בלאט 5 פון 6

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:18 pm
דורך זאל ער קומען
טשיקן לעבער רעסעפי.
דינסטן א צוויבל אין אויל פאר אפאר שעה אויף א גאר קליינעם פלאם ביז ס'ווערט דורכזיכטיג און לייט-ברוין, אדער דארק-גאלד.
האלט די לעבער אינדרויסן, ס'זאל ווערן רום-טעמפראטור.
א טי-ספון פעפריקא (רויטע פעפער).
א האלבע טי-ספון זאלץ.
א פינטש בלעק פעפער.
דערנאך צעשניידן די לעבער און קלענערע (בייט סייז) שטיקלעך כדי ס'זאל זיך קענען שנעל אפקאכן.
אריינווארפן די לעבער אינעם געמיש - פאר נישט מער ווי צוועלף מינוט. (ווייך ס'ווערט הארטער וואס לענגער ס'קאכט זיך).
ווארט ס'זאל זיך אביסל אפקילן.
קאסטן אויף טועמיה.
איבערלאזן אביסל פאר שבת אויך...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:19 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א ריזיגן גרויסן דאנק אייך.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:21 pm
דורך פאר דוקא
דינסען בערך פינעף מיטעלע סייז צוויבל פאר יעדע פונט לעיבער,
פאר בערך צוויי א האלב שעה אויף א קליינע פלאם,
מען דארף לייגן אסאך אויל,
בערך א האלבע שעה פארן אריין לייגן די לעיבער דארף מען צולייגען ציקער אזא פיר פינעף לעפלעך בערך צוויי דריי (פלאכע) לעפלעך זאלץ און אביסל פאפריקע און נאכדעם צישניידען די לעיבער אויף קליינע שטיקלך.
אביסל העכער מאכען די פלאם און עס אריין לייגן אויף א מינוט צוויי ממש עס מישען אגאנצען צייט אז עס זאל נישט פארברענט ווערן,

(די מעזשערמענטס זענען נישט פונקטליך, שפילטס ענק ארום ביז מען פיגערט אויס פונקטליך ווען עס איז גוט פאר דיר, ווען איך האב עס אויסגעלערענט אין שטוב האט עס גענומען בערך זיבן אכט וואכען ביז עס געווען אזויווי ווען איך פלעג עס מאכען אלס בחור ביים מאמען אין שטוב),

דער עולם האקט אבער איך שיק עס דאך...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:22 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א ריזיגן גרויסן דאנק אויך פאר אייך.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:38 pm
דורך פאר דוקא
דאס איז די בעסטע לעיבער וואס איך האב נאר אמאל געגעסן,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:53 pm
דורך פאר דוקא
leiby האט געשריבן:כ'קען דיר שרייבן מיין פצעי רעסעפי, א דריי פערטל געלעכל פונעם איי, א האלבע קיוב קנאבל ( וויבאלד ס'איז א שאלה אויף די געהעריגע קנאבל ניץ איך די פראזען) בלעק פעפער, גארליק פאודער, זאלץ, ציקער.
לעמאן דזשוס אדער לעמאן זאפט, פונקט געניג די פצעי זאל נישט זיין צו רינעדיג אדער צו טריקן. (נאך פארן לייגן די טשולענט זאפט).
ווען דו לייגסט אריין די זאפט מאך זיכער ס'זאל נישט זיין צו סאך זאפט, בערך אין א קאמפאט טעלער פילט מען אן ווייניגער ווי א דריי פערטל.
מאך נאר זיכער צו געדענקן די ראשי תיבות, עמך ישראל צריכים פרנסה.
די מאכל מיט די ראשי תיבות האב איך מקובל פון אדמות"ר מקרעטשניף זי"ע.

היות די טשאלענט איז פיין געספייסט ביי אונז לייגן מיר צוויי געלעכלעך פון די איין, צוויי קנאבל ציינדלעך צושניטען אויף קליינע שטיקלך, ציקער, לעמאן דזשוס, און די טשאלענט זאפט, ס'האט אלע טעמים, מעין עולם הבא, לכבוד שבת קודש,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:57 pm
דורך פאר דוקא
אנעים זמירות האט געשריבן:for some reason נוצען כמעט אלע אמעריקאנע רעצעפטען מאָסען פון גלעזערע און לעפלעך. סיי וואס עס איז נישט פונטקליך און סיי וואס עס קען אמאל זיין היבש שווער אפצומעסטען געהעריג (וויפיהל איז א האלבע גלאז צושניטענע באנאנע?). פיהל געשמאקער איז צו וועגן די אינגרידענטס.

פאר דעם צוועק קען מען זיך איינארדענען א דיזשיטעל וואג, און נוצען גוגל איבערצוטייטשען די מאסען פון גלעזער\לעפלעך צו וואג. [בד"א ליטער\מיליליטער און קילאגראם\גראם איז פיהל גרינגער צו דאפלען אדער שניידען אויף העלפט ווי פונט און אונצעס.]

מען לייגט ארויף דעם שיסעל אויפען וואג און מען גיסט פשוט אריין די אינגרידענטס. נאך יעדע אינגרידיענט קען מען קוועטשען tare (אדער א צווייטע קנעפל וואס טוט ס'זעלבע) און דער וואג ווייזט נאכאמאל זיראו.
----
גלאז וואסער - 240 מל
גרויסע לעפל וואסער - 15 מל
קליינע לעפל וואסער - 5 מל
(אויל וועגט בערך ווי וואסער און בד"כ קען מען נוצען די זעלבע צאל)

קליינע לעפל זאלץ - 7 ג
(צוקער וועגט בערך ווי זאלץ)

גלאז מעהל - 135 ג

ביי אונז מעסט מען נישט ביים קאכן עס איז א אינסטינקט וואס מען באקומט איינמאל מען הייבט אהן פארשטיין וואס די עסן רעדט...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:58 pm
דורך פאר דוקא
טיפ צי קאכן פיש,
אויפקאכן די וועדזשטעבלס מיט די ספייסעס פאר מען לייגט אריין די פעש אין טאפ, די פיש ווערט סאך טעיסטיער,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:59 pm
דורך פאר דוקא
ביים איבער ווארעמען סטעיק, איז כדאי אריין צי גיסן אביסל וויין

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 12:59 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פאר דוקא האט געשריבן:ביים איבער ווארעמען סטעיק, איז כדאי אריין צי גיסן אביסל וויין

אין שמחה אלא בבשר - אין שמחה אלא ביין.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 1:01 pm
דורך פאר דוקא
אגב א גרויסן יישר כח פאר'ן ארויף ברענגען די אשכול,

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 1:02 pm
דורך פאר דוקא
אין די איבערגעצויגענע טשיקען קאטלעטס איז כדאי אריין צילייגן אביסל ארעגענאו אין די קראמבס

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 1:02 pm
דורך קהת
איינער האט א גוטע רעסעפי פאר זיסע פארווע קושקע?

איך האב א זייער א גוטע לעבער רעסעפי כעל עס באלד ברענגן אי"ה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 1:35 pm
דורך אנעים זמירות
פאר דוקא האט געשריבן:ביי אונז מעסט מען נישט ביים קאכן עס איז א אינסטינקט וואס מען באקומט איינמאל מען הייבט אהן פארשטיין וואס די עסן רעדט...


ביים קאכען דארף מען טאקע נישט געווענליך (אויסער אויב עס איז גאר וויכטיג די עסען זאל אלעמאל זיין אייניג), אבער ביים באקען יא.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2014 2:02 pm
דורך פאר דוקא
רייט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:39 pm
דורך קהת
לעבער רעסעפי

3 גרויסע צוויבל פאר יעדע פונט לעבער
1-2 קנאבל (איך נוץ דעיע פון פריזער)
לאז עס בראטען ביז עס ווערט שיין ברוין
ווען די צוויבל איז שוין כמעט געענדיגט לייג צו זאלץ
שווארצע פעפער
רויטע פאפריקא
1 טעבל ספון ציקער
לייג אריין די לעבער און קאך עס פאר 5 מינוט.

איך האב עס ליעב אביסל זאפטיג גיס איך צו אביסל וואסער צום סוף אדער קען מען צולייגען אביסל אויל

און מען עסט עס אנגעליינט
גוט שבת!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 4:48 pm
דורך זאל ער קומען
קען איינער מיטטיילן א גוטע גאלע רעסעפי? און אנווייזונגען וויאזוי און ווען. (די עסן חלק ווייס איך שוין, איך רעד פון ביז אהין).

ריב-סטעיק רעסעפי

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 1:45 pm
דורך שוועמל
איך זוך א גוטן רעסעפי פאר א דיק שטיקל ריב סטעיק איינס אהאלב אינטש דיק.
איך פלאן דאס צו גרילן חוה"מ אי"ה. נישט אויף קיין אוטדאאר גריל, נאר א גריל-פען אדער ברוילן אין אווען.

פון מיינע פאריגע פרואוון איז נישט אזוי געלונגען.
וויאזוי קען איך עס מאכן עז זאל זיין אזוי זאפטיג און געשמאק, די נענטסטע צו לע-מארעי, טשא-סען, אביגיל, פריים גריל, גריל או ראאף וכדומה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 2:23 pm
דורך קהת
איך געדענקט נישט יעצט פונקטליך וויאזוי מען מאכט עס איך וועל פראבירען זיך צו דערמאנען.

דא האסטו צוויי טיפס:

מאנטריאל ספייס איז לכאורה די בעסטע ספייס.

לייג די טאפ און די אויבן אז עס זאל זיין בריעדיג דערנאך נעם עס ארויס און לייג ארויף די פלייש.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 3:21 pm
דורך שוועמל
נוצן אויל אין די טאפ? עס דארף צו זיין א נאן-סטיק פען
לייגן די טאפ מיט די אויל אין אויוון?
פראקטיש, קען איך לייגן א פלעסטיק הענטל אין אויוון?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 3:36 pm
דורך יידישע קהילות
איך פיל ווי נבוכדנצר, איך געדענק נישט דער נאמען און ווייס נישט די רצעפי.
דאס איז אזא געפרעגלטע הויט פון די טשיקן. איך מיין אז אין סקווער עסט מען דאס.
ווער עס ווייסט דער נאמען אדער האט רעצעפי איז געבעטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 3:42 pm
דורך קהת
שוועמל האט געשריבן:נוצן אויל אין די טאפ? עס דארף צו זיין א נאן-סטיק פען
לייגן די טאפ מיט די אויל אין אויוון?
פראקטיש, קען איך לייגן א פלעסטיק הענטל אין אויוון?

איך וועל אויסגעפונען פונקטליך פאר איך געב אנווייזונגען

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 3:42 pm
דורך קהת
יידישע קהילות האט געשריבן:איך פיל ווי נבוכדנצר, איך געדענק נישט דער נאמען און ווייס נישט די רצעפי.
דאס איז אזא געפרעגלטע הויט פון די טשיקן. איך מיין אז אין סקווער עסט מען דאס.
ווער עס ווייסט דער נאמען אדער האט רעצעפי איז געבעטן...

די מיינסט קוריסלעך?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 7:46 pm
דורך יידישע קהילות
קהת האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך פיל ווי נבוכדנצר, איך געדענק נישט דער נאמען און ווייס נישט די רצעפי.
דאס איז אזא געפרעגלטע הויט פון די טשיקן. איך מיין אז אין סקווער עסט מען דאס.
ווער עס ווייסט דער נאמען אדער האט רעצעפי איז געבעטן...

די מיינסט קוריסלעך?

נאט שוהר...
אפשר עפעס אזוי ווי גריוון???
מיש איך אויס עפעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 7:54 pm
דורך green
ווען כמאך ריפ טוה איך אזוי

א האלב קאפ שמן זית
א האלבע לעפל פעפער
א האלבע לעפל זאלץ
א האלבע לעפל בארבעקיו ספייס

אריין אין א פלאכע טעלער אויסגעמישט, איך לאז די ריפ זיך ווייקן ביז ווען איך דעסייד דאן לייג איך עס גרילן אויף אן עלעקטראנישע גריל וואס מאכטסעך צו (אזוי בראטסעך עס פון ביידע זייטן) פאר 15 מינוט בערך (אדער ביז ס'זעהט אויס צלי)
דער עולם באלעקטסעך דערמיט