silver vs silver filled

היים פראדוקטן, מעבל און אפלייענסעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

who cares
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 2:12 pm

silver vs silver filled

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך who cares »

איך האב מיך פארגליסט צו קויפען א נייע 12ער לייכטער, די פרייזען אין א זילבער סטאר זענען למעלה מהשגתי.

איז אבער לעצטענס ארויסגעקומען א נייע פראדוקט וואס באשטייט פין 20% זילבער אין ס' קאסט בערך 2 אלפים אזא לייכטער.

זיי זאגען אז די קווטליטי אין קאליר אין שיינקייט אין ווי אויך די אריכות ימים דערפין איז די זעלבע ווי ביי א 92.5 לייכטער. איז עס אזוי אדער ס' איז 2 אלפים in garbage?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איך וואלט געטוישט קעפל צו Silver filled vs. Silver plated ווארום סילווער פילד איז גאנץ ענליך צו סילווער פלעיטעד נאר מיט אביסל מער זילבער אין זיך, איך פערזענליך וואלט נישט געקויפט סילווער פילד אנשטאט עכטע זילבער.

מיר האט זיך אויך פארגלוסט א שטיק צייט צוריק א שטיקל זילבער אבער נאכן זעהן די פרייזן האב איך עס געלאזט לויפן,
פאריגע וואך האב איך געהערט פון באקאנטע אז סיגנעטשור סילווער אין מאנסי האט א דראסטישע סעיל האב איך מיר אהינגעלאזט און איינגעקויפט עטליכע שטיקער
ס'איז נישט די פרייזן פון סילווער פילד אבער דאך אסאך אסאך ביליגער ווי אלע אנדערע געשעפטן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קודם זאלסטו וויסען, ס'איז נישטא אזא זאך ווי "silver filled"! עס איז א געבארגטע ווארט פון "גאלד פילעד", וואס איז א געהעריגע קאנטארלירטע זאך, און פונקט ווי איינער שרייבט 925, און עס איז נישט קען גיין און חד גדיא, אזוי אויך אז איינער שרייבט "גאלד פיעלד", און עס איז נישט לויט די פארשריפטן - וואס גייט אגב נישט מיט פראצענט, נאר מיט דיקעקייט פון די פלעיטינג - גייט מען אויך אין א פרייע האטעל באצאלט פון אנקל סעם, משא"כ, silver filled איז יעדער כאשר ליבו חפץ.

צווייטענס איז אזוי, 100 פראצענט זילבער אן גארנישט אריינגעמישט, ווערט גערופן " 999 פיין" (די סיבה פארוואס עס איז נישט 1000 איז פשוט, ווייל עס איז אלס דא עפעס שמוץ דער אין, און אפי' עס איז נישט א גאנצע טויזענסטעל שמוץ, איז עס שוין נישט 1000).

925 מיינט אז פון טויזענט חלקים, איז 925 זילבער, און די איבריגע 75 איז עפעס ארייינגעמישט, אמאל קופער, אמאל ניקל, אא"וו, דאס ווערט גערופן די "עלו" די רעסעפי, דאס איז ווייל 999 פיין איז נישט גענוג שטארק צו מאכן דערפון א כלי, ווייל עס איז צו "ווייעך".

וועסטו זעכער פארשטיין אז פונקט ווי 925 מיינט 92.5 פראצענט זילבער, איז די זעלבע אז יענער שרייבט, 20 פראצענט, מיינט עס 20 פראצענט פונעם "עלו" איז זילבער, אבער דאס איז נישט אזוי. אפי' גאלד פיעלד, - און זעכער זילבער פיעלד -, איז פשוט א שטערקערע "זילבער פלעיט"! און יעדע זילבער פלעיט קומט מיט עפעס זילבער, נאר עס איז אזוי דין, אז עס קומט שנעל אראפ, און דאן ווערט די ארטיקל אביסל פינק, ווייל די מאטריאל אינטער די זילבער באווייזט זיך, און אזוי אויך איז עס אזוי ווייניג זילבער - עס ווערט קונצליך ארויף געלייגט מיט "עלעקטרא מאגנעטעק" טאקטיקן, נישט מען טינקט עס איין, ווי געוויסע וואלטן געקענט מיינען - אז אפי היינט מיט די טייערע פרייזען פון זילבער, בעטרעפט עס ממש גארנישט.

גאלד פעילד - און אויך זילבער פעילד, אויב דו ווילסט זיי געטרויען - איז פשוט בעסערע פלעיטינג, דיקערע פלעיטינג, דאס איז בעסער ווי סתם זילבער פלעיט פאר צוויי סיבות, ביידע פראבלעמען וואס מען האט דא דערמאנט איז נישטא, איינס עס איז נישט דין, און עס קומט נישט אראפ אזוי שנעל, און אויך איז עס "עפעס" ווערט, עכ"פ מיט די היינטיגע פרייזען.

דאס אז עס איז א פליעט אין נישט אריינגעמישט, איז א מעלה פון איין זייט, ווייל אז מען וויל עס צולאזען און ארויסנעמען "נאר" די זילבער, איז עס גרינגער, און פון איין זייט איז עס א חיסרון, ווייל אין הכי נמי, עס איז נישט אזוי דין אז עס וועט אראפ קומען ווי סתם סילווער פלעיט, אבער נאך לענגע יארן פון א אידישער פרוי תשר"ק אויף פסח, קען עס ווערן אפגעוועשטש, איז דאן ווענט זיך טאקע ווי דיק ער מאכט עס, ווייל אין גאלד פלעיט איז אויך דא עטליכע סטאנדארטען פון מער דיקער און ווייניגער דיק, איז אויב איז עס גענוג דיק, דארפסטו זיך נישט זארגן אז עס וועט ווערן אפגעריבן, ווייל ווילאנג עס וועט ווערן אפגעריבן, וועלען זיך שוין דיינע קינדער ארום רייסן- אויף א גיטע וועג שטייסעך - וועט עס באקומט "מאמי'ס לייכטער", און פאר זיי איז נישט קיין נפק"מ צו עס איז אפגעריבן.

גענוג! שוין סאאאאךך לענגער ווי כ'האב געמיינט אז מיין ענטפער וועט זיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

נישט אומזינסט זאגט מען "לכתחילה וועט שוין מסביר זיין", איז דא עפעס וואס דו ווייסט נישט?

לכתחילה טענקס פאר קאמינג טרו...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

מאנ-יימער האט געשריבן:נישט אומזינסט זאגט מען "לכתחילה וועט שוין מסביר זיין", איז דא עפעס וואס דו ווייסט נישט?

לכתחילה טענקס פאר קאמינג טרו...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואונדערליך וואס דער לכתחילה קען אלץ, און די קלארקייט איז עפעס אויסערגעווענליך.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

למעלה משבעים האט געשריבן:וואונדערליך וואס דער לכתחילה קען אלץ, און די קלארקייט איז עפעס אויסערגעווענליך.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דאס איז אלס ליצנות!

לאמיר זעהן כ'זאל מיך דא זעצן מסביר זיין "איינשטיין טעאריע פון רעלעטיוועטי", און פון "ספעשעל רעלעטיוועטי", די חילוק פון איינשטיין און נוטען אויף גרעוועטי,, און קוואנטום פיזיקס, אטאמ'ס וכו', דאן קען מען זאגן אז מ'פארשטייט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דאס איז אן איידיע, גיימער שוין עפענען אן אשכול אויף די נושא, לכתחילה גרייט דיר אן דאס פעדער...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מאנ-יימער האט געשריבן:דאס איז אן איידיע, גיימער שוין עפענען אן אשכול אויף די נושא, לכתחילה גרייט דיר אן דאס פעדער...

נישט אזוי שנעל, ס'איז א ריזיגע נושא כ'דארף מאכן זיכער אז כ'האב א פאר טעג רצופות, אז כ'זאל זיך זעצען אנהייבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה איך וויל זאלסט מיר טרעפן נאך 5 ניקים דא וואס קענען די לצנות, און קענען עס אזוי שיין ערקלערן....
--
וועגן איינשטיין, כמדומה שוין געווען אמאל דא א אשכול וואס מען האט אנגעהויבן א שטיקל שמועס דערוועגן, איך דארף זיך דערמאנען/זיכן.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

למעלה משבעים האט געשריבן:לכתחילה איך וויל זאלסט מיר טרעפן נאך 5 ניקים דא וואס קענען די לצנות, און קענען עס אזוי שיין ערקלערן....
--
וועגן איינשטיין, כמדומה שוין געווען אמאל דא א אשכול וואס מען האט אנגעהויבן א שטיקל שמועס דערוועגן, איך דארף זיך דערמאנען/זיכן.

טענק יו פאר די קאמפלימענט, און פאר די אנדערע חבירים אויך.

איינשטיין דענק איך אז מהאט געשריבן פונעם פארשוין בעצם, און טאקע א ניק איינשטיין, כ'דענק נישט אז מ'האט געשריבן וועגן זיינע חידושים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

למעלה משבעים האט געשריבן:לכתחילה איך וויל זאלסט מיר טרעפן נאך 5 ניקים דא וואס קענען די לצנות, און קענען עס אזוי שיין ערקלערן....
--
וועגן איינשטיין, כמדומה שוין געווען אמאל דא א אשכול וואס מען האט אנגעהויבן א שטיקל שמועס דערוועגן, איך דארף זיך דערמאנען/זיכן.

למעלה, קענסט זוכן אויפן ניק 'איינשטיין'

און לכתחילה, די אלע זאכן וואס דער עולם שרייבט דא וועגן דיר האב איך דיר שוין געשריבן עטליכע מאל, נאר איין זאך וועל איך צולייגן אז דו זאלסט דיר אנטוהן א רויט בענדל..
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

למעלה משבעים האט געשריבן:ועגן איינשטיין, כמדומה שוין געווען אמאל דא א אשכול וואס מען האט אנגעהויבן א שטיקל שמועס דערוועגן, איך דארף זיך דערמאנען/זיכן.

viewtopic.php?f=3&t=11250

---
צוריק צו די זילבער
לעצט פארראכטן דורך מאנ-יימער אום דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 5:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פארדינט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:לכתחילה איך וויל זאלסט מיר טרעפן נאך 5 ניקים דא וואס קענען די לצנות, און קענען עס אזוי שיין ערקלערן....
--
וועגן איינשטיין, כמדומה שוין געווען אמאל דא א אשכול וואס מען האט אנגעהויבן א שטיקל שמועס דערוועגן, איך דארף זיך דערמאנען/זיכן.

למעלה, קענסט זוכן אויפן ניק 'איינשטיין'

און לכתחילה, די אלע זאכן וואס דער עולם שרייבט דא וועגן דיר האב איך דיר שוין געשריבן עטליכע מאל, נאר איין זאך וועל איך צולייגן אז דו זאלסט דיר אנטוהן א רויט בענדל..

ישר כח, טאקע א אינטערעסאנטע שאלה, קען א עין הרע שאטן אז מ'ווייסט נישט ווער יענער איז? אריין אין בית מדרש!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

עס קען שאדן פאר דיין ניק..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן:עס קען שאדן פאר דיין ניק..

וואס? אז כ'וועל מער נישט קענען טאנצען?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

למעלה משבעים האט געשריבן:לכתחילה איך וויל זאלסט מיר טרעפן נאך 5 ניקים דא וואס קענען די לצנות, און קענען עס אזוי שיין ערקלערן....
--
וועגן איינשטיין, כמדומה שוין געווען אמאל דא א אשכול וואס מען האט אנגעהויבן א שטיקל שמועס דערוועגן, איך דארף זיך דערמאנען/זיכן.

גראדע האב איך געוואסט די פשוטע אינפארמאציע, אבער עס ערקלערן אזוי שיין? בשום אופן!
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

זילבער / זילבער פלעיטעט / זילבער פילד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

איך האב חשק צו איינהאנדלען נייע זילבערווארג לכבוד יום טוב צו באשיינען דעם סדר טיש, ווי ס'פאסט זיך פאר א "ראש העיר", וואו איז דא אין גרויס ברוקלין געשעפטן וואס האבן די ביליגסטע פרייזן אויף זילבערווארג, אזוי אויך סילווער פלעיטעד און די לעצטענס פאפולערע סילווער פילד.

נ.ב. ביטע געבן נאר נעמען פון סוחרים און געשעפטן, נישט גורלות וואס מ'קען געווינען זילבערווארג, די ראפעלס האב איך שוין געקויפט..

א דאנק.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך בין געווען זייער צופרידן פון גרענד סטערלינג פאר עכטע זילבער.

ביליגע פרייזן, גרויסע סעלעקשן, אויסגעצייכנטע קאסטעמער סערוויס.

זיי האבן א לאקאציע אין בארא פארק און אין פלעטבוש.

http://www.grandsterlingusa.com
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

בן נון האט געשריבן:איך בין געווען זייער צופרידן פון גרענד סטערלינג פאר עכטע זילבער.

ביליגע פרייזן, גרויסע סעלעקשן, אויסגעצייכנטע קאסטעמער סערוויס.

זיי האבן א לאקאציע אין בארא פארק און אין פלעטבוש.

http://www.grandsterlingusa.com

איך האב טאקע געקויפט דארט א שטיק זילבער פארגאנגענע וואך איך מיז זאגן אז זייער פרייזן אין סערוויס זענען אויסערגעווענדליך
די זילבער וואס איך האב געקויפט איז געווען מיט ארום 200 דאללער ביליגער פין א אנדערע סטאר ווי איך בין געווען
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יא, מיינס איז אויך געווען היפש ביליגער ווי אנדערע לאקאלע זילבער געשעפטן
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: silver vs silver filled

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

donot know if here is the place to ask does anyone know where i coiuld make a nice custom silver item?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Silver filled - מה טיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

כ'האב געזען לעצטנס אדווערטייזט "Silver filled" פראדוקטן, וואס לויט ווי כ'פארשטיי איז עס פשוט'ע מעטאל איבערגעדעקט מיט זילבער, און ווערט פארקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן אין פארגלייך צו ריין זילבער.

כ'וויל אבער וויסן פאר איך קויף עס, צי ס'איז טאקע אזוי שיין ווי זילבער, אדער לפחות כמעט אזוי שיין. ווי אויך וויל איך הערן איבער די קוואליטעט דערפון, צי עס איז שטארק און צוברעכט זיך נישט פון יעדן זעץ.

איז אויב איינער האט פערזענליכע עקספיריענס דערמיט ווערט ער העפליך געבעטן דאס מיטצוטיילן אין דיזן אשכול, ותשוחח"ל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: Silver filled - מה טיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:37 pm
כ'האב געזען לעצטנס אדווערטייזט "Silver filled" פראדוקטן, וואס לויט ווי כ'פארשטיי איז עס פשוט'ע מעטאל איבערגעדעקט מיט זילבער, און ווערט פארקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן אין פארגלייך צו ריין זילבער.

כ'וויל אבער וויסן פאר איך קויף עס, צי ס'איז טאקע אזוי שיין ווי זילבער, אדער לפחות כמעט אזוי שיין. ווי אויך וויל איך הערן איבער די קוואליטעט דערפון, צי עס איז שטארק און צוברעכט זיך נישט פון יעדן זעץ.

איז אויב איינער האט פערזענליכע עקספיריענס דערמיט ווערט ער העפליך געבעטן דאס מיטצוטיילן אין דיזן אשכול, ותשוחח"ל.
איז עס די זעלבע ווי זילבער דיפ?
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
שרייב תגובה

צוריק צו “האוזוועיר”