמעיטא דיפ רעסעפי. ס'זאל אויס קומען שיין געדעכט ארענדש. נישט רויטיג וואסערדיג?
ווי מער אויל די לייגסט בשעת'ן צימאלען אלץ מער אראנדז ווערט עס